בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ג אלול תשפ"א8/31/2021

באריכט
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

היינט פארמיטאג איז פארגעקומען די ''מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים'' פארן בנין הבית רחל בנין ריספלער החדש במוסדותינו הק' וויליאמסבורג, וועלכע איז בשעטו"מ געעפענט געווארן און אריין אין באנוץ נאך לאנגע יארן פון עגמת נפש. דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רבינו שליט"א האט קובע געווען די מזוזה, און דערנאך אפגעראכטן די מסיבת לחיים. דער רבי שליט''א האט געוואונטשן פארן ציבור ובפרט פאר הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו. עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א און די מנהל הרה''ג ר' בנימין ליכטענשטיין שליט"א. רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש. בתו"ד האט רבינו שליט"א ארומגערעדט בשבח פונעם נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק', און ארויסגעברענגט די גרויסע טובה וואס עס איז פאר די נשמה ווען מען איז מחנך א בנין וואס מען האט זיך אזויפיל געמוטשעט, און די זכי' אז אזוי פיל מיידלעך ווערן נתחנך אין זיינע בנינים. רבינו שליט''א האט מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש פאר די משפחה וואס זענען הולכים בדרכיו ועוד ידיהם נטוים לרומם קרן קהילתנו הק'.

נאכדעם איז רבינו שליט"א ארומגעגאנגען אינעם בנין ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע שטאקן, אין די עסן זאלן און אין די כתות. ביים ארויסגיין האט דער רבי שליט''א גאר ווארעם געוואונטשן פאר די חשובע מרת ריספלער תחי' און זיך אויסגעדריקט "אז דאס איז די שענסטע כבוד וואס מען קען טוהן לטובת הנשמה".

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.22K