בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Sunday1 Teves 578212/5/2021

Report
מוצש''ק ליל ז' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול בוומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג, ביי יונים האט פארגעזונגען החזן הרה''ח ר' שמואל זאנוויל ווערצבערגער הי''ו משמש דקהלתינו ב''פ.

צווישן אנדערע האט זיך משתתף געווען כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א.

נאך די זמירות האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די מזמרים און פאר די קינדער פון די קאפעליע.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז דורך די נר חנוכה וואס איז אקעגן די זיבן ספרים פון תורה שבכתב און די אכטע וואס איז קעגן תורה שבע''פ האבן די צדיקים א כח איבערצודרייען אויתיות און מאכן פון מות צו מעות רב, און געוואונטשן אז נו זאל ניצל ווערן מכל פגע ונחלה און עס זאל ווערן מעות רב.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג פר' מקץ ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג, אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי כתה ו' ז' ח' במוסדותינו הק' בוומסב''ג.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר ישראל פארקאש הי"ו.
ב''ר אליעזר זוסיא פליישמאן הי''ו.

צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה''ח ר' עקיבא הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב טעלער הי"ו, כהן: ר' ליפא גליק הי''ו, לוי: ר' ישעי' וואזנער הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' משה יודא בר''ש הירש הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו, שיר המעלות: הרה''ג ר' יודא מאיר יעקב לייכטאג שליט''א.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וטבח טבח והכן'' און געטייטשט אז מיטן כח פון נס חנוכה וואס ברענגט אמונה שלימה אין בוכ''ע איז הקב''ה מתנהג בחיובי בעל לאושה און איז משפיע פרנסה און רפואות און די גאולה שלימה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

פאר מעריב האט דער משמש הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער געצינדן די מנורה, מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' יעקב איצקאוויטש הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 7:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת מקץ שבת חנוכה - ראש חודש טבת 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג.

ערש''ק נאכמיטאג נאכן ערשטן פייף האט רבינו שליט''א געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש און געזאגט די הנרות ביז מעוז צור כנהוג.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.

נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פארן בית הוראה דקהלתינו הק' בוומסב''ג, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי''ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.

נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום נעמען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל הביהמ''ד הגדול, ווי עס האבן געהאט די זכיה מיטצועסן תלמידי ישיבתינו הק' צעירים וומסב''ג.

רבינו שליט''א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' באש להבה, און אשת חיל. הגבאות הכוס לקידוש: הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א .

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' הערשל הורוויץ שליט''א מנהל ישיבה לצעירים, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' יואל שווארץ שליט''א דומ''ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין שכונת קעסקעיד .

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן גמרא אין מס' שבת אין די סוגיא פון כבתה מיישב צו זיין די ווערטער פונעם עצי חיים זי''ע אז שב''ק און מילה זענען באמת נאר א עשה וואס מען איז זיך נישט מחיוב מוסר נפש זיין, ווייל בשעת השמד איז א מלאכה בשבת א מלאכה שאינה צריכה לגופה, נאר וויבאלד די חשמונאים זענען געווען ווי א חסיד מפורסם וואס מעג זיך יא מוסר נפש זיין און האבן עס געטוען שלא כל מנס לקבל פרס און אלס זכר דעם איז אסור להשתמש לאורה, און דערציילט וואס ער האט געהערט פון טאטן ז''ל איבער א שיטת המהרי''ק וואס מען האט זיך אויף דעם פארלאזט ביי די קריג, בנוגע טוען א מלאכה אים שבת מאונס.

קה אכסוף: הרה''ח ר' ברוך אילאוויטש הי''ו - חבר הנהלת מוסדותינו הק' בבני ברק, ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א .

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק די שינאווע רב זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ו' טבת. קה רבון עלם: הרה''ג ר' הערשל מייזליש בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א .

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' מנחם דוד מאשקאוויטש הי''ו.

אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יחזקאל פרענקל שליט''א ר''מ בישיבה לצעירים. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' יושע ווערצבערגער שליט''א, הרה''ג ר' יחזקאל גלאנץ שליט''א מבארדיוב, הרה''ח ר' אהרן זילבערשטיין הי''ו. פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יושע ווערצבערגער שליט''א.

עליות. כהן: הרה''ח ר' מרדכי גימפל קאהן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' עקיבא הירש הי''ו, שלישי: הגה''צ אבד''ק קהלתינו וומסב''ג שליט''א, רביעי: החתן ב''ר יושע צבי פריינד הי''ו - באווארפן, חמישי: הרה''ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: הב' החתן אלתר ברוך גפן הי''ו - משב''ק, הוספה: בעל שמחה ר' אליעזר מויזקאפ הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, הגבה די ערשטע ספר: הרה''ח ר' ברוך אילאוויטש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' ישעי' שלום זילבערשטיין הי''ו.

אחרון - ר''ח: בעל שמחה ר' שמעון ווערצבערגער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, הגבה די צווייטע ספר: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו - משב''ק, גלילה: הרה''ח ר' מאיר פערל הי''ו.

מפטיר - חנוכה: הרה''ח ר' שלמה יעקב מערץ הי''ו, הגבה די דריטע ספר: יוסף זאב מויזקאפ הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' חיים ווערצבערגער הי''ו.

צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לכבוד שבת ראש חודש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי''ו ( אויסטראליע).

מען האט געענדיגט ארום 1:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday29 Kislev 578212/3/2021

Report
ליל ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור שניאור זלמן ב''ר יואל עקשטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול בוומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות הדלקה.

דער רבי שליט"א האט דערנאך געזאגט די זמירות און מען האט דערווייל געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק בדרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך בדרך אגדה אז דורך די נר של שבת פון די נשים איז געקומען די נס פון די נר של חנוכה.

דערביי האט דער רבי ארומגערעדט בדברי מוסר זיך מחזק זיין אין די ענינים פון צניעות בלבוש ובהתנהגות, בפרט ביי די ארבייט פלעצער. און נאכאמאל מעורר געווען איבער מצוות מזוזה און ארומגערעדט בגודל מצוותה והלכותיה, און האט שטארק גערעדט איבער די געוואלדיגע זהירות וואס פארלאנגט זיך פון א סופר וואס דארף זיין א ירא שמים מרובים, אסאך מער פון א שוחט, "עס איז דא סופרים ר''ל קלים ורקים". און דערמאנט די אסיפה דורך רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע בשנת תשכ''א וואס האט מעורר געווען איבער כשר'ע תפילין ומזוזות, און געזאגט "אידן קויפן, מען צאלט געלט און מען קויפט פסולע תפילין און פסולע מזוזות, אדער אפילו עס איז נישט פסול איז עס כשר נאר בדיעבד", דערנאך האט רבינו שליט''א אויפגעפאדערט נישט צו קויפן פון די סוחרים וואס אלעס קומט מיד ליד איש מפי איש אן קיין השגחה נאר גיין פערזענליך דורך א סופר א ירא שמים.

דער רבי האט מסיים געווען די דב''ק בדברי תורה ורמזי קודש אז דורך די נר חנוכה ווערט נתמלא דער שם הוי''ה וואס איז מען מעורר אורו של משיח, און צוגענדיגט בברכות קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מנחם אבל זיין משפחת המנוח הרה''ח ר' משה שמואל פארקאש ע''ה מראשי קהלתינו בבארא פארק יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פר' מקץ ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליעזר ווייס הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יוסף יושע יחיאל זאבעל הי"ו.
ב''ר שלמה צבי שפילמאן הי''ו.

צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday28 Kislev 578212/2/2021

Report
ליל ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 6:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור קלונימוס זאב ב''ר אברהם יושע גפן הי''ו געצינדן די מנורה.

אשר בך ירוחם יתום

פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק' אויפן פרעזענליכע איינלאדענונג פונעם אב ורועה נאמן כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

א גאר רייכע סעודה איז אהערגעשטעלט געווארן עקסטער פאר די יתומים בראשות רבינו שליט''א, און עקסטער פאר די יתומות דורך הרבנית הצדיקת תליט''א.

הנירות הללו קודש הם

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה אויף א פריוואטע פארנעם מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות און דערנאך די פיוטים כנהוג.

נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבין שליט"א, דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט א לענגערע צייט, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר יעדן צו פרעגן שאלות פון רבין שליט"א אויף וואס דער רבי האט געענטפערט במאור פנים, און נאכן גאנצן פראגראם האט דער רבי געזאגט רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.

דערנאך האט דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג. און מ'האט א לענגערע צייט זיך משמח געווען בשירה וזמרה לכבוד חנוכה.
די מסיבה האט זיך געענדיגט בערך אום 1 אזייגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פר' מקץ ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday27 Kislev 578212/1/2021

Report
ליל ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור אברהם יצחק שווארץ בן הרה''ג ר' נתן דוב שליט''א געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביהמ''ד הגדול אין קר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות. דערנאך האט דער רבי געזאגט די מזמורים כנהוג און מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, און דאן האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק בדרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך בדרך אגדה אז דער דריטע נאכט איז משפיע מידת חנון, מתנות חינם אפילו אויב מען איז נישט ראוי, און ארומגערעדט אז די נר חנוכה בימין ווייזט אויף די אמונה וואס אידישע קינדער האבן מיט מסירות נפש אפילו אין שווערע זמנים, און די מזוזה בשמאל ווייזט אויף די השגחה וואס דער אייבערשטער האט אויף די אידישע קינדער וואס זענען דבוק אינעם אייבערשטן.

דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און ארומגערעדט איבער מצוות מזוזה, צום ערשט איבער די חשיבות המצוה וסגולותיה, און געזאגט אז אין דעם ווינטער וועלן בעז"ה פארטיג ווערן אזויפיל ווי 500 דירות וואס דאס וועט געברויכן אזויפיל ווי ארום 5000 מזוזות, במילא וועט מעגליך זיין א מאנגל אין מזוזות, וועלן די סוחרים אימפארטירן פון ארץ ישראל מכל הבא לידם, דער רבי האט דערמאנט די אסיפה בשנת תשכ''א דורך רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע איבער די פסולע תפילין ומזוזות וואס ווערן פארקויפט און אויסגעשריגן מנהמות לבו הטהור מורי ורבותי מען פארקויפט היינט צו טאג פסולע תפילין און פסולע מזוזות און מעורר געווען די אלע אידן וואס קויפן א דירה זאלן זעהן צו פארשאפן א כשרע מזוזה געקויפט פון א סופר וואס ער האט דאס געשריבן. והחכם עיניו בראשו זיך שוין פארזארגן מיט מזוזות און נישט ווארטן אויף דעמאלטס ווען ס'וועט נישט זיין, און געזאגט ''כמיז זאגן די סוחרים האבן נישט קיין נאמנות חוץ אויב עס איז דא א געוואלדיגער השגחה, ס'איז א ווייטאג אבער מען מוז עס זאגן, כ'זעה דער פעטער ז''ל האט עס געזאגט און עס איז גולטיג היינט פונקט ווי כשעתו.

דערנאך האט דער רבי געבעטן די סופרים און געזאגט ''קרית יואל איז א עיר מלאה חכמים וסופרים'' אז מען זאל זעהן שוין יעצט צו שרייבן מזוזות, און מסיים געווען בברכות קדשו עס זאל זיין א שפע פון דירות און עס זאל זיין מזוזות.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער בבנין מבצר הכוללים ווי עס איז פארגעקומען די יערליכע כינוס התחזקות דורך חבורת ליל ששי, מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, און הרה''ג ר' הערשל קאהן שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער.

דערנאך האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש זיך מחזק זיין מקיים זיין די מצוות ה' בשמחה ובתלהבות אש, און ארומגערעדט בשבח החבורת ליל ששי און געזאגט אז דאס איז א שטיין אינעם קרוין פון קרית יואל און מען דארף מרבה זיין נאך אזעלכע חבורות וואס דאס איז געווען דער דרך הבעל שם הק' און מסיים געווען בברכות קדשו.

מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פר' מקץ ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה ישראל גאטליעב הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יקותיאל מאלח הי"ו.
ב''ר אהרן גאלדשטיין הי''ו.

צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, מען האט געזונגען ניגונים און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די בר מצוה בחורים און די תלמידי הישיבה.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days