בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

זונטאגכ"ט טבת תשפ"ב1/2/2022

באריכט
שב"ק פרשת וארא מברכים חודש שבט 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

פרייטאג נאכמיטאג ארום 3:40 ביים שקיעה הנראית האט רבינו שליט''א כמהנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

ארום 5:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר''מ עקשטיין הי''ו (קר''י).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:15. נאכן דאווענען איז מען אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט ארום 9:15. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי''ו (שיכון סקווירא).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל ואזכור את בריתי" און געטייטשט בדרך דרוש אין די ענין פון חיוב מצות מילה לאברהם אבינו אחר שמירת שבת.

קה אכסוף: הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו (קר''י), ברכהמ"ז: הרב משה אונגאר שליט''א (שיכון סקווירא).

פאר די פירות האט דער רבי פארציילט עובדות וסיפורים א לענגערע צייט פון הרה''ק הרבי ר' זושא זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ב' שבט. קה רבון עלם: הרה''ח ר' חיים הערש אפעל הי''ו (קר''י). אז ביום השביעי: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 10:45.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. פסוקי דזמרה: ר' משה שטיין הי''ו (וומסב''ג), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

פארן ליינען האט מען אויסגערופען אז בפקודת הקודש פון רבינו שליט''א ווערן אלע עליות פארקויפט ווערן כמדי שנה בשנה פאר א הכנסה צום ארטיגן ביהמ''ד.

הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי''ו, בעל קורא: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עליות. במקום כהן: הגה''צ אב''ד היבנוב ב''פ שליט''א, שני: הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו (וומסב''ג), רביעי: הרה''ח ר' שמחה בונם שאמועל הי''ו, חמישי: משב''ק הב' אלתר ברוך גפן הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבי'נס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו, נאכן עולה זיין האט דער רבי אים געהייסן מאכן א מי שברך. אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט''א (לאנדאן) לרגל הולדת בתו למז''ט.

שביעי: הרה''ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' ישראל משה לאנדא הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' ברוך צבי פערל הי''ו.

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט. און איז צוגעגאנגן צום עמוד צו מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק העצי חיים זי''ע קומענדיגן שב''ק ו' שבט, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' הרה''ח ר' חיים הערש סופר הי''ו, מען האט געענדיגט 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:20. מנחה: הרה''ח ר' מאיר יודא ווערטהיימער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יודא ארי' זארגער הי"ו, במקום כהן: הרב משה אונגאר שליט''א, שני: הרה''ח ר' אברהם אבא קליין הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' חיים הערש אפעל הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל'' און געטייטשט אז דורך די עקידה ווי אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות פון הקב''ה, פרעגט הקב''ה אויך נישט קיין קשיות פון אידישע קינדער ווען זיי טוען תשובה אז נעכטן האסטו שוין אויך תשובה געטוען נאר נעמט אן די תשובה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שמחה בונם שאמועל הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצ"ש איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק העצי חיים זי''ע קומענדיגן שב''ק ו' שבט. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 7:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ז טבת תשפ"ב12/31/2021

באריכט
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד, ביים ליינען ווי דער רבי איז געווען בעל קורא, האט דער רבי עולה געווען שלישי, נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים,

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
המשך פר' וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו

מיטוואך


ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד, נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים,

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ה טבת תשפ"ב12/29/2021

באריכט
דינסטאג פר' וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, פונעם רך הנימול בן הנולד להרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א פונעם ארטיגן בית חב"ד, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט אמירת הברכות.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק הבעל התניא זצוק''ל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות הקודש בזכותו הגדול פונעם בעל הילולא און דערנאך דערציילט לענגערע סיפורי קודש פון זקינו הבעל הילולא זי''ע, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים.

די טעגליכע זמנים צום דאווענען זענען: שחרית בערך אום 8:00, צו מנחה קומט דער רבי אריין בערך 5:30. און מעריב איז נאכן זמן ר"ת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פר' וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א במקום הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד.

ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פרישע איינריכטונגן אינעם ביהמ"ד, און אינעם נייעם 'פאלם ספרינגס קאושער' געשעפט אינעם ביהמ''ד, און אין די נייע כשר'ע קיך וועלכע שטעלט צו עסן כשר למהדרין אינטער די השגחה פון התאחדות הרבנים, פאר די אידן וואס קומען אויף אפרוה אין פאלם ספרינגס

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. נאכן דאווענען זענען צוגעקומען עטליכע וואקאנציאנערן שלום נעמען, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, און גייענדיג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:40 איז רבינו שליט''א - כדרכו בקודש - געגאנגען שפאצירן בנאות דשא, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים.

במשך די נאכמיטאג שעות האט דער רבי עוסק געווען בתורה בחברותא מיט הגה"צ אב"ד ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א. פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ג טבת תשפ"ב12/27/2021

באריכט
זונטאג פר' וארא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר חיים הכהן קאהן הי"ו.
ב"ר יוסף לייב הכהן סאנדער הי"ו.
און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 4:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה איז דער רבי שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. אום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הישיבה, און נאך מעריב האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה 'כי מלאכיו מצוה לך'.

יציאת צדיק מן המקום עושה רושם

ארום 7:15 נאכמיטאג האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום וועסטשעסטער עירפארט פון ווי דער רבי איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטע פליגער קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש די קומענדיגע 3 וואכן.

ביים אנקומען אין עירפארט אום 8:30 אויף די נאכט, האט זיך דער רבי שליט''א באגריסט מיט'ן לאנג יעריגע חברותא הגה"צ אבדק"ק ראשית חכמה מאנטריאל שליט"א און פארברענגט א קורצע וויילע.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

ארום 9:05 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט''א. אין די ערשטע שעות אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אינאיינעם מיט'ן חברותא הגה''צ ר' יעקב אלי' שליט''א פאר א לענגערע צייט. דערנאך האט דער רבי געשריבן חידושי תורה און פארברענגט בסיפורי צדיקים און דערציילט היסטארישע מעשיות פון דער אלטער היים.

וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים

ארום 11:53 אויפדערנאכט - ארטיגע זייגער - האט געלאנדענט די פריוואטע פליגער פונעם רבי'ן אין א נעבנדיגע עריפארט פונעם עיר הנופש פאלם ספרינגס.

פונעם עירפארט איז רבינו שליט''א תיכף צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש די יערליכע אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' הערשל שפיץ הי''ו.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ב טבת תשפ"ב12/26/2021

באריכט
זונטאג פר' וארא 9:05 פארנאכטס אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינאיינעם מיט'ן לאנג יעריגע חברותא הגה"צ אבדק"ק ראשית חכמה מאנטריאל שליט"א, פון וועסטשעסטער עירפארט, אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש די קומענדיגע 3 וואכן.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען ארום 11:15 (ארטיגע זייגער) אינעם פאלם ספרינג אינטערנעשענל עריפארט.

כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון, ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה, וכל עצי השדה ימחאו כף

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
במוצאי יום גילה

מוצש''ק פר' שמות בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א


ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון הרה''ח ר' יוסף יאקאב הי''ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף א זכות אדיר וואס די חשובע בני משפחתו האבן אפגעקויפט אין די מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' יוסף און פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' אברהם יושע בר''י ווערצבערגער הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף א זכות אדיר וואס ער האט אפגעקויפט אין די מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויפ'ן פראכטפול איבערגעבויעט'ן 'חדר דוד' בביהמ''ד הגדול און א זכות אדיר וואס ער האט אפגעקויפט אין די מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו, ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף א פאנטאסטישע סומע וואס ר' עקיבא הערש האט מנדב געווען פארן נייעם פרטכטפולען חתונה זאל אינעם בנין הת''ת החדש בנין קליין, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און גאר ווארעם אנגעוואונטשען פארן נדבן, פאר די הנהלת המוסדות און פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' יואל בר''מ גאלדשטיין הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף א זכות אדיר וואס ער האט אפגעקויפט אין די מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

דערנאך ארום 10:15 איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אים 12:45.

ביי די זמני כניסה איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' בעריש שעהנברוין הי''ו און ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו אהל פיגא בקר''י, רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכותיו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה''ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל ברי''א קליין הי"ו, כהן: הרה''ח ר' אברהם חיים כהן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' הערש יוסף לעווי הי''ו, שלישי: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' חיים יודא שווארץ הי''ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק ''מי אנכי כי אלך אל פרעה'' און ארומגערעדט מיט לענגערע דברי תורה בעניני קדושה שטייענדיג בימי השובבי''ם, און געטייטשט אז פון משה רבינו זעט מען די גרויסע כח פון איין ראי' אז ווען בתי' האט אים געזעהן איז אריין אין איר די מידה פון רחמנות און ותמחול עליו, די זעלבע איז פארקערט, פון איין ראי' ווערט מען נתהפך לאיש אחר, ביי א מקוה זעט מען אז ווען מען מאכט השקה איז גענוג א חוט השערה, 'מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב''ה מטהר את ישראל' די זעלבע אויך איז אז א איד טוט תשובה אפילו נאר א תשובה פורתא העלפט אים הקב''ה זוכה צו זיין צו תשובה שלימה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' מרדכי יעקב ווייס הי''ו (אוסטראליע), קל מסתתר: הרה''ח ר' ישראל אויש הי''ו (וומסב''ג) דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הגאון הדומ''ץ שליט''א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.

דערנאך איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין היכל ראזענבערג ווי דער רבי האט זיך מיט א קורת רוח אומגעקוקט אויף די לימודים ביי 'אבות ובנים', ווי יאר יערליך איידער'ן ארויספארן אויף מנוחת הנפש. פון דארט האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה 'כי מלאכיו מצוה לך' לרגל וואס רבינו שליט''א וועט אי"ה אפפליען אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע מארגן זונטאג שפעט נאכמיטאג. מען האט געענדיגט 7:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן מוסדות דרכי שמואל עטה''ק בארה''ק. דערנאך איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' דוד ארי' צענווירטה הי''ו (ירושלים) מנוחה ושמחה: הר''ר שלום מאיר עקשטיין שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הר''ר חיים יאקאב שליט''א (וומסב''ג), ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הבעל התניא זצוק"ל, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ''ד טבת. קה רבון עלם: הרה''ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי''ו. די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' משה יושע ווייס הי''ו (וומסב''ג), אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ישעי' מענדל ווייס הי''ו (אוסטראליע). מען האט געענדיגט ארום 11:25.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' ישראל אלימלך קליין הי''ו (וומסב''ג), וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק און צו שחרית צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יושע טעללער הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי''ו (אוסטראליע), לוי: הרה''ח ר' מרדכי יעקב ווייס הי''ו(אוסטראליע), שלישי: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, חמישי: החתן ב''ר מענדל הירש הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' ברוך שווארץ הי''ו.
ר' אלי' שניצער הי''ו.
ר' יחזקאל שרגא מערץ הי''ו.
ר' משה בר''מ פאלקאוויטש הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר יואל זילבערשטיין הי''ו, הוספה: החתן ב''ר יואל ברי''א קליין הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' פתחי' בראך הי''ו, מפטיר: הגאון הדומ''ץ שליט''א, הגבה: הרה''ח ר' ישראל שפילמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שמואל עקיבא נויאוויטש הי''ו (וומסב''ג).

מוסף: הגאון הדומ''ץ שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל בר''א זילבערשטיין הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל טאבאק הי''ו, ווי רבינו שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. מען האט געענדיגט 12:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג