מאנטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נפתלי הירצקא שווארץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר ווייס הי"ו (וומסב"ג).
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים, ר' יואל בר''מ קליין הי''ו - ר' בעריש שטערן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס, דערנאך האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די מחותנים ר' שמואל הכהן שעהנברוין הי"ו - ר' אברהם יושע גפן הי"ו.
ארום 8:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין בארא פארק מפאר זיין ביי די שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל, החתן בן הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.
ביים אנקומען אין בארא פארק האט זיך רבינו שליט''א קודם משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות בבית הרבני הנגיד ר' אברהם יושע לעוו הי''ו - נכד רביה''ק העצי חיים זצוק"ל דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים און די זיידעס און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די שטוב פון הנגיד ר' יעקב ברוינער הי''ו, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות אויף א זכות וואס ער האט אפגעקויפט אין די מקוה טהרה אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די שטוב פון הרבני הנגיד הנכבד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות אויפ'ן זכות אדיר פונעם ''שם הבנין'' פון די מקוה טהרה אין קרית יואל פאר'ן פאנטאסטישע סומע פון אריבער דריי מיליאן דאלאר, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס, און דערנאך האט דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן און פאר די גאנצע משפחה.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום ביהמ''ד הגדול דק"ק באבוב אין בארא פארק צו מפאר זיין די שמחת החתונה בחצרות קדשינו פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און פאר האדמו''ר מבאבוב שליט''א ולעומתו ברוך יאמר ש"ב דער באבוב'ער רב שליט"א מיט א נאנטע ידידות, און דערנאך פאר די איבריגע מחותנים און זיידעס. רבינו שליט"א האט דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט ש"ב האדמו''ר מבאבוב שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט'ן מחול לצדיקים מיט די איבעריגע מחותנים און זיידעס.
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א.
די שמחת החתונה קומט פאר בביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, ווי דער גרויסער פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט זיך משתתף זיין און מפאר זיין בראש השמחה.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשי"ד טבת תשפ"ב12/18/2021
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולד לנכדו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א - חדב''ן חתן הרה''ג ר' יחזקאל שרגא האלבערשטאם שליט''א בן הגה''צ אב''ד מנחת חינוך וראה''כ טארטיקוב שליט''א. שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"א טבת תשפ"ב12/15/2021
באריכט
דינסטאג פר' ויחי - עשרה בטבת - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר יואל בר''א עקשטיין הי"ו. ב"ר יואל ברי''ד לאנדא הי"ו.
ביי סליחות האט מען געזאגט קודם תחנון ונפילת אפים נאך די שמו"ע און דערנאך די סליחות, כנהוג. בעל תפילה איז געווען הר''ר שמואל קרויס הי''ו. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר. און ביים זמן ר''ת האט דער רבי געדאווענט מעריב.
ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אהנגעקומען קיין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א הילד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אין שטוב פון סיגוטער רב שליט''א.
רבינו שליט''א האט געשוירן פון די האר, און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר בנו הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א און זיין גאנצע משפחה.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו. ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו. ב''ר שמחה פנחס פריעדמאן הי''ו. ב''ר יואל יעקב שעהנברוין הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א בן לחדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, אין שטוב פון הגה''צ ר' יוסף שליט''א.
רבינו שליט''א האט אפגעשוירן די האר, און דערנאך מכבד געווען די זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו מאנסי שליט''א און די אבי הבן צו שערן די האר. דערנאך האט זיך דער רבי שליט''א געוואשן צו א סעודה, און במשך די סעודה האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער די נושא פון די מזוזות און נאך. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי שליט''א מכבד געווען די זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו שליט''א.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי אום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד. ר' בנימין זאב שווארץ הי''ו - ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' משה זאבעל הי"ו - ר' יודא שניצער הי"ו. ר' דוב מארקאוויטש הי"ו - ר' וואלף פערל הי"ו.
ארום 9:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשז' טבת תשפ"ב12/11/2021
באריכט
שב"ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שמעון עוזר מיטטעלמאן ברמ''י הי''ו (מאנסי). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. און נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לביתו נאוה קודש.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' אפרים משה לעווי הי''ו (מראשי קהלתינו הק' בני ברק).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' אפרים משה לעווי הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ בית מדרשינו מהרש''א בקר''י.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ובני דן חושים" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין ווי אזוי מען מאכט די חשבון פון די שבעים נפש וואס זענען אראפ קיין מצרים.
קה אכסוף: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק בעל ערך ש''י זצ"ל, וואס די יארצייט איז געפאלט מיטוואך י''א טבת. קה רבון עלם: הרה''ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי''ו (מאנטריאל). די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען דער שלום זכר ביי ר' שלמה ברוך בר''מ טייטלבוים הי''ו, און ביי ר' יואל ברא''ה בערקאוויטש הי''ו. אז ביום השביעי: הר''ר יחזקאל יואל סאנדל הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:10.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' בערל פאלאטשעק הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אברהם שלום לאנדא הי''ו.
עליות. כהן: החתן ב''ר משה כ''ץ הי''ו - באווארפן, לוי: החתן ב''ר חיים שלום ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל), שלישי: בעל שמחה הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, רביעי: החתן ב''ר יעקב מרדכי גראס הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר יואל דוד ווייס הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביים בעל שמחה ר' שאול גרשון ווייס הי''ו. שביעי: החתן ב''ר אלעזר יוסף דייטש הי''ו. הוספות: החתן ב''ר יושע הערש פריינד הי''ו, החתן ב''ר שמעון שטערן הי''ו, אחרון: החתן ב''ר יואל ראזענפעלד הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' ליפא גראס הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' אלחנן משה פעלדמאן הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' דוד יודא קאהן הי''ו.
מוסף: הרב ישעי' רובין שליט"א בן האדמו''ר מסוליצא שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי''ו (בארא פארק).
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין 'חדר דוד' בביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די שמחת הקידושא רבא בחצרות קדשינו בת הנולד אצל הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א, דער רבי האט קידוש געמאכט און געשמועסט בסיפורי צדיקים, מען האט געזונגען לכבוד די שמחה און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן בעל שמחה פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט 12:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגג' טבת תשפ"ב12/7/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק מפאר זיין בראש בשמחת החתונה בחצרות קדשינו החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, בן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
רבינו שליט''א האט מסדר געווען די כתובה, און געמאכט דעם קבלת קנין, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים זיידעס און פארן גאנצן ציבור.
ביי די חופה איז רבינו שליט''א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און נאך די חופה געוואונטשן ברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות אויף א שטוב וואס ער האט אפגעקויפט אינעם מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אינעם נייעם אפיס פון הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות אויף א שטוב וואס ער האט אפגעקויפט אינעם מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, רבינו שליט''א האט קובע מזוזה געווען און גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
רבינו שליט''א איז דערנאך אריבער געפארן קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ''ק אדמו''ר מקארלסבורג שליט''א ומשפחתו ע''פ אשתו ע''ה.
אים 11:55 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק ביים חתונה בחצרות קדשינו, דער רבי האט טועם געווען לכבוד די שמחה און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים אין זיידעס, מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה און מיט ברכה אחריתא הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.
נאכן בענטשן האט הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו בדחנא דמלכא אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר'ן חתן און פאר אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א און פאר די מחותנים און די גאנצע ציבור, און דערנאך אפגעראכטן עבודת קדשו ביים מצוה טאנץ, און אויך געטאנצן מיטן חתן ומחותנים און דערנאך ארויס אין עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
נאך די מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן פאר'ן כלה כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 12:50
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מאנטאגב' טבת תשפ"ב12/6/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א אב''ד סאסוב ב''פ בן כ"ק אדמו''ר מסאסוב שליט''א שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א מיט הכלה בת הרה''ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן כ''ק אדמו''ר מאלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א.
די שמחת החתונה קומט פאר אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק, ווי דער גרויסער פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט מפאר זיין בראש השמחה און אפרעכטן די עבודת הקודש ביים מצוה טאנץ.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ז כסלו תשפ"ב11/21/2021
בילדער · 2
שמחת פדיון הבן פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הבכור הנולד לנכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א בבית מדרשינו ברך משה בקר''י.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט נאכמיטאג קומט פאר די שמחת פדיון הבן בבית כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הבכור הנולד לנכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה"צ רב דבתי מדרשים ברך משה - ויואל משה שליט"א - חדב"ן.
די סעודת פדיון הבן קומט פאר בשעה 3:30 בבית מדרשינו ברך משה בקר''י.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
פרייטאגח' כסלו תשפ"ב11/12/2021
באריכט
פרייטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליקים יודא קרויס הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. און די ברית לבן הנולד להרה''ג ר' יואל ברי''ח גרינפעלד שליט''א, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר פישל סופר הי"ו. ב"ר יואל וויינבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו שליט''א החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי - מתלמידי הישיבה בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א - חדב''ן.
מען האט געזונגען עטליכע נגוני שמחה, עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הישיבה הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א און הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און מכבד געווען די חתן צו זאגן די פשעטל און געוויזן אריינצוזונגען כנהוג, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א נעכטן אין די זאלן פון כתר צבי אין וומסב''ג.