בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגכ"ה אלול תשפ"א9/2/2021

בילד
אין די יעצטיגע טעג האט הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' בוומסב''ג אפגעקויפט די זכות עזרת נשים בבית מדרשינו הגדול והחדש בלעיקוואד.

אשריך ר' יחזקאל דוד

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פתחו לי שערי צדק

מיט התרגשות דקדושה נעמען אויף אנ"ש תושבי קרית יואל די הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף דעם שב"ק פרשת נצבים וועט זיך עפענען בשעטו"מ די 18'טע ביהמ"ד דקהלתינו הק' בקרית יואל אויף שכונת בעיקערטאון אינעם נייעם המספיק וועי.

און די פארגאנגענע טעג האט רבינו שליט"א ממנה געווען אלס מו''ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' ארי אשר אינדיג שליט"א, וועלכע איז פון די 12 נייע מו"צ אינעם בית הוראה דקהלתינו הק' בקר"י.

מארגן פרייטאג ערש"ק ארום 11:30 נאך שחרית וועט געפראוועט ווערן די "קביעת מזוזה" און מעמד התמנות ומסיבת הלחיים בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

מזמור שיר חנוכת הבית

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ויתן לך את ברכת אברהם

אין די יעצטיגע טעג ווערט אויפגעבויט א פרעכטיגע עזרת נשים החדש בבית מדרשינו ''בנין געלבשטיין'' שכונות קעסקעיד אין וויליאמסבורג וועלכע וועט אויך צוברענגען צענדליגער זיצן אין ביהמ''ד. נדבת לבו פונעם נדבן הביהמ''ד הרבני הנגיד המרומם בונה ומקים בנינים אדירים לתורה ולתפלה מוה''ר ר' אברהם בראך הי''ו מראשי הנהלת הקהלה והמוסדות בוויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
בוי ארבעט ביים פארברייטערן די עזרת נשים בבית מדרשינו הגדול בקר''י לקראת די הייליגע טעג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
לפאר ולרמם בית ה'

ארבעט צו פארשענערן בית מדרשינו הגדול ''בנין שמואל בנימין'' אין מאנטריאל נאכן ענדליך ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו פארענדיגן די דרויסענדיגע חלק הביהמ''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ד אלול תשפ"א9/1/2021

מודעה
אמונים אשר נאספו גם ברכות נכספו

מודעה מטעם הנהלת קהלתינו הק' בנוגע אש''ל מלא בחינם פאר די טויזענטער געסט וועלכע קומען זיך מסתופף זיין במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף יו''ט שמחת תורה אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ג אלול תשפ"א8/31/2021

באריכט
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

היינט פארמיטאג איז פארגעקומען די ''מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים'' פארן בנין הבית רחל בנין ריספלער החדש במוסדותינו הק' וויליאמסבורג, וועלכע איז בשעטו"מ געעפענט געווארן און אריין אין באנוץ נאך לאנגע יארן פון עגמת נפש. דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רבינו שליט"א האט קובע געווען די מזוזה, און דערנאך אפגעראכטן די מסיבת לחיים. דער רבי שליט''א האט געוואונטשן פארן ציבור ובפרט פאר הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו. עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א און די מנהל הרה''ג ר' בנימין ליכטענשטיין שליט"א. רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש. בתו"ד האט רבינו שליט"א ארומגערעדט בשבח פונעם נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק', און ארויסגעברענגט די גרויסע טובה וואס עס איז פאר די נשמה ווען מען איז מחנך א בנין וואס מען האט זיך אזויפיל געמוטשעט, און די זכי' אז אזוי פיל מיידלעך ווערן נתחנך אין זיינע בנינים. רבינו שליט''א האט מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש פאר די משפחה וואס זענען הולכים בדרכיו ועוד ידיהם נטוים לרומם קרן קהילתנו הק'.

נאכדעם איז רבינו שליט"א ארומגעגאנגען אינעם בנין ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע שטאקן, אין די עסן זאלן און אין די כתות. ביים ארויסגיין האט דער רבי שליט''א גאר ווארעם געוואונטשן פאר די חשובע מרת ריספלער תחי' און זיך אויסגעדריקט "אז דאס איז די שענסטע כבוד וואס מען קען טוהן לטובת הנשמה".

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
מעמד סיום כתיבת ספר תורה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ"ד אהל יוסף אוסטילא ב''פ, פארגעקומען נעכטן בבית האכסניא אין בארא פארק בהשתתפות הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א אב"ד אוסטילא און די מתפללי הביהמ"ד, ווי רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל אין וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מארגן דינסטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריינקומען צו אמירת סליחות ארום 5:45 בבית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג.

רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית בבנין התלמוד התורה "בנין ישעי זאב לעוו" אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה קטנה. נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים ווי רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש פאר די בחורים.

נאכדעם וועט רבינו שליט"א באזוכען די פראכטפולע נייע איבערגעבויעטע אולמי פרענקל שע"י מוסדותינו הק' וועלכע איז פארענדיגט געווארן לשם ולתפארת.

נאכמיטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באשיינען די "מעמד קביעות מזוזה" פאר די פראכטפולע בנין בית רחל 'בנין ריספלער החדש' במוסדותינו הק' וויליאמסבורג, וועלכע איז בשעטו"מ היינט געעפענט געווארן און אריין אין באנוץ נאך לאנגע יארן פון עגמת נפש.

אויפדערנאכט וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א להיפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת הימי הרחמים והרצון פאר אנ"ש תושבי וויליאמסבורג פון 5:00 ביז 10:00.

הצלחה רבה און פועל'טס אלעס גוטס

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ב אלול תשפ"א8/30/2021

באריכט
יום ב' נצו''י

יעצט נאכמיטאג ביז 10:00 אויפדערנאכט איז דא זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פאר אנ''ש תושבי בארא פארק להיפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת הימי הרחמים והרצון, בבית האכנסיא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו, אינאיינעם מיטן יערליכן מגבית לטובת קופת רבינו אבני חסד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס