בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday15 Teves 578212/19/2021

Report
במוצאי יום גילה

מוצש''ק פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א


ארום 10:35 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון אטריום פלאזא אין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די חגיגת יובל חמשה עשר פון כולל ברך משה דקהלתינו הק' במאנסי אינאיינעם מיט'ן דינער להגדיל תורה לטובת די כולל מיט אירע נאנט צו 200 לומדי הכולל, דערביי האט הרה''ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט''א צוגענדיגט זיין דרשה אלס נואם הכבוד, דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער ראה''כ הרה''ג ר' אהרן איזריעל שליט''א, און הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א
.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ''ויברכם ביום ההוא לאמר בך יברך ישראל ישימך אלוקים כאפרים וכמנשה'' און ארומגערעדט בשבח פון די לומדי תורה און פון די מחזיקי התורה, דערנאך האט זיך דער רבי באצויגן אויף די דרשה ביים אסיפת העיר קרית יואל והגלילות זאגענדיג אז עס איז די געשפרעך פון טאג דאס וואס מען האט גערעדט בנוגע מאנסי, און זיך אויסגעדריקט אז 'יא עס איז דא צוויי סארט מאנסי'ס' עס איז דא א דערהויבענע מאנסי און עס איז דא א שוואכע מאנסי, ברוך ה' אז דער קהילה, מוסדות, ישיבה, און דער כולל וואס איז די יסוד פון די קהילה זענען ב''ה אויסגעשטיגן לשם ולתפארת און די דערהויבענע מאנסי, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' במאנסי פונעם ביהמ''ד, די מוסדות הק' און דער כולל, און די זעלבע צייט אויפגעפאדערט פון די הנהלת הקהילה והמוסדות צו פארופען אן אסיפת הורים פון אלע עלטערן וואס האבן קינדער דא אין די מוסדות, און אוועקשטעלן די יסודות און פארזיכערן אז נאר דעי וואס שטעלן זיך צו אלע תקנות ווערן געהאלטן אין די מוסדות, און צוגענדיגט מיט א ברכה פאר די בני הכולל ובפרט פארן ראה''כ און פארן רב שליט''א ולכל הקהל הקודש.

נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די עסקנים ונדיבי בעם. מען האט געענדיגט 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️