אין די יעצטיגע טעג ווערט אויפגעבויט א פרעכטיגע עזרת נשים החדש בבית מדרשינו ''בנין געלבשטיין'' שכונות קעסקעיד אין וויליאמסבורג וועלכע וועט אויך צוברענגען צענדליגער זיצן אין ביהמ''ד. נדבת לבו פונעם נדבן הביהמ''ד הרבני הנגיד המרומם בונה ומקים בנינים אדירים לתורה ולתפלה מוה''ר ר' אברהם בראך הי''ו מראשי הנהלת הקהלה והמוסדות בוויליאמסבורג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ג אלול תשפ"א8/31/2021
באריכט
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ
היינט פארמיטאג איז פארגעקומען די ''מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים'' פארן בנין הבית רחל בנין ריספלער החדש במוסדותינו הק' וויליאמסבורג, וועלכע איז בשעטו"מ געעפענט געווארן און אריין אין באנוץ נאך לאנגע יארן פון עגמת נפש. דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
רבינו שליט"א האט קובע געווען די מזוזה, און דערנאך אפגעראכטן די מסיבת לחיים. דער רבי שליט''א האט געוואונטשן פארן ציבור ובפרט פאר הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו. עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א און די מנהל הרה''ג ר' בנימין ליכטענשטיין שליט"א. רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש. בתו"ד האט רבינו שליט"א ארומגערעדט בשבח פונעם נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק', און ארויסגעברענגט די גרויסע טובה וואס עס איז פאר די נשמה ווען מען איז מחנך א בנין וואס מען האט זיך אזויפיל געמוטשעט, און די זכי' אז אזוי פיל מיידלעך ווערן נתחנך אין זיינע בנינים. רבינו שליט''א האט מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש פאר די משפחה וואס זענען הולכים בדרכיו ועוד ידיהם נטוים לרומם קרן קהילתנו הק'.
נאכדעם איז רבינו שליט"א ארומגעגאנגען אינעם בנין ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע שטאקן, אין די עסן זאלן און אין די כתות. ביים ארויסגיין האט דער רבי שליט''א גאר ווארעם געוואונטשן פאר די חשובע מרת ריספלער תחי' און זיך אויסגעדריקט "אז דאס איז די שענסטע כבוד וואס מען קען טוהן לטובת הנשמה".
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל אין וויליאמסבורג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגט"ו אלול תשפ"א8/23/2021
בילדער · 2
מעמד התמנות פאר בנש"ק הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ ר' ארי לייבוש ט"ב ז"ל אלס דיין ומו"ץ בקהלתינו וומסב"ג, פארגעקומען היינט נאכמיטאג אין שטוב פון הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א.
די נייע דיין וועט זיצן אינעם בית הוראה בביהמ"ד המפואר דקהלתינו הק' "בנין בראך".
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ה תמוז תשפ"א7/5/2021
בילדער · 3
אשרי מי שעמלי בתורה
הונדערטער אנ"ש פילן איבער די בתי מדרשים דקהלתינו הק' אין קרית "ויואל משה" קרית "ברך משה" אין "בית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג" ביי די בחינות אינערהאלב די חבורות דקהלתינו הק' "יסודי התורה - תורתך שעשועי" היינט מאנטאג מטו"מ.
אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ב תמוז תשפ"א7/2/2021
פייל
ויהי ממחרת!! דער פולער אמת איבער די שטאטישע וואלן אין וויליאמסבורג!!
גאר רייכע און אפנהארציגער שמועס דעי וואך אין "דער בלאט" מיטן "שר העסקנים הרב נפתלי משה אינדיג" איבער די וואלן פארגאנגענע וואך.
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!! מיט גרויס פרייד נעמען אנ"ש אויף די פריידיגע נייעס אז אין דעי טעג האט זיך בס"ד אנגעהויבן די בוי ארבעט מרחיב זיין די גבולי הקדושה איבערצובויען און פארשענערן "בית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג" -13 הופער, לשם ולתפארת קהלתינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגי"ב תמוז תשפ"א6/22/2021
באריכט
אלקא דמאיר עינינו
נעכטן מאנטאג בלק פארנאכטס איז פארגעקומען די מעמד "כינוס אברכי סאטאמר" אין די זאלן פון קאנטינעטל אין וויליאמסבורג למען החזקת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב בארה"ק", ארום 8:00 האט די יו"ר המעמד פפ"מ ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש געעפענט די מעמד און האט במשכן מעמד מהנה געווען בדברי פי חכם חן. במשכן מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה החזן המופרסם ר' שלמה זלמן הורוויץ און באגלייטונג פונעם זמירות קווייער. צווישן אנדערע איז פארגעקומען א גאר רייכע "פאנעל" צווישן ר' מאיר מרדכי און הרה"ח ר' מאיר פערל -מנכ"ל מוסדות יטב לב בארה"ב, און הרה"ח ר' מענדל אונגאר -רואה חשבון.
ארום 10:35 האט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעהויבן די "דרשת חובת השעה", ווי די רב שליט"א האט ארומגערעדט א לענגערע צייט בשבח און איבער די חוב פון שטיצן "מוסדות יטב לב" צווישן אנדערע האט די רב ארויסגעברענגט זיינע הרגישי קודש פונעם געהויבענעם "שבת מירון" זאגענדיג אז טראץ וואס איז בפועל געווען אין "צפת" איז מען אבער געווען אין מירון! ארויסברעגענדיג אז אפילו מען איז דא אבער "אז מען שטיצט מוסדות יטב לב, איז מען אין ארץ ישראל" אויך האט די רב ארומגערעדט איבער די זכרונות פון די דינער'ס פאר יטב לב די לעצטע פאר יאר בימי רביה"ק זי"ע וואס איז פארגעקומען דא אין די זאלן פון "קאנטינעטל" ארויסברעגענדיג הרגישי קודש "..די מראה די פחד און די געפילען וואס מען האט באקומען ווי מען האט געזעהן ווי די רבי ז"ל שטרענגט זיך אן -ער איז שוין נישט געקומען אזוי אפט, כמעט נישט, אבער צום דינער פון "יטב לב" איז ער געקומען און באשיינט די מסיבה.." די רב האט זיך אויסגעדריקט "עד היום הזה בין איך מכיר טובה פאר מיין טאטן וואס ער פלעגט מיר נעמען צו אלע מסיבות, אפילו מען האט אין חדר אויסגעריפן אז סאיז נישט געמאכט פאר אינגלעך" צווישן אנדערע האט די רב שליט"א אויך דערציילט א פרעזענליכע מופת וואס ער האט לעצטענס געהאט דורכן שטיצן "מוסדות יטב לב", און ביים סוף פון די דרשה האט די רב ארויסגעברענגט די הרגישים פון שטיצן מוסדות יטב לב און געזאגט "אז ער וויל זיך יעצט מצרף זיין מיט די פרישע שותפים און נעמען די זכות פון "החזקת מלמד לשבוע".
ארום 10:40 אינמיטן די דרשה פונעם רב שליט"א איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען.
נאכן דרשה האט די יו"ר ר' מאיר מרדכי אויסגעריפן אז די אלע וואס נעמען זיך "יעצט ביים מעמד" אינטער א "זכות החזקת מלמד לשבוע" וועלן באקומען די זכות פאר $600 אנשטאט $780 וואס די איבריגע $180 וועט אויסגעצאלט ווערן דורך צוויי חשובע נדבנים ה"ה הרה"ח ר' משה אלעיזר לאנדא און הרה"ח ר' יושע וואלדמאן.
ארום 11:20 האט די רבי משמיע געווען דברות קודש ומשא המעמד און ארומגערדט איבער די חביבות ביי רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע צו "מוסדות יטב לב" וואס איז געווען ביי זיי די חשובסטע מוסדות!! און דאס איז די ערשטע מוסדות וואס רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען נאכן קריג, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן אזא הייליגע מוסד און זיך אויסגעדריקט אז "אלע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל זענען קודש, אבער מוסדות יטב לב דארף מען וויסן איז קודש קדשים!!" און דערנאך געענדיגט מיט גאר ווארימע ברכות הקודש.
נאך די דב"ק האבן די צענדליגע אינגעלייט וואס האבן זיך אינטערגענימען זכות החזקת "מלמד לשבוע" געהאט די זכיה אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטרות פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ט סיון תשפ"א6/9/2021
בילדער · 4
די טויזענטער לומדי החבורה תושבי וויליאמסבורג - בארא פארק ביים סיום
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
שישו ושמחו בשמחת התורה
'פראכפולע' חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת "יסודי התורה" וויליאמסבורג - בארא פארק, אינעם 'גיגאנטשישן' "פארק עוועניו סקווער" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם זונטאג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ז סיון תשפ"א6/7/2021
באריכט
תורה תורה חגרו חג
מיט התרגשות האבן טויזנטער אנ"ש תושבי וויליאמסבורג בארא פארק איבערגעפולט די גיגאנטישע "קענט עוועניו סקווער" ביים מעמד אדיר ונשגב סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', רייכע סעודת מצוה -אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה- נתנדב געווארן דורך משפחת הרבני הנגיד המפורסם מו"ה יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו לרגל שמחת "הכנסת ספר תורה" היינט בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג. די יו"ר המעמד הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב ר"מ בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" ומגי"ש בקהלתינו מאנסי האט געעפענט די מעמד, דערנאך האט אויפגעטרעטן די נואם הכבוד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס מגיד מישרים במאנסי, אויך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ישראל הערש ראזענבערג נכד הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג ז"ל -ראה"ק בשם המשפחה, במשכן מעמד האט חברת "שירה" מיט ר' מאיר אדלער און החזן ר' מרדכי זאג לאנדא מהנה געווען די אלפי לומדים,
ארום 9:45 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און איז אויפגענימען געווארן דורכן יו"ר המעמד, מען האט ממשיך געווען מיט נגונים, דערנאך האט די יו"ר אויסגעריפן -זיך באדאנקט און באהערט די "מחזיקי תורה" פון התאחדות אבריכים דקהלתינו הק' וומ"ס, הלה המה הרבני הנגיד ר' יצחק מיכאל יאקאב -פטרון החבורה, הרבני הנגיד ר' יזחקאל דוד בערקאוויטש, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך, ווי די רבי האט איבערגעגעבן הערליכע מתנות.
ביי די דב"ק האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט די כח האש פון די תורה הקדושה, "מה נכבד היום" ווען אפאר טויזנט אידן אנ"ש זענען זוכה צו מסיים זיין מס יבמות פון די שווערסטע מס' אין ש"ס! און ארויסגעברענגט לשבח פון די טויזנטער לומדים בפרט פון דעי וואס שטעלן זיך צום פארהער "אשריכם ישראל" און אויסגערופן פאר אנ"ש, "מכאן הקריאה יוצאות" אז מען זאל זיך אנשליסן אינעם הייליגן חבורה יסודי התורה "אנא השתתפו בלימוד מס' כתובות",
דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט בשבח פון הרבני הנגיד הנכבד הרבה פעלים לתורה ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק' וואס די סעודה איז נתנדב געווארן דורך משפחתו הנכבדה אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה פונעם ס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן בבית מדרשינו הגדול וומ"ס לע"נ, און ארויסגעברענגט מעשיו טובים בפרט וואס ער איז געווען די ערשטע אויפצושטעלן א היכל מיוחד ללימוד התורה די גיגאנטישע "היכל צבי ויצחק ראזענבערג" בקרית יואל, און אויסגעפירט "היינט איז א שמחה כפולה א שמחה בתורה שבכתב און א שמחה בתורה של בעל פה" און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די נדבנים ועסקנים און פארן גאנצן ציבור הנאספים.
זעהט עקסטער די תוכן דברות קודש מנהמות לבו הטהור איבערן מסע קודש קיין אתרא קדישא מירון
נאך די דב"ק האט די רבי געמאכט די סיום און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש צום ערשט האט מען געזינגן נגונים "לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט פייערדיגע ריקודים לכבוד שמחת התורה ולומדיה, ארום 11:15 האט מען געבענטשט און די רבי האט געדאוונט מעריב אין זאל, דערנאך איז די עולם אריבער געזעגענען און מען האט ארויסבאגלייט די רבין בתופים ובמחולות כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך און די רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ו סיון תשפ"א6/6/2021
ווידיאו
די גיגאנטישע אולם הגדול "קענט עוועניו סקווער" פראכטפול צוגעגרייט צום רייכע חגיגת "סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות" בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "וויליאמסבורג - בארא פארק"