בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"א כסלו תשפ"ב11/25/2021

באריכט
דאנערשטאג פר' וישב - כ''א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם קליין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יחיאל מנשה גאטליב הי"ו.
ב''ר ליפא וואלהענבערג הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד' ווי רבינו שליט''א האט ארומגערעדט איבערן נס הצלה פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מעמד סעודת הודאה כ''א כסלו בהיכל המתיבתא של מרן בעל הנס זיע"א - בסניף ברך משה אינאיינעם מיט די תלמידים פון אלע סניפים, און דער רבי שליט''א האט געטאנצן עטליכע מינוט לכבוד היום.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו''ר המעמד הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א משגיח בסניף ויואל משה. אינמיטן איז ערשינען דער נואם הכבוד הרה''ח הישיש בנש"ק ר' יחזקאל דוד האלבערשטאם שליט''א נכד דור רביעי פון הרה''ק הדברי חיים זי''ע. דער רבי שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט און אים באגריסט. דערנאך האט ר' יחזקאל דוד שליט''א אויפגעטרעטן מיט לענגערע פרקי זכרונות פון רביה''ק זי''ע און פון זיינע צאנזע זיידע'ס זצ"ל ווי ער איז נתגדל געווארן עטליכע יאהר פאר די מלחמה.

דערנאך האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און די תלמידים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש. צום ערשט האט דער רבי באגריסט דעם חשובע גאסט א אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן צאנזער רב זי''ע און אים געוואונטשן ער זאל דערלעבן משיח. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס יעדער בחור דארף האבן פאר הקב''ה אז ער האט אונז איבערגעלאזט לשארית לפליטה רביה''ק זי''ע וואס איז לאו האי יומא וואלט מיר גארנישט געהאט, און דערמאנט פונעם הייליגן רוזשינער זי''ע אז 'אין בן דוד בא אלא בדור שכלו חייב' מיינט אז מען פילט א הכרת הטוב פאר הקב''ה און געזאגט אז חיי''ב איז ר''ת 'יואל בן חנניה יו''ט'. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון רביה''ק זי''ע צו יעדער בחור ממש ווי א אייגן טאטע, און מסיים געווען אז יעדער בחור דארף האבן אן אחריות זיך אויפצופירן ווי א תלמיד פון רבי'ן ז''ל ווי עס פאסט פאר א סאטמארע תלמיד, און צוגענדיגט בברכות קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען בשירה ובזמרה מען האט געענדיגט ארום 6:30.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריבער אינעם נייעם שטוב פון הרה''ח ר' אליעזר הארטמאן הי''ו אין שכונת וואדבאר''י דזשאנקשא''ן בגלילות קר''י, וואס האט אפגעקויפט א זכות שער אין איינע פון די בניני המוסדות בקר''י. רבינו שליט''א האט קובע מזוזה געווען און דערנאך געטרינקן לחיים און געחתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך האט זיך אנגעזעהן הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט''א רב השכונה, רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט איבער די ווייטערדיגע פלענער פון מרחיב זיין די שכונה, און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז 1:00.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' ליפא האלפערט הי"ו - ר' הערש אלימלך קליין הי"ו.

ארום 11:35 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️