בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךכ' כסלו תשפ"ב11/24/2021

אוידיאו
פייערדיגע דברות קודש והדרכת השנה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מעמד המרומם סעודת הודאה כ"א כסלו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 44:52⬇ אראפנעמען 5.8 MB
נייעס
היום בקולו תשמעו

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן די דברות קודש והדרכת השנה ביים מעמד המרומם סעודת הודאה כ"א כסלו.

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די בעקאפ נאמבערס
339-207-8688
727-731-5985

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
בך בטחו אבותינו

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט אין די יעצטיגע מינוטען אן צום מעמד ההודאה כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל אינעם גיגאנטישער ריזן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די בעקאפ נאמבערס
339-207-8688
727-731-5985

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו, וכינוס תלמידי וחסידי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב קהלתינו הק' בני ברק יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
אין די יעצטיגע מינוטען איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל צום סעודת הודאה און מעמד הנשגב ונרוממ"ה, אינעם גיגאנטישער שאטער אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ערשטע בילדער פון מעמד כ"א כסלו בקרב קהילתינו הק' אין בני ברק - תלמידי וחסידי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ונרוממ"ה שמו יחדיו!
מודעה
היום שמחתינו!
במקהלות רבבות אנשי שלומינו
לרגל יום ההצלה כ"א כסלו הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה "עסק התורה" - סניף מאנסי. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם בר''ב פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יואל ברמ''י גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א משמיע געווען קורצע דברי חיזוק פאר די בחורים אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער צום בנין אינטערען ביהמ''ד ווי עס ווערט געבויעט פאר די ישיבה קטנה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביי אלע פיר שטאקן, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביי די מקוה וואס ווערט געבויט פארן ביהמ''ד.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה אין וומסב"ג פון 8:30 ביז 1:00.

צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' יצחק מאיר שטערנבוך שליט''א מחשובי ראשי הישיבות והמשפיעים בארה''ק, וועלכע וועט אויפטרעטן ביים צענטראלן סעודת הודאה כ''א כסלו. עס האט זיך פארצויגן א שיינע תורה'דיגע שמועס אזוי אויך איבערן מצב הישיבות בארה''ק.

אויך זענען אריין בקודש פנימה די מחותנים הרה''ג ר' ליפא ט"ב שליט''א אב"ד סאסוב ב"פ חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און הרה''ג ר' יואל מנחם אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה''צ אבד''ק אלעסק שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון זייערע קינדער למז''ט, וואס וועט פארקומען אי"ה מאנטאג זאת חנוכה הבעל"ט.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר צבי שטיינבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר''ר מאיר זאב שטערן שליט''א - ר' יצחק יעקב כ''ץ הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

ארום 11:35 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום התמדת התורה דורך חבורת תורתך שעשועי שע''י קהלתינו הק', דעם דאנערשטאג כ''א כסלו הבעל''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ט כסלו תשפ"ב11/23/2021

נייעס
מעמדי סעודות ומסיבות הודאה
בקרב קהלותינו הקדושות בקאנאדע ואייראפע
לרגל יום ההצלה כ''א כסלו הבעל"ט

לאנדאן - מאנטשעסטער - מאנטריאל - אנטווערפן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מעמדי סעודות ומסיבות הודאה
בקרב קהלותינו הקדושות בארה''ק ת"ו
לרגל יום ההצלה כ''א כסלו הבעל"ט

ירושלים - בני ברק - בית שמש

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג