בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Shabbos Kodesh21 Teves 578212/25/2021

Report
כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים

מיט גרויס פרייד און מיט געהויבענע געמיטער האבן אנשי שלומינו אין ירושלים עיה''ק אויפגענומען די בשורה מרנינה אז די צוויי חשובע פילאנטראפן הרה"ח המפואר בונה ומקים עולמות של תורה וחסד הרבני הנכבד מוה"ר אברהם בראך הי"ו ואתו עמו משנהו בדומה לו הרבני הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו חברי וועד העליון דקהלתינו הקדושות ומוסדותי' בארה"ק וועלכע זענען אין די טעג צוגאסט אויף א משפחה שמחה אין ארה"ק, האבן היינט ביום שב"ק געשנדר'ט ביי די ס"ת אויפבויען א בית גדול לה' ולתורתו בנין ביהמ"ד ברך משה שע"י קהלתינו הק' בירושלים עיה"ק, וואס באשטיייט היינט פון בלויז איין שטאקיגע געביידע.

אויסער זייער התנדבות אהערצושטעלן דעם בנין, האבן די צוויי נדיבים בעם אלס נחשונים לדבר מצוה תומ"י מקיים פסק געווען, און צוגעזאגט אסטראנאמישע סומעס, הרבני ר' אברהם מיט א מיליאן דאלער און הרבני ר' אברהם יהושע מיט א האלבע מיליאן דאלער. און צו זיי האט זיך אהנגעשלאסן, בא הכתוב השלישי, צו זיין א שותף לדבר מצוה הרבני הנגיד הנכבד בנש"ק ר' יהודה ווייס שליט''א פון קרית יואל, מיטן סומע פון א האלבע מיליאון דאלער.

די בשורה מרנינה קומט נאך וואס די צוויי נגידים חשובים חברי וועד העליון זענען בשלוחת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געזעסן אויף לענגערע מיטונגן דעם פארגאנגענעם דאנארשטאג מיט די געטרייע הנהלת הקהילה והמוסדות פון ירושלים וועלכע זענען נתמנה געווארן דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א, ה"ה הרב שראל מרדכי פעלבערבוים, הרב ישכר בצלאל יאקאב, הרב נתן בנימין ראטה, הרב יהושע קליין שיחי', און אזוי אויך מיט אנדערע פערזענדליכקייטן אינערהאלב די קהלה, זיך צו באקענען פון די נאנט די ווערטשאפט בקרב קהלתינו הק' ומוסדותי', און איבער די פונקטליכע פלענער וואס שטייען גרייט אז מען זאל זיי אויספירן מכח אל הפועל, און נאך א טעלעפאנישע קאנפרענץ ערש"ק מיט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א איז באשלאסן געווארן בהסכמתו ובברכת קדשו אריינצוטאנצן אינעם פראיעקט.

דער נייער בנין ביהמ''ד וועט ענטהאלטן בעז''ה מערערע שטאקן, א מקוה טהרה, שטיבלעך און א היכל התורה, א היכל ביהמ''ד פון נאנט צו 500 זיצן, א עזרת נשים, א היכל הכולל און אן עקסטערן פליגל פאר די ישיבה קטנה.

ירושלימ'ער אידן וואס ווייסן און קענען דעם תל תלפיות אין צענטער פון שטאט פאר די לעצטע 20 יאר, קוקן שוין לאנג ארויס אז דער בנין וואס איז צר מהכיל זאל ווערן אויסגעברייטערט און אצינד זאגן זיי ברוך שהחיינו וקיימנו לזמן הזה.

מוצאי שב"ק זענען די חשובע נגידים ואישי הציבור אריבער אויף א באזוך בבית הגאון הגדול פוסק הדור מרן הראב''ד ירושלים שליט"א וועלכער האט געהייסן אריינברענגען לחיים לכבודם, און אנגעווינטשן די צוויי אז זיי זאלן קענען מוציא זיין מן הכח אל הפועל זייערע פעולות לטובה פאר'ן חינוך הטהור בארה"ק בכלל, און פאר קהלתינו הק' ומוסדותי' בפרט.

אין די יעצטיגע שעות קומט פאר א רייכע מסיבת קבלת פנים און הכרת הטוב מיט די השתתפות פון רבני קהלתינו הק' און נאך רבנים און גאונים פון ביד"צ העיה"ח ,פאר די חשובע נדיבים בעם ווי עס ווערט ארויסגעברענגט די התרגשות פון אנשי שלומינו בירושלים עיה"ק.

אי"ה אין די נאנטע טעג וועלן די צוויי ראשי הקהלה ואישי הציבור ר' אברהם און ר' אברהם יהושע, איבערגיין די פונקטליכע פלענער מיט די חברי הנהלה בירושלים און אהנהייבן דעם פראיעקט לשם ולתפארת.

בשליחות הקודש פון כ"ק רבינו שליט"א וועלן אי"ה מארגן די צוויי נגידים הי"ו אריבערפארן קיין בני ברק און פארברענגן בקרב קהלתינו הק' ומוסדותי' אינאיינעם מיט די געטרייע חברי הנהלה, און מחזק זיין אלע פראיעקטן בקרב קהלתינו, אריינגערעכנט דעם 'בנין החדש והמפואר די מיידל שולע בנות ארץ ישראל' וואס האלט שוין ביי די לעצטע פאזע פון פארענדיגט ווערן לשם ולתפארת.
אי"ה מאנטאג הבעל"ט וועל די צוויי נגידים בעם הי"ו אריבער פארן בשלוחת הקודש קיין בית שמש צו פארברענגן מיט די ארטיגע חברי הנהלה בקרב קהלתינו ומוסדותי', און מחזק צו זיין דעם נייעם צווייגל במסגרת מוסדות יטב לב בארה"ק, מיט פרישע פלענער לטובת אנשי שלומינו.

אי"ה קומענדיגע וואך איז געפלאנט אז די צוויי נגידים מראשי קהלתינו הק' שיחי' וועלן אריבערפארן קיין פאלם ספרינג'ס ווי רבינו שליט"א וועט זיך געפינען אויף מנוחת הנפש, און איבערגעבן די שיינע גריסן פון תלמידיו וחסידיו אנשי שלומינו בארה"ק, און גלייכצייטיג איבערשמועסן אלע גראנדיגעזע פלענער לטובת אנשי שלומינו בארה"ק.

אברה"ם אברה"ם ויאמר הננו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday20 Teves 578212/24/2021

Report
פרייטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יחזקאל געלבשטיין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם שמואל אראן הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר זוסמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען ביים וועכנטליכע שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה גמרא מס' בבא בתרא פרק חזקת הבתים, האט רבינו שליט''א כדרכו בקודש איבערגעלאזט די קשיא פאר די תלמידי הישיבה איידער'ן ארויספארן אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, קומענדיגן זונטאג הבעל''ט. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת און דערנאך אינעם בית האופה דקהלתינו הק' פאר א לענגערע צייט.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יואל בר''א זילבערשטיין הי"ו - ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל ברי''א קליין הי''ו - ר' חיים בעריש שפילמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז אים 1:00.

ביי די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה הרה''ג ר' פנחס פריעדמאן שליט''א ראה''כ מחזיקי הדת בעלזא בארה''ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה די ספרי לב אהרן אויף שמות - דרושים און אגדה.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יחזקאל שרגא פערל - ר' מרדכי קאהן הי''ו.
ר' יואל קרויס הי"ו - ר' יוסף קדיש ראזענפעלד הי"ו.

ארום 11:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור ביז אום 1 אזייגער. און דערנאך האט זיך הב' מאיר הערש ב''ר יושע חיים שפיצער הי''ו (וומסב''ג) מתלמידי ישיבתינו הק' געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט''א אויף פינעף הונדערט בלאט גמרא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday19 Teves 578212/23/2021

Report
מיטוואך פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אהרן מרדכי גראס הי"ו, נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די חתימת שטרות ווי הנגיד ר' חיים הערש שאהן הי''ו חתן הנגיד ר' שלמה חיים הייזלער ע''ה האט אפגעקויפט - ווי יאר יערליך - דעם זכות 'שותפות יששכר זבולון' אינערהאלב די חבורת ים התלמיד בסניפי המתיבתא הק', דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' הלל הערשקאוויטש הי"ו - ר' אברהם הערש וויינבערגער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אשר יצחק ווידער הי''ו - ר' יצחק הערש פרידריך הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז אים 1:15.

ביי די זמני כניסה איז פארגעקומען דער סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שלמה זלמן חיים עפשטיין הי''ו, און ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו אבני צדק בקר''י, קומענדיגן שבת שירה, רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכותיו.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יואל וואגשאל הי"ו - ר' חיים פארקאש הי"ו.
ר' יואל שווארץ הי"ו - ר' חיים טורנהיים הי"ו.

ארום 11:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday18 Teves 578212/22/2021

Report
דינסטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל צבי הירשפעלד הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה 'עסק התורה - סניף מאנסי'. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''צ ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט''א רב דביהמ''ד עטרת חכמים כולל ערב שבת.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, רבינו שליט''א האט ארויסגעברענגט זיין גרויס התפעלות פון די ישיבה וועלכע שטייט לשם ולתפארת און מיט א קורת רוח איבערגעגעבן די געוואלדיגע גריסן וואס מען הערט ב''ה צוריק, און דערנאך געשמועסט מיט די תלמידי הישיבה אין די סוגיא וואס מען לערנט יעצט אין ישיבה גמרא מס' בבא בתרא פרק חזקת הבתים, און מאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל הרה''ג ר' ישראל יעקב זיידענפעלד שליט''א פארן בר מצוה בחור און די תלמידי הישיבה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג איז רבינו שליט''א צום ערשט אריבער געגאנגן מנחם אבל געווען הרה''ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט''א ע''פ אחיו ע''ה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז אים 1:00.

ארום 11:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday17 Teves 578212/21/2021

Report
מאנטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נפתלי הירצקא שווארץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר ווייס הי"ו (וומסב"ג).

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים, ר' יואל בר''מ קליין הי''ו - ר' בעריש שטערן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס, דערנאך האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די מחותנים ר' שמואל הכהן שעהנברוין הי"ו - ר' אברהם יושע גפן הי"ו.

ארום 8:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין בארא פארק מפאר זיין ביי די שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל, החתן בן הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.

ביים אנקומען אין בארא פארק האט זיך רבינו שליט''א קודם משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות בבית הרבני הנגיד ר' אברהם יושע לעוו הי''ו - נכד רביה''ק העצי חיים זצוק"ל דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים און די זיידעס און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד.

פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די שטוב פון הנגיד ר' יעקב ברוינער הי''ו, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות אויף א זכות וואס ער האט אפגעקויפט אין די מקוה טהרה אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די שטוב פון הרבני הנגיד הנכבד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות אויפ'ן זכות אדיר פונעם ''שם הבנין'' פון די מקוה טהרה אין קרית יואל פאר'ן פאנטאסטישע סומע פון אריבער דריי מיליאן דאלאר, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס, און דערנאך האט דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן און פאר די גאנצע משפחה.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום ביהמ''ד הגדול דק"ק באבוב אין בארא פארק צו מפאר זיין די שמחת החתונה בחצרות קדשינו פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און פאר האדמו''ר מבאבוב שליט''א ולעומתו ברוך יאמר ש"ב דער באבוב'ער רב שליט"א מיט א נאנטע ידידות, און דערנאך פאר די איבריגע מחותנים און זיידעס.
רבינו שליט"א האט דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט ש"ב האדמו''ר מבאבוב שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט'ן מחול לצדיקים מיט די איבעריגע מחותנים און זיידעס.

דערנאך האט האדמו''ר מבאבוב שליט''א ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס ווען אינטערוועגנס ווערט פארפירט א שיינער שמועס פון אינטערעסאנטע ענינים איבער הגה"ק הארי' דבי' עילאי זי"ע וועמעס יארצייט ס'געפאלט היינט י"ז טבת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday16 Teves 578212/20/2021

Report
זונטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברא''ה בערקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר ישראל יצחק ליסטיגמאן הי"ו.
ב"ר יואל יאקאבאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יצחק בערנאטה הי"ו - ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מענדל הירש הי''ו - ר' אברהם אויש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:25.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יונה ווייס הי"ו - ר' שאול נח ניימאן הי"ו.
ר' ישראל אהרן כ''ץ הי"ו - ר' יעקב מרדכי טייטלבוים הי"ו.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday15 Teves 578212/19/2021

Report
במוצאי יום גילה

מוצש''ק פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א


ארום 10:35 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון אטריום פלאזא אין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די חגיגת יובל חמשה עשר פון כולל ברך משה דקהלתינו הק' במאנסי אינאיינעם מיט'ן דינער להגדיל תורה לטובת די כולל מיט אירע נאנט צו 200 לומדי הכולל, דערביי האט הרה''ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט''א צוגענדיגט זיין דרשה אלס נואם הכבוד, דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער ראה''כ הרה''ג ר' אהרן איזריעל שליט''א, און הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א
.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ''ויברכם ביום ההוא לאמר בך יברך ישראל ישימך אלוקים כאפרים וכמנשה'' און ארומגערעדט בשבח פון די לומדי תורה און פון די מחזיקי התורה, דערנאך האט זיך דער רבי באצויגן אויף די דרשה ביים אסיפת העיר קרית יואל והגלילות זאגענדיג אז עס איז די געשפרעך פון טאג דאס וואס מען האט גערעדט בנוגע מאנסי, און זיך אויסגעדריקט אז 'יא עס איז דא צוויי סארט מאנסי'ס' עס איז דא א דערהויבענע מאנסי און עס איז דא א שוואכע מאנסי, ברוך ה' אז דער קהילה, מוסדות, ישיבה, און דער כולל וואס איז די יסוד פון די קהילה זענען ב''ה אויסגעשטיגן לשם ולתפארת און די דערהויבענע מאנסי, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' במאנסי פונעם ביהמ''ד, די מוסדות הק' און דער כולל, און די זעלבע צייט אויפגעפאדערט פון די הנהלת הקהילה והמוסדות צו פארופען אן אסיפת הורים פון אלע עלטערן וואס האבן קינדער דא אין די מוסדות, און אוועקשטעלן די יסודות און פארזיכערן אז נאר דעי וואס שטעלן זיך צו אלע תקנות ווערן געהאלטן אין די מוסדות, און צוגענדיגט מיט א ברכה פאר די בני הכולל ובפרט פארן ראה''כ און פארן רב שליט''א ולכל הקהל הקודש.

נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די עסקנים ונדיבי בעם. מען האט געענדיגט 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: הר''ר יואל בר''ע הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (וומסב''ג), כהן: הר''ר משה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט''א, שלישי: הרה''ח ר' יעקב גוטמאן הי''ו (בארא פארק), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו ואגידה לכם'' און געטייטשט אז די טעג פון די ימי השובבי''ם וואס דער אר''י הקדוש האט אונז מגלה געווען אז עס איז מסוגל אויף תשובה ותיקון המעשים בעניני קדושה, אפילו דער חומר הענין איז אזוי גרויס אבער תשובה מיט תפילה העלפט אויף אלעם, אפילו אויב ס'איז געווען פארשלאסן דאס מויל מחמת כובד העוונות, באקומט מען סייעתא דשמיא, הקב''ה כביכול דאווענט מיט מען דארף זיך נאר נעמען דאווענען בתפלה ותחנונים פארן בוכ''ע. און מסיים געווען מיט שטארקע דברי התעוררות לימי השובבי''ם לתשובה ולתיקון המעשים בפרט באמירת תהילים.

ידיד נפש: הרה''ג ר' דוד נתן ראזענבערגער שליט''א אב''ד גמזו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוען די שטריימל פאר החתן חיים ב''ר אשר יצחק ווידער הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה''צ ר' אהרן קאהן שליט''א ראש ישיבת תוא''י בן כ''ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם'.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' ישראל שפיצער הי''ו (ירושלים).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואני בבאו מפדן" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.

קה אכסוף: הרה''ח ר' ישראל שפיצער הי''ו (ירושלים), ברכהמ"ז: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י .

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק האריה דבי עילאי זי''ע, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י''ז טבת. קה רבון עלם: הרה''ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט''א מו''ץ ביהמ''ד בית מרדכי דקהלתינו הק' בקר''י. די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען דער שלום זכר ביי ר' הירצקא בר''מ שווארץ הי''ו, און ביי ר' יואל צבי הירשפעלד הי''ו. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אפרים גוטמאן הי''ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 11:20.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף חיים ווייס הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' מאיר יוסף טייטלבוים הי''ו.

עליות. כהן: החתן ב''ר בנימין זאב שווארץ הי''ו, לוי: החתן בן הרה''ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט''א - באווארפן, שלישי: החתן ב''ר קלמן יעקב ווייס הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר עקיבא געשטעטנער הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר אשר יצחק ווידער הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' בנציון ברמ''ב כ''ץ הי''ו.
ר' פישל גאלדבערגער הי''ו.
ר' משה ברוך קאליש הי''ו.
ר' ליפא ברש''ל פריעד הי''ו.

שביעי: הרה''ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט''א מדייני קהלתינו, הוספה: החתן ב''ר אליעזר ראטה הי''ו, אחרון: החתן ב''ר משה כ''ץ הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' מענדל בער ווידער הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' עקיבא געשטעטנער הי''ו.

מוסף: הרה''ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ''ץ קרית טאהש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ישעי' שבתי בראך הי''ו. מען האט געענדיגט 12:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days