בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ו טבת תשפ"ב12/30/2021

באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד, ביים ליינען ווי דער רבי איז געווען בעל קורא, האט דער רבי עולה געווען שלישי, נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים,

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.05K