בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Wednesday21 Cheshvan 578210/27/2021

Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת הוואך נאכט פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה"צ רב דבתי מדרשים ברך משה - ויואל משה שליט"א - חדב"ן.

די שמחת הוואך נאכט קומט פאר אין שטוב פונעם זיידן הגה"צ ר' ברוך שליט"א אין קר"י, מארגן וועט פארקומען די שמחת הברית מילה בבית מדרשינו ברך משה בקר"י בראשות דער גרויסער זיידע כ"ק מרן רבינו שליט"א, דער רבי וועט דאוונען שחרית בביהמ"ד ברך משה ארום 9:30 און דערנאך וועט פארקומען די ברית מילה און די סעודת ברית לכל הקהל הקודש.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה

קומענדיגן זונטאג ויצא לסדר מה נורא המקום הזה נאכן היסטארישען שבת תולדות - בעיר האבות סיגוט ביים מסע הקודש ושבתי בשלום אל בית אבי, וועט פארקומען די התרגשות'דיגער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין גדול "היכל הביהמ"ד - מקוה גדולה - וחדרים להכנסת אורחים" וואס וועט ווערן אויפגעבויעט סמוך ונראה צום ציון הק' פון רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי"ע אין שטאט אוהעל דורכן "וועד הציון הקדוש" שע"י החברה קדישא דקהלתינו הק', - צוגאב צו די ביז יעצטיגע עקזיסטירנדן איבערגעפרישטן בנין וואס איז שוין צר המקום מהכיל.

דער גרויסע מעמד "הנחת אבן הפינה" וועט פארקומען במעמד קהל רב חסידים ואנשי מעשה, די הונדערטער נדיבים ונגידים בעם וועלכע וועל מיטהאלטן די מסע הקודש, אזוי אויך א גרויסע ציבור פון אנ"ש תושבי אייראפע וועלכע וועלן האבן די גלעגענהייט מיטצוהאלטן די מעמדים אין אוהעל, און וועט זיין אין שפיץ פונעם גרויסן מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער איז ממשיך בגאון ועוז די גאלדענע קייט פון די מנהיגי ומאורי הדורות לבית עצי התמרים וואס ציעט זיך פונעם ריש השושילתא דקדישא דער הייליגער ישמח משה זי"ע.

אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די וויכטיגע צוגרייטונגען אהערצושטעלן דעם מעמד נרגש ברוב פאר והדר, און מסדר זיין אלע נויטיגע איינריכטונגען צו ענטפאנגן דעם ציבור הגדול וואס וועלן זיך אי"ה באטייליגן ביי דעם דערהויבענעם איבערלעבעניש.

גדול יהיה כבוד הבית הזה, בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Report
דינסטאג פר' חיי שרה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אשר זעליג בלייך הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי יואל אונגאר הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י''ג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:20 מיטאג האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביים שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן בבית מדרשינו ישמח משה בקר''י דורך משפחת הרה''ח ר' יעקב משה סאפדי הי''ו ומשפחת הרה''ח ר' יושע צבי בראך הי''ו אינאיינעם מיט מוסד הק' ''המספיק'' לע''נ הב' רפאל ע''ה ב''ר יושע צבי הי''ו.

רבינו שליט"א האט געטאנצן די ריקודי קודש מיט די ספר תורה, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצען חדב''ן הגה''צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט''א רב הביהמ''ד און די בני המשפחה. נאכדעם האבן די תלמידים פון מוסד הק' המספיק געטאנצן בשעת רבינו שליט''א האט זיך צוגעקוקט ברגש ובדמעות של שמחה. נאך די ריקודין האט רבינו שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור בקול בוכה ובהשתתפות הנפש.

נאך די ריקודין איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בני המשפחה און מיט די תלמידים פון מוסד הק' המספיק.

מען האט געזינגען אני מאמין, און דערנאך האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די נדבנים און פאר די הנהלה פון מוסד הק' שערי חמלה און מוסד הק' המספיק און פארן גאנצן ציבור. נאכדעם האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק ודברי ברכה. בתו''ד האט דער רבי שליט''א ארויסגעברענגט ''זה ספר תולדות אדם'' א מענטש אליינס איז א ספר תורה, א ס''ת דארף זיין בשלימות, חלילה אז עס פעלט עפעס איז עס נישט קיין כשר'ע ס''ת, די זעלבע א מענטש דארף אויך זיין בשלימות בגשמיות וברוחניות, און דערנאך ארויסגעברענגט בשבח פון די אלע וואס געבן זיך אפ מיט דעי קינדער און מסיים געווען מיט גאר ווארימע דברי ברכה.

נאך די דב''ק האט חדב''ן רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א פארטיילט בשליחות קדשו פון רבינו שליט''א א מתנה פאר אלע קינדערלעך.

נאכמיטאג ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק.

ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון עטרת חי' אין ב''פ, ווי דער רבי שליט''א האט מפאר געווען בראש השמחה ביים שמחת החתונה בחצרות קדשינו פון החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זי''ע החתן בן הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א אב''ד קהלתינו בלומינגראוו חתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.

רבינו שליט''א האט מסדר געווען די כתובה און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן מחותנים און זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

פאר די חופה האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א און הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו וומסב''ג שליט''א.

איידער ארויסגיין צום חופה האט רבינו שליט''א געבענטשט די חתן.

ביים חופה איז רבינו שליט''א מכובד געווארן מיט סידור קידושין און האט מכבד געווען די זיידע הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.

נאכן חופה איז רבינו שליט''א אריבער געקומען צום נייעם דירה פון נכדו הרב ליפא אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א חדב''ן. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.

נאכדעם איז רבינו שליט''א אריינגעפארן אין וומסב''ג ווי עס איז געווען זמני כניסה בבית נאוה קודש ביז ארום 12:00.

רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אום 10:45.

ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער געקומען צום שמחת החתונה בחצרות קדשינו אין די זאלן פון עטרת חי' אין ב''פ. רבינו שליט''א האט טועם געווען און געטרונקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א. מיט די שבע ברכות האט רבינו שליט''א מכבד געווען הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, הרה''ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו ב''פ - 18, הגה''צ אב''ד דושינסקיא ב''פ שליט''א, הגה''צ ר' משה אשכנזי שליט''א.

ארום 12:50 האט הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו - בדחנא דמלכא אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ. דער רבי שליט''א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday20 Cheshvan 578210/26/2021

Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו הק' בבלומינגראוו בן כ"ק גאב"ד טשאקאווע שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו בארא פארק שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ ר' אלכסנדר אשכנזי שליט"א אב"ד אלעסק בארא פארק.

די שמחת החתונה קומט פאר אין די זאלן פון עטרת חי' אין בארא פארק, ווי דער גרויסער פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט מפאר זיין בראש השמחה און אפרעכטן די עבודת הקודש ביים מצוה טאנץ.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פר' חיי שרה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פאהרגעקומען די ברית לבן הנולד לר' וואלף ברי''מ לאנדא הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר דוד יהודה ווייסמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:00 פארמיטאג איז פאהרגעקומען בבנין הת''ת ווידער פאלאטשעק די מעמד התחלת לימוד גמרא דורך די קרוב צו 500 תלמידי כתה ד' במוסדותינו הק' בקר''י פון אלע סניפים בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.

ביים אהנקומען האבן די הונדערטער תשב''ר געזונגען חרוזים לכבוד המאורע. דערנאך האט הר''ר יחיאל יצחק שפיצער שליט''א דער מנהל פון איינע פון די סניפים אנגעהויבן די ערשטע משנה אין מס' ברכות צוזאמען מיט די קינדער.

נאכדעם האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש. בתוך דבריו האט רבינו שליט''א ארויסגעברענגט רגשי לבבו די גרויסע שמחה ווען מען הייבט אן לערנען גמרא וואס דאס האלט די אידן אין גלות און מיט דעם וועט מען אנטקעגן גיין משיח צדקינו בב''א.

נאך די דב''ק האבן די קינדער ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.

נאכדעם איז רבינו שליט''א אריבער געקומען אויף א באזוך אינעם בית האופה דקהלתינו הק'. ביים אנקומען האט זיך דער רבי שליט''א אומגעקוקט אויף די נייע צוגעבויטע חלק און דערנאך ארום אינעם גאנצן מצה בעקעריי אין באגלייטונג פון די הנהלת בית האופה. אזוי אויך האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט אויף די פולע הידורים וואס איז איינגעשטעלט געווארן.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. אום 6:00 אזייגער האט דער רבי שליט''א געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב''ק - ר' יואל ב''ר מענדל לעווי הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' דניאל יונתן עג'מי הי''ו - ר' אהרן דניאל מאלאח הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 10:50.

ארום 11:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער געקומען אין זאלן פון כינור דוד צום שמחת החתונה פון החתן בן הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו - משב''ק. דער רבי האט טועם געווען און געטרינקן לחיים, און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן און מחותנים. נאכן בענטשן האט רבינו שליט''א געזאגט די שבע ברכות. דערנאך האט דער רבי שליט''א געטאנצן מצוה טאנץ און מיט די חתן ומחותנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday19 Cheshvan 578210/25/2021

Report
זונטאג פר' חיי שרה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נפתלי פריינד הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
אזוי אויך די ברית לבן הנולד לר' אפרים הערש פארקאש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב''ר יעקב מיטטעלמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א - הר''ר הערשל קאהן שליט''א, באולם כינור דוד.
ר' יצחק מנשה שטיינפעלד הי''ו - ר' איתמר טובי ווידער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:00.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' בעריש פעלדמאן הי"ו - ר' משה הערש בראך הי"ו.

ארום 12:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday18 Cheshvan 578210/24/2021

Report
במוצאי יום גילה

מוצש''ק פר' וירא בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א


נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ק''ק באבוב 45 וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אין קרית יואל.

ארום 10:40 איז פאהרגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה''ח ר' יעקב משה סאפדי הי''ו ומשפחת הרה''ח ר' יושע צבי בראך הי''ו, און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם דינסטאג צו בית מדרשינו ישמח משה בקר''י.

רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו פארן נדבן ובני המשפחה.

שפעטער איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א הגאון ר' יצחק ראזענבלאט שליט''א מו''ץ בביד''ץ עדה החרדית וחבר מערכת השחיטה שע''י העדה החרדית, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הלכות שחיטה און די חומרות. דערנאך האט רבינו שליט''א איינגעלאדענט דעם חשוב'ן גאסט צו קומען אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת שע''י קהלתינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
המשך באריכט שב''ק פרשת וירא בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:40, מנחה: הר''ר יעקב מארקאוויטש שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל בראדער הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יעקב בר''ש פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' משה ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל), שלישי: הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א מו''ץ קהלתינו באנטווערפען, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' מאיר סימאן הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וירא אליו ה''' און געטייטשט אברהם אבינו האט געעפענט די פתח צו תשובה דורכן משריש זיין אין אידישע קינדער מידות האמת און מידות הצדקה והחסד וואס דורך דעם קען מען זוכה זיין צו זאגן אמת'ע דיבורים פארן הייליגען באשעפער און עס ווערט נתקבל.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו (בית שמש). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' משה חיים שפיצער הי''ו (וומסב''ג) נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 9:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת וירא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פארן זמן האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מאיר מענדל פישער בן הרה''ח ר' חיים שלמה הי''ו - משב''ק.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי וואלף לאנדוי הי''ו (לינדען).

נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען גוט שבת זאגן.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' באש להבה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ ר' דוד דוב שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' פנחס שמואל געשטעטנער הי''ו (ביתר), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ''וירש זרעך את שער אויביו" וירש איז אויתיות רש''י און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עשה דוחה לא תעשה איז א חידוש אדער א סברה.

קה אכסוף: האדמו''ר מלייפניק שליט''א פון בני ברק, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' שלום קאמינקער זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ' חשון. קה רבון עלם: הרב אהרן לאבין שליט''א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

עס איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד להרב יושע לאבין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א - חדב''ן.

מען האט אריינגעברענגט באנדלעך און ביר, און מען האט געזונגען ניגונים לכבוד די שמחה, דער רבי האט טועם געווען און דער בעל שמחה האט אנגעגאסן ביר, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פאר'ן בעל שמחה הרב יושע פאר הגה''צ ר' ברוך שליט''א און פארן גאנצן ציבור ''סזאל זיין שמחות ביי אלע אידישע הייזער''.

אז ביום השביעי: נכד רבינו בעל שמחה הרב יושע לאבין שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:40

וביום השבת קודש


שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' מענדל פרענקל הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם שלום לאנדא הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ באנטווערפן.

עליות. כהן: החתן בן הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א - באווארפן, לוי: החתן בן הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א - באווארפן, שלישי: החתן ב''ר פנחס בראך הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר ברוך יצחק ווייס הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן בן הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו - משב''ק - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א,

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
הרה''ג ר' חיים הערש קאהן שליט''א.
ר' אלימלך עקשטיין הי''ו.
ר' אברהם לייב לאנדא הי''ו.
ר' ישראל מאיר יואל יוזשעף הי''ו.
ר' יוסף מרדכי אבערלענדער הי''ו.
ר' אליקים יודא פייערשטיין הי''ו.
ר' נחום שמואל גליק הי''ו (מאנסי).

שביעי: החתן בן הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א (אנטווערפען) - באווארפן, הוספות: החתן ב''ר יצחק בער פרענקל הי''ו - באווארפן, החתן בן הר''ר יואל סימאן שליט''א - באווארפן, הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו (מנהל המוסדות בית שמש), החתן ב''ר נפתלי משה ווייס הי''ו, החתן ב''ר יחזקאל טעלער הי''ו, החתן ב''ר ברוך שלמה וויינבערגער הי''ו, החתן ב''ר יקותיאל ישראל פריעד הי''ו, אחרון: החתן ב''ר מענדל מאיר גליק הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו (מנהל המוסדות ב"פ), הגבה: הרה"ח ר' אברהם צימערמאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שלמה ברוך וויטריאל הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד אהרן גאלדשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט 12:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday16 Cheshvan 578210/22/2021

Report
פרייטאג פר' וירא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פאהרגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אפרים פישל גלאנץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
אזוי אויך דער ברית לבן הנולד לר' בנימין לעווי הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פר' וירא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ישעי' אברהם ברוך ווייס הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים יוסף שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:00 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א האדמו''ר מגארליץ שליט''א עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס, און רבינו שליט''א האט אים מכבד געווען מיט לחיים.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משולם זושא גליק הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

אויך האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה''ח ר' יוסף ווייס הי''ו על פטירת אחיו ע''ה, ומשפחת המנוח ע''ה.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' משה יצחק לאנדא הי''ו - ר' אברהם קרויס הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט''א - הר''ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט''א, באולם כינור דוד.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:15.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' שלמה קליין הי"ו - ר' חיים הערש גאלדבערגער הי"ו.
ר' אלקנה מנחם פריעד הי"ו - ר' ישראל טובי ווייסמאן הי"ו.

ארום 11:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days