בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דינסטאגכ"ו כסלו תשפ"ב11/30/2021

באריכט
ליל ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור וואלף ב''ר בערל שטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך בדרך אגדה אז די צווייטע ליכט איז משפיע רחמים, און ארומגערעדט איבער גיין נאך געלט בימי חנוכה פארציילענדיג דערביי א סיפור פון זקינו הגה''ק בעל ייטב לב זי''ע און מסיים געווען בברכות קדשו אז עס זאל נשפע ווערן גרויס רחמים פאר אידישע קינדער.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פר' מקץ א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בכור סרוגא הי"ו.

צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ה כסלו תשפ"ב11/29/2021

באריכט
ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה אז דער ערשטער טאג חנוכה איז משפיע פרנסה, פארציילענדיג דערביי א סיפור פון זקינו הגה''ק בעל ייטב לב זי''ע און מסיים געווען בברכות קדשו אז עס זאל נשפע ווערן פרנסה בשפע רב.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג מקץ ערב חנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה שמואל הירש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. און די ברית לבן הנולד לר' יואל הערש הערשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל אשר זאבעל הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
במוצאי יום גילה

מוצש''ק פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.


נעכטן מוצש''ק נאך הבדלה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א, ווי הרבני הנגיד ר' שמעון משה קעפעטש הי''ו חבר הנהלת המוסדות הקדושים בקר''י האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם נייעם בנין וואס ווערט געבויעט פאר די ישיבה קטנה אינטערן ביהמ''ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס, פארן פאנטאסטישע סומע פון איבער א מיליאן דאלאר.

רבינו שליט''א האט אונטערגעשריבן די שטרות מיטן חשובע נדבן און געוואונטשן ברכות קדשו פארן נדבן ובני משפחתו און פאר די הנהלת המוסדות.

ארום 2:15 אויפדערנאכט האט רבינו שליט''א מלוה געווען די מיטה פון הרבני הנגיד מוה"ר משה שמואל פארקאש ע''ה מראשי קהלתינו הק' בבארא פארק, פארנט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ד כסלו תשפ"ב11/28/2021

באריכט
שב"ק פרשת וישב מברכים חודש טבת 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' אלי' שאול כ''ץ הי''ו (בארא פארק).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן מוסד הק' נטרונא. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.

נאך די אפיעל איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' באש להבה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א שליט''א. הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' יודל שטיינמעץ הי''ו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען, כל מקדש: הרה''ח ר' משה בריזל הי''ו ( ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "וישב יעקב - בקש יעקב לישב בשלוה" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא.

קה אכסוף: הרה''ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי''ו (בארא פארק), ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' משה'לע דעעשער זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט זונטאג ערב חנוכה. קה רבון עלם: הרה''ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי''ו (וומסב''ג).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' עקיבא הירש הי''ו (וומסב''ג), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי''ו.

עליות. כהן: בעל שמחה ר' משה יוסף פאלאק הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה''ח ר' יחזקאל שטיינמעץ הי''ו, שלישי: החתן ב''ר מאיר זאב שטערן הי''ו, רביעי: החתן ב''ר יצחק אייזיק גאלדשטיין הי''ו, חמישי: החתן ב''ר יואל שפילמאן הי''ו , שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' דוד ניימאן הי''ו.
ר' שלמה יוסף ראזענפעלד הי''ו.
ר' יהושע הירש הי''ו.
ר' יואל משה פארקאש הי''ו.

שביעי: הרה''ח ר' ליפא גראס הי''ו, אחרון: בעל שמחה ר' יחזקאל שרגא שעהר הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה''ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' פתחי' בראך הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שלמה לייב וויינבערגער הי''ו.

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מוסף: הרה''ח ר' ליפא גראס הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל שרייבער הי''ו (בארא פארק).

מען האט געענדיגט 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: הרה''ח ר' אברהם משה טויב הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ח ר' אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן), לוי: הרה''ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט''א, שלישי: הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו קר''י, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' ישראל שפילמאן הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וישמע ראובן ויצילהו מידם'' און געטייטשט אז די הכנה פון א מצוה איז פונקט ווי די מצוה, דורך דעם זכות וואס די אידן האבן געמאכט ערב חנוכה 'ופינו את היכליך וטיהרו את מקדשיך' האט מען זוכה געווען צום נס נצחון המלחמה. מען האלט פאר חנוכה מען דארף זיך צוגרייטן צו מקיים זיין דעם הייליגן מצוה וואס שיינט און לייכט אריין אין אידישע קינדער, אור בהיר בשחקים און איז משפיע השפעות טובות בגשמיות וברוחניות.

ידיד נפש: הרה''ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' פתחי' בראך הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' פישל פארקאש הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 7:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ב כסלו תשפ"ב11/26/2021

באריכט
פרייטאג פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר עמרם כהן הי"ו.
ב"ר סיני ראטה הי"ו.
ב''ר חיים שלמה ראזענבערג הי''ו.
ב''ר אברהם שלמה כהנא הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פר' וישב - כ''א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם קליין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יחיאל מנשה גאטליב הי"ו.
ב''ר ליפא וואלהענבערג הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד' ווי רבינו שליט''א האט ארומגערעדט איבערן נס הצלה פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מעמד סעודת הודאה כ''א כסלו בהיכל המתיבתא של מרן בעל הנס זיע"א - בסניף ברך משה אינאיינעם מיט די תלמידים פון אלע סניפים, און דער רבי שליט''א האט געטאנצן עטליכע מינוט לכבוד היום.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו''ר המעמד הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א משגיח בסניף ויואל משה. אינמיטן איז ערשינען דער נואם הכבוד הרה''ח הישיש בנש"ק ר' יחזקאל דוד האלבערשטאם שליט''א נכד דור רביעי פון הרה''ק הדברי חיים זי''ע. דער רבי שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט און אים באגריסט. דערנאך האט ר' יחזקאל דוד שליט''א אויפגעטרעטן מיט לענגערע פרקי זכרונות פון רביה''ק זי''ע און פון זיינע צאנזע זיידע'ס זצ"ל ווי ער איז נתגדל געווארן עטליכע יאהר פאר די מלחמה.

דערנאך האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און די תלמידים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש. צום ערשט האט דער רבי באגריסט דעם חשובע גאסט א אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן צאנזער רב זי''ע און אים געוואונטשן ער זאל דערלעבן משיח. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס יעדער בחור דארף האבן פאר הקב''ה אז ער האט אונז איבערגעלאזט לשארית לפליטה רביה''ק זי''ע וואס איז לאו האי יומא וואלט מיר גארנישט געהאט, און דערמאנט פונעם הייליגן רוזשינער זי''ע אז 'אין בן דוד בא אלא בדור שכלו חייב' מיינט אז מען פילט א הכרת הטוב פאר הקב''ה און געזאגט אז חיי''ב איז ר''ת 'יואל בן חנניה יו''ט'. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון רביה''ק זי''ע צו יעדער בחור ממש ווי א אייגן טאטע, און מסיים געווען אז יעדער בחור דארף האבן אן אחריות זיך אויפצופירן ווי א תלמיד פון רבי'ן ז''ל ווי עס פאסט פאר א סאטמארע תלמיד, און צוגענדיגט בברכות קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען בשירה ובזמרה מען האט געענדיגט ארום 6:30.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריבער אינעם נייעם שטוב פון הרה''ח ר' אליעזר הארטמאן הי''ו אין שכונת וואדבאר''י דזשאנקשא''ן בגלילות קר''י, וואס האט אפגעקויפט א זכות שער אין איינע פון די בניני המוסדות בקר''י. רבינו שליט''א האט קובע מזוזה געווען און דערנאך געטרינקן לחיים און געחתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך האט זיך אנגעזעהן הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט''א רב השכונה, רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט איבער די ווייטערדיגע פלענער פון מרחיב זיין די שכונה, און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז 1:00.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' ליפא האלפערט הי"ו - ר' הערש אלימלך קליין הי"ו.

ארום 11:35 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה''. נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ב'.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ביים זמן געדאווענט מעריב.

ארום 7:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צום מעמד ההודאה כ''א כסלו - זעהט די באזונדערע באריכט פונעם גראנדיעזן סעודת הודאה -.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ארום 10:50 האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם דבר ה' והדרכת השנה פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה במשנתו פון רביה''ק בעל הנס זי''ע. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די בליה און וואוקס פון די מוסדות הקדושים איבער די וועלט און די שיינע פירות וואס דאס געט ארויס סיי אין תלמוד תורה און סיי אין בית רחל און אין די ישיבות קטנות וגדולות, און ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה מיט די עפענונג פון די 2 סניפי ישיבה גדולה עסק התורה פאר די עלטערע בחורים וואס האט זיך געעפענט מיט גרויס הצלחה, וואס דאס אלעס איז בזכותו ובכוחו של אותו זקן.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברי מוסר והדרכה זיך האלטן שטארק און נישט נאכגיין די תאוות אמעריקע, און מעורר געווען נישט אווערצושיקן די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות "רוב פון די בחורים קומען אן קיין ארץ ישראל, וואו זיי ווערן אויסגעקילט אין יעדע זאך וואס איז ביי אונז חשוב און הייליג, ער האט שוין מער נישט קיין קשר צו סאטמאר, דאס ברענגט געוואלדיגע ירידת הדורות אין אלע ענינים".

דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער די שווערע גזירות בארץ ובגולה וואס מען דארף זיין גרייט צו באקעמפען, די סכנה פון די גזירות החינוך אין ניו יארק ''אז מען רעדט עניני חינוך מיז מען ארויסברענגן די סכנה וואס הערשט אויף די בתי חינוך דא אין ניו יארק סטעיט, 'ווי עס זעהט זיך אויס וועט אין די קומענדיגע חדשים די רעגירונג אין אלבאני טוהן פעולות בעניני חינוך', זאכן וואס איז די חיות פון כלל ישראל 'מען דארף רחמים שמים מרובים און זיין גרייט לדורן לתפלה ולמלחמה' דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל מצליח זיין. די פעולות וואס מען טוהט, זאל זיין מיט גרויס הצלחה. קיינער זאל נישט קענען חלילה טשעפענען די חינוך פון אידישע קינדער''.

די סכנה פון גזירות גיוס בני ישיבות בארה''ק ''אזוי אויך אין ארץ ישראל דארפן זיי אויך האבן רחמים שמים, גיוס בני ישיבות איז נישט אראפגעגאנגען פון סדר היום און עס הערשט א געוואלדיגער סכנה וואספארא סדר מען וועט איינפירן, מי יודע מה יולד יום ה' ירחם''.

דערנאך האט דער רבי שליט''א ארומגערעדט אז דער גרויסער טאג איז ''א צייט פון חשבון הנפש צו גיין אין די דרכים פון רביה''ק זי''ע בפרט בעניני השקפה ודיעות, נישט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא פון אלעס וואס ער האט אונז געלערנט בכתב ובעל פה בגנות פון רעיון הציוני און אלע איסורים וואס ליגט אונטער דעם, ס'איז נוגע די עיקרי האמונה" - "מ'דארף געוואלדיגע חיזוק נישט אריינצופאלן אינעם נעץ פונעם יצר הרע מיט'ן ציוניסטישן רעיון פון כחי ועוצם ידי און נעמען א גאולה פאר ביאת המשיח. מ'דארף וויסן מיט א קלארקייט די איסורים מיט וואס דאס איז פארוויקלט. זוכה זיין צו התבדלות פון די רשעים אפילו במחשבה, ווייל אפילו מחשבה איז פוגם ביי די ענינים".

דערנאך האט רבינו שליט''א ארום גערעדט בשבח פון די חבורות פון יסודי התורה און תורתך שעשועי און מחזק געווען די טויזענטער לומדי התורה. און אחרון אחרון חביב האט דער רבי ארומגערעדט בשבח המוסדות אין וומסב''ג וועלכע שטייט לשם ולתפארת, און געבעטן אז יעדער זאל ארויסהעלפן די געטרייע הנהלה וואס טראגט אזא שווערן עול, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די הנהלת המוסדות זיי זאלן פטור ווערן פון אלעם בייזן און ברכות לרוב פאר כל הקהל הקודש.

נאך די דב''ק האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות פאר אלע חתנים.

מען האט געענדיגט ארום 12:00. אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן להצלחת המעמד.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שירו לה' שיר חדש תהלתו בקהל חסידים

במקהלות רבבות בית ישראל זענען זיך צונויף געקומען אנ''ש תלמידי וחסידי סאטמאר ובראשם כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בליל ההודאה כ''א כסלו אפצייכענען און פייערן דעם יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע, אינאיינעם מיט'ן מעמד נשגב 'ונרוממה' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר, אינעם גיגאנטישן ריזן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטערפראנט סקווער אין וומסב"ג.

דער ריזן שאטער איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.

דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה די בארימטע שירה כאאר און ר' מענדי הערשקאוויטש. אזוי אויך האבן מהנה געווען דעם ציבור, די אויסגערופענע חזנים הרב שלמה זלמן הורוויץ הי''ו און הרב יואל אויש הי''ו אינאיינעם מיט'ן ילד הפלא.

לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס 'אשרינו' פון נאנט צו 150 זייטן מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרה''ג ר' יעקב ישראל ישורין רובין שליט''א ר''מ בישיבתינו הק' באר התורה. עס האט אויפגעטרעטן בשם הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו. הרבני הנגיד ר' דוד מאיר ברוך ווייס הי''ו האט פארגעלערנט משניות און געזאגט קדיש לע"נ אביו החשוב ע"ה.

ארום 9:00 האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הגה''צ אבד''ק ור''מ קהלתינו וומסב''ג שליט''א וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם חיוב ההודאה וואס יעדער סאטמארע חסיד דארף אפגעבן אין דעם טאג, און ארומגערעדט באיכות מוסדותינו הק' אין וומסב''ג און איבער די הרחבת גבולי הקדושה סיי אינערהאלב די קהילה און אין די מוסדות.

ביים אנקומען אין וומסב''ג צום מעמד איז רבינו שליט''א אריין אין א זייטיגע צימער ווי עס זענען אריין צום רבי'ן דער מעיאר עלעקט עריק עדעמס אין באגלייטונג פון די ראשי העסקנים אין שפיץ פון העסקן הדגול הרב נפתלי משה אינדיג. דער רבי האט זיך באדאנקט פארן מעיאר און ארומגערעדט איבערן גזירות החינוך אין ניו יארק. דערנאך זענען אריין פילצאליגע פאליטישענס און נדבני המוסדות וועלכע העלפן ארויס קהלתינו ומוסדותינו הק'. דער רבי שליט''א האט זיך באדאנקט און ווארעם געוואונטשן.

ארום 9:30 האבן רבבות אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן.

דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל.

נאכדעם האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה א חשובער גאסט הרה''ג ר' יצחק מאיר שטערנבוך שליט''א מחשובי ראשי הישיבות והמשפיעים בארה''ק. דערנאך האט ממשיך געווען מיט'ן דבר ההנהלה הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו און אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת די מוסדות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג