בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday20 Cheshvan 578210/26/2021

Report
מאנטאג פר' חיי שרה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פאהרגעקומען די ברית לבן הנולד לר' וואלף ברי''מ לאנדא הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר דוד יהודה ווייסמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:00 פארמיטאג איז פאהרגעקומען בבנין הת''ת ווידער פאלאטשעק די מעמד התחלת לימוד גמרא דורך די קרוב צו 500 תלמידי כתה ד' במוסדותינו הק' בקר''י פון אלע סניפים בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.

ביים אהנקומען האבן די הונדערטער תשב''ר געזונגען חרוזים לכבוד המאורע. דערנאך האט הר''ר יחיאל יצחק שפיצער שליט''א דער מנהל פון איינע פון די סניפים אנגעהויבן די ערשטע משנה אין מס' ברכות צוזאמען מיט די קינדער.

נאכדעם האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש. בתוך דבריו האט רבינו שליט''א ארויסגעברענגט רגשי לבבו די גרויסע שמחה ווען מען הייבט אן לערנען גמרא וואס דאס האלט די אידן אין גלות און מיט דעם וועט מען אנטקעגן גיין משיח צדקינו בב''א.

נאך די דב''ק האבן די קינדער ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.

נאכדעם איז רבינו שליט''א אריבער געקומען אויף א באזוך אינעם בית האופה דקהלתינו הק'. ביים אנקומען האט זיך דער רבי שליט''א אומגעקוקט אויף די נייע צוגעבויטע חלק און דערנאך ארום אינעם גאנצן מצה בעקעריי אין באגלייטונג פון די הנהלת בית האופה. אזוי אויך האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט אויף די פולע הידורים וואס איז איינגעשטעלט געווארן.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. אום 6:00 אזייגער האט דער רבי שליט''א געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב''ק - ר' יואל ב''ר מענדל לעווי הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' דניאל יונתן עג'מי הי''ו - ר' אהרן דניאל מאלאח הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 10:50.

ארום 11:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער געקומען אין זאלן פון כינור דוד צום שמחת החתונה פון החתן בן הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו - משב''ק. דער רבי האט טועם געווען און געטרינקן לחיים, און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן און מחותנים. נאכן בענטשן האט רבינו שליט''א געזאגט די שבע ברכות. דערנאך האט דער רבי שליט''א געטאנצן מצוה טאנץ און מיט די חתן ומחותנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️