בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday28 Kislev 578212/2/2021

Report
ליל ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 6:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור קלונימוס זאב ב''ר אברהם יושע גפן הי''ו געצינדן די מנורה.

אשר בך ירוחם יתום

פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק' אויפן פרעזענליכע איינלאדענונג פונעם אב ורועה נאמן כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

א גאר רייכע סעודה איז אהערגעשטעלט געווארן עקסטער פאר די יתומים בראשות רבינו שליט''א, און עקסטער פאר די יתומות דורך הרבנית הצדיקת תליט''א.

הנירות הללו קודש הם

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה אויף א פריוואטע פארנעם מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות און דערנאך די פיוטים כנהוג.

נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבין שליט"א, דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט א לענגערע צייט, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר יעדן צו פרעגן שאלות פון רבין שליט"א אויף וואס דער רבי האט געענטפערט במאור פנים, און נאכן גאנצן פראגראם האט דער רבי געזאגט רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.

דערנאך האט דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג. און מ'האט א לענגערע צייט זיך משמח געווען בשירה וזמרה לכבוד חנוכה.
די מסיבה האט זיך געענדיגט בערך אום 1 אזייגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️