בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגכ"א מנחם אב תשפ"א7/30/2021

באריכט
תאו ואתכנשו להילולא דרבי

דעם שב"ק געפאלט די שבת פאר די הילולא קדישא פון רשכבה"ג מרן רבינו הקדוש והטהור בעל דברי יואל זיעוכי"א. ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אפרעכטן די שבת לפני ההילולא אין "קרית יואל". דער רבי וועט צוגיין צו די תפילות כנהוג און ביים עהש"ט ליל שב"ק דערציילן עובדות וסיפורים פון דודו רביה"ק הבעל הילולא זי"ע און ארומרעדן במשנתו הבהיר.

אין די זעלבע צייט גרייטן זיך מיט א התרגשות דקדושה רבבות אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר צום 42'טע יומא דהילולא קדישא דעם קומענדיגע מיטוואך כ"ו אב. אנגעהויבן פון דעם מוצש"ק וועט פארקומען מערערע סעודות מלוה מלכה בבתי מדרשינו איבער די גארער וועלט.

אזוי אויך קומען שוין פאר גרויסע הכנות אינעם שטאט פונעם בעל הילולא "קרית מלך רב קרית יואל" ביים ביה"ח דקהילתינו הק' צו קענען אקאמאדירן די רבבות ישראל וועלעכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ און פויעלן ישועות ביים ציון הקדוש, און ביים צענטראלע סעודת הילולא רבתי 'בבית המדרש פונעם בעל הילולא' ביהמ"ד הגדול בקרית יואל בראשות ממלא מקומו ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

סדר וזמני ההילולא קדישא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט נאכפאלגן.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר שמעון ישראל שטיינמעץ הי''ו.
ב"ר יואל כץ הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר הלל כהנא הי''ו.
ב"ר יצחק יחיאל שרגא גליק הי''ו.
ב"ר אברהם מאיער הי''ו.
ב"ר הלל קליין הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט''א.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ירחמיאל זאב פריעד הי''ו - ר' אלעזר ניסן פרידריך הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' דוד אונגאר הי''ו - ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

בקודש פנימה האט מען אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א א ספר תהלים געשריבן אויף "קלף" לזכות חולי ישראל, דער רבי האט אריין געשריבן אן אות און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.

אינעם נייעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די גאר רייכע מסיבה שמחת אנ"ש לטובת קופת רבינו קופת אבני חסד וועלעכע העלפט ארויס אנ"ש בעת שמחתם, נאך מנחה איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריבער אינעם זאל ווי דער רבי האט באשיינט די מסיבה.

אזוי אויך במשך די מסיבה האבן פולצאליגע אנ"ש וועלעכע האבן זיך משתתף געווען מיט גרעסערע סכומים געהאט די זכיה אריינצוגיין בקודש פנימה איבערגעבן פרעזענליך די נדבה פאר רבינו שליט"א און מקבל זיין ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ט מנחם אב תשפ"א7/28/2021

באריכט
מיטוואך עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר שלמה שאלאמאן הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט''א.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יואל ב"ר הלל וויינבערגער הי''ו
ר' יוסף חיים קרויס הי''ו
באולם בית רחל פאראדייס.
ר' משה פאלקאוויטש הי''ו (וומ"ס)
ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי''ו
באולם כינור דוד.

שפעטער האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יוסף גאנץ הי''ו - ר' אהרן משה גאלדענבערג הי''ו.
ר' ישראל מנחם ליכטענשטיין הי''ו - ר' יעקב אלי רייזמאן הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
העפטיגע בוי ארבייט ביים ריזן בנין אונטערן "ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' מאנסי" וועלכער איז אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' אין מאנסי, ווי עס וועט אויפגעשטעלט ווערן א בנין פארן באניץ פון די תלמוד תורה, צו קענען אקאמאדירן די פלייץ פון ילדי מוסדותינו הק' אין שטאט בליעה"ר.

און די זעלבע צייט קומט פאר העפטיגע הכנות אינעם בנין הביהמ"ד הגדול צום געהויבענעם שבת במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגן שבת שופטים "ו' אלול" יומדהל"ק פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע. ווי עס איז ערווארטעט א ריזן ציבור אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי מאנסי. די הנהלה האפט אז דאס נייע פלאץ וועט זיין גרייט צום באנוץ, צו ערמעגליכן צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס וועט מיטהאלטן דעם שבת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליעזר לעווי הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר דוד אלי' קטינא.
ב"ר אלימלך עקשטיין.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט''א.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א געווען אויף די וועכענטליכע באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' בקרית יואל.

ארום 1:00 פארמיטאג איז געווען אויף א פריוואטע ביקור קודש ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש, כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלעכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואכן אין קרית יואל. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות. אויך האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט איבער די שבת וואס דער סקולענע רבי שליט''א האט געפראוועט אין קרית יואל, און דורש געווען בשלומו נאכדעם וואס סקולענע רבי ליידט יעצט פון א שוואכקייט, און געוואונטשן גאר ווארימע ברכות הקודש. דערנאך האט רבינו שליט''א ארויסבאגלייט דעם חשובער גאסט ביז די גאס.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אייזיק הערש בערקאוויטש - הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער באולם כינור דוד. אזוי אויך ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר הערש בער מייזעלס - הר"ר ישראל מענדל געלב באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' משה ארי גוטמאן - ר' יקותיאל אלי אייגנער.

ארום 12:30 פארנאכטס האט זיך רבינו שליט"א באטייליגט ביי די שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין שיכון סקווירא. דער רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן, מחותנים און זיידעס. דערנאך האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט חתן מחותנים און די זיידעס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ח מנחם אב תשפ"א7/27/2021

באריכט
לכו בנים שמעו לי

נאכמיטאג ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא - סניף דברי יואל, ווי רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בחובת השעה פאר די תלמידי הישיבה.

רבינו שליט"א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "והיה עקב תשמעון - מצות קלות שאדם דש בעקביו" און ארויסגעברענגט מעורר זיין אויף א פירצה פון בחורים וואס גייען צו חתונות, וואס דאס איז א 'מצוה שאדם דש בעקביו'. דער רבי שליט''א האט דערמאנט אז סאיז א מצוה לשמוח חתן ביום חתונתו וביום שמחת לבו, "אבער סאיז דא א מצוה עשה פון די תקיעות שופר וואס די סגולות דערפון איז געוואלדיגע ענינים, און אז אויב ראש השנה געפאלט אין שבת האבן אונזערע חכמים געזאגט אז מזאל נישט בלאזן קיין שופר וועגן א 'חשש' פון שמה יעבירנו!! "סאיז דא א חשש אז איינער אין יענער עק וועלט וועט צוקומען צו חילול שבת האבן די חכמים געזאגט אז מ'בלאזט נישט קיין שופר, גאנץ כלל ישראל בלאזט נישט קיין שופר". און אז מ'בלאזט נישט קיין שופר ווייל חכמי ישראל האבן געהייסן קומען דעי אלע השפעות בשב ואל תעשה אפילו מבלאזט נישט קיין שופר!! אלעס ווערט נשפע פאר אידישע קינדער כאילו מוואלט געבלאזן!!.

דער רבי שליט''א האט דערמאנט די אלע סגולות וואס קומען אראפ ביים משמח זיין א חתן ביום חתונתו 'די גרויסע ענינים נשגבים מאוד, המשמחו זוכה לתורה, המשמחו זוכה לחמשה קולות' און מען פארשטייט וואס דאס מיינט אהבת חברים, מען פארשטייט דעי אלע זאכן, "ווער ס'הערט אבער צו צו כל חכמי ישראל, איז זוכה צו דעי אלע ענינים בשב ואל תעשה".

די פעטער ז"ל די מייסד הישיבה זי"ע בשעתו דאס איז שוין מער ווי 50 יאר צוריק, האט איינגעפירט א תקנה אין די ישיבה אז בחורים זאלן נישט גיין צו א חתונה פון זייער חבר! און ער האט געזאגט בזמנו 'נאר קרובים פסולי עדות' וזה לשונו: "..נאר א קרוב וואס איז פסול לעדות מעג גיין צו א חתונה, ..און ווער סגייט צו א חתונה ווערט פסול לעדות", ..זייער א שארפן אויסדריק ברוב חכמתו צדקתו וקדושתו האט ער פארשטאנען וואס עס מיינט גיין צו א חתונה. ער האט פארשטאנען אז מען דארף משמח זיין א חתן ביום חופתו, ער האט אבער פארשטאנען די גרויסע פירצה און די גרויסע משכשולות וואס ס'קומט ארויס פון גיין צו א חתונה. האט ער געמאכט א תקנה אז א בחור זאל נישט גיין צו א חתונה!!.

דערנאך האט רבינו שליט"א גאר שטארק ארויסגעברענגט די מכשולות וואס קומט ארויס דערפון הן לגבי ביטול תורה און די געוואלדיגע מכשולות וואס איז נוגע עניני קדושה, "די הפסד פון יראת שמים איז נאך אסאך ארגער פון ביטול תורה".
דערנאך האט דער רבי אויסגערופן "איך פרעג, א בחור אין אונזערע ישיבות ווייסט פון די תקנה פון די ישיבה און ער ווייסט ווער ס'האט מתקן געווען די תקנה, שעמט ער זיך נישט פון זיך אליינס צו גיין צו א חתונה, צו טאנצן ביי א חתונה בריש גלוי?!.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט לענגערע דברי חיזוק זיך האלטן שטארק נישט עובר זיין אויפן תקנה.

דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און געזאגט "אונז שטיי מיר יעצט אין חודש אב, אין דעם חודש איז די יומא דהילולא פון דער פעטער ז"ל די מייסד הישיבה, 'דער וואס האט געמאכט די תקנה אין ישיבה'. ביומא דהילולא קומט מען מתפלל זיין אויף די ציון המציונת און מ'האפט צו פועל'ן ישועות בכלל ובפרט. "וויל איך פרעגן, וויאזוי האט מען די חוצפה צו קומען מתפלל זיין אויפן ציון, בשעת ווען מיט דיין אלע רמ"ח איברים האסטו געטאנצן אויף א חתונה און האסט געוויזן ברבים אז דו פאלגסט נישט די תקנה וואס די מייסד הישיבה האט געמאכט?" איך וויל פרעגן, דאס הייסט א חסיד אדער א תלמיד? הלא בושה תכסה פנינו.

רבינו שליט"א האט ממשיך געווען איבער די מכשולות וואס קומען ארויס פון גיין צו די קישור החיתון, תנאים, שבע ברכות, און זיך אויסגעדריקט "מקען זאגן אז סאיז נאך ארגער ווי א חתונה. ווי קומט צו א בחור א ירא שמים וואס לערנט תורה וואס לערנט גמרא תוספות צו גיין אויף אזא אופן? ווי איז די בושה? ווי איז די אביסל גאות דקדושה? ווי איז אביסל שכל? און ווי איז די יראת שמים? וועגן דעם וויל איך בעטן פון יעדע בחור, אויב האסטו אביסל יראת שמים זאלסטו זיך מונע זיין פון גיין אויף שמחות!! און דער אייבערשטער וועט העלפן אז אין דעים זכות וועסטו גיין אויף די אייגענע שמחות. דערנאך האט רבינו שליט''א מסיים געווען מיט גאר שטארקע ברכות הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

אינדערפרי האט רבינו שליט"א באנייט דעם נייעם פראכטפולע "מקוה רבינו" אין ביהמ"ד הגדול וועלכער איז פולקאם הערליך פארענדיגט געווארן, כראוי לכבודה של תורה. די מקוה איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יצחק קליין הי"ו פון וויליאמסבורג.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר ברוך פראנקעל - מאנסי.
ב"ר ברוך עקשטיין.
ב"ר יצחק זאב גרינוואלד.
ב"ר יעקב יושע כהנא.
ב"ר יחזקאל יעקב יודא היילברוין.
ב"ר יעקב שווארץ.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט''א.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

לכו בנים שמעו לי
נאכמיטאג ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא - סניף דברי יואל, ווי רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בחובת השעה פאר די תלמידי הישיבה, איבער זיך מחזק זיין און אנהאלטן די שטארקע תקנה פונעם מייסד הישיבה רבינו הקוה"ט זי"ע נישט צו גיין צו קיין חתונות.

=זעהט עקסטערע באריכט פון די תוכן דב"ק.=

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מעכיל ברי"ש פריעדמאן - ר' חיים בר"נ קליין באולם כינור דוד. אזוי אויך ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה מענדל ווערטהיימער - ר' אליעזר רובינשטיין באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים הר"ר שמואל מאיר לעווי - ר' אהרן ברב"י קרויס. אזוי אויך ביי די תנאים פון די מחותנים ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש - ר' מנחם שמואל פראנקל.

ארום 12:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די נייע אפיסעס פון "גדר" שע"י קהלתינו הק' בקרית יואל, ווי רבינו שליט''א האט קובע געווען די מזוזה און זיך אומגעקוקט אין די נייע אפיסעס. די עסקנים האבן געוויזן פארן רבין די פונקטליכע ציפערן פון די 'גדר פילטערס' וואס איז געלייגט געווארן דורכאויס די יארן. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יעצט פארמיטאג איז געווען אויף א פריוואטע ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלעכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואכן אין קרית יואל. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות. אויך האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט איבער די שבת וואס דער סקולענע רבי שליט''א האט געפראוועט אין קרית יואל, און דורש געווען בשלומו נאכדעם וואס סקולענע רבי ליידט יעצט פון א שוואכקייט, און געוואונטשן גאר ווארימע ברכות הקודש. דערנאך האט רבינו שליט''א ארויסבאגלייט דעם חשובער גאסט ביז די גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ז מנחם אב תשפ"א7/26/2021

באריכט
זונטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

נאכן דאווענען זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

אויך האבן זיך געזעגענט תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה, ווי זיי האבן זיך באדאנקט פארן רבין פאר די געוואלדיגע הילף וואס זיי האבן גענאסן מעסקני אנ"ש דעים שבת נאכדעם וואס איינע פון די בחורים זענען ל''ע אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און איז באגלייט געווארן אויף יעדן שריט דורך עסקני אנ"ש.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

ארום 11:50 פארמיטאג האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש בבעטלעהעם ניו העמפשיר אויפן וועג למעון קדשו בקרית יואל.

בזמן שהצדיק בעיר
ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בשעטו"מ לביתו נאוה קודש אין קרית יואל, ווי דער רבי שליט''א איז אפגעווארט געווארן דורך די תלמידי הישיבה. מען האט געזינגען ברוך הבא, און די צענדליגע בחורים האבן שלום גענימען.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים זלמן ווייסבערג - ר' יואל ברמ"ב שטערן באולם בית רחל פאראדייס,
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אפרים פישל מאשקאוויטש - ר' נפתלי מארקאוויטש באולם כינור דוד,
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' מרדכי ווידער -ר' מרדכי הערש שפיצער באולם קרן ויואל משה.

שפעטער האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די נייע תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע.
ערשטע תנאים, די מחותנים הרב יואל ברשא"מ גרובער - הרב דוד ב"ר מענדל עקשטיין.
צווייטע תנאים, די מחותנים ר' מאיר יעקב כהנא - ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש.

ארום 11:50 פארנאכט איז אנגעקומען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש הרה"צ ר' אהרן מענדל טערווערסקי שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט אחיו / מחותנו הרה"צ ר' חיים מאיר טערווערסקי שליט"א צו לאדענען כ''ק מרן רבינו שליט''א און מקבל זיין ברכות קדשו צו די שמחת החתונה דעים דינסטאג אין שיכון סקווירא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
=חלק ב' באריכט שב"ק ואתחנן בצל הקודש=

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:45, מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך, הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם סאמעט, כהן: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין, לוי: הב' החתן ב"ר מנחם ישעי לעווי, שלישי: הב' ב"ר שמעון שווארץ, הגבה: רבינו שליטא, גלילה: הב' ב"ר שמעון שווארץ.

ביי של"ש זענען אלע בחורים אריבער נעמען שריים פון די פיש. מיט די זמירות האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדל, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלום העניך פריעדמאן, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק אין די הפטורה "נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם" און געטייטשט מיט גאר שטארקע דברי חיזוק אז אידן גלייבן באמונה שלימה בשעת מען איז נאך אין גלות אז די נבואה אין די דברי הנחמה וועלן מקויים ווערן במלואה, ממילא האט מען שוין יעצט א נחמה פרטיה, ווייל אפילו מ'איז נישט ווערד אין די גאולה אבער אזויווי די צער איז נוגע פאר די שכינה הקדושה למעני ולמעני אעשה, וועט הקב"ה צום סוף אויסלייזן די אידישע קינדער און דעמאלטס וועט מען זוכה זיין צו די ריכטיגע נחמה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יואל בר"י קליין -מאנסי, קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס. דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען והראינו בבנינו און נאך נגוני נחמה וגאולה דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אהרן שאול סאנדל. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך און ארויסבאגלייט רבינו שליט''א מיט די ניגון כי מלאכיו. מען האט געענדיגט 11:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת ואתחנן "שבת נחמו" בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שבת קודש בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א, די בחורים המצטיינים מתלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" - סניף "קדושת יואל".

פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב מגי"ש בקהלתינו מאנסי ור"מ בישיבה. נאכן דאווענען איז מען אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן און די געסט האבן שלום גענומען.

א קורצע צייט נאכן דאווענען בערך 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און די פילצאליגע געסט. פאר קידוש האט רבינו שליט"א געהייסן אריינברענגן א בעכער און מכבד געווען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז ק"י ומנהל הישיבה צו מאכן קידוש. הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן ר"מ בישיבה, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מענדל בהגר"מ פריעדמאן -מאנסי.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אתה החלותא להראות את עבדך" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מת ומשלם. קה אכסוף: הרה"ג ר' נתן הערש בריסק ראש החבורת בעלזא - לעיקוואד. בענטשן: הגה"צ הרב קלמן האלבערשטאם שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער די פעולות ועסקנות לשם שמים פון רבי שמשון ווערטהיימער ז"ל וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק. דער רבי שליט''א האט אויך דערציילט סיפורים פון ר' שמשון מיט הרה"ק רבי יונתן אייבשיץ זי"ע. קה רבון עלם: הרה"ח ר' חיים יצחק שלמה ברוק - בארא פארק. די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אויך האט דער רבי געטיילט פירות פאר די קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא - לעיקוואד. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' גבריאל יהודה אילאוויטש -בארא פארק, מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:45. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. הוצאה והכנסה: ר' משה הערש ווידער, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מענדל פר"מ. עליות. כהן: ר' לוי יצחק שעהנברוין, לוי: הב' ב"ר ברוך יהודה העלער, שלישי: הגה"צ הרב קלמן האלבערשטאם שליט''א, רביעי: ר' יואל שלמה יאקאב, חמישי: הרה"ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש בן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א - מאנסי, שישי: רבינו שליט"א, - די עלי' פון רבינו שליט''א איז געקויפט געווארן דורך אהרן שאול סאנדל. דער רבי שליט''א האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך פאר אים. שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר דוד ווערטהיימער, הוספות: הרה"ח ר' יצחק צענווירטה, הרה"ח ר' חיים יצחק שלמה ברוק, הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדל, ר' ברוך נחמן בערקאוויטש, הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך, ר' מענדל מאיר שווארץ, הרה"ח ר' שלום העניך פריעדמאן, הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן, הרה"ח ר' משה מארקאוויטש, הרה"ח ר' יואל ברש"ע מיטעלמאן -מאנטריאל, אחרון: ר' יששכר עפשטיין, מפטיר: הרה"ג ר' מענדל פר"מ, הגבה: הב' ב"ר שמואל שמעון בערקאוויטש, גלילה: הב' בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל, מוסף: הגה"צ הר''ר קלמן האלבערשטאם שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער, מען האט געענדיגט 1:00.

ארום 2:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' יואל ברמ"י פריעדמאן -מאנסי, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער. די תורה איז געווען אויפן פסוק פון די הפטורה "נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון גורעין ומוסיפין ודורשין, בענטשן: הרה"ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש בן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א. מען האט געענדיגט 3:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"א7/23/2021

באריכט
כשהמלך בשדה

דעי וואך שבת נחמו איז די פערדע פון די 4 שבתים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין בעטלעהם ניו העמפשיר, די תפילות ועריכת השלחנות בבית מדרשינו "מחזיקי הדת" דקהל יראים אין שטאט.

זמנים לשב"ק אין ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ 8:06
זמן מוצאי שב"ק 9:34.

דעי וואך וויילן במחיצת הקודש בחורים המצטיינים תלמידי ישיבתינו מתיבתא הקדושה סניף ''קדושת יואל".

ליל שב"ק וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט די ציבור אנ"ש אין די תלמידי הישיבה וועלעכע וויילן במחיצת הקודש, שב"ק צופרי וועט די רבי אריינגעקומען ביים סעודה צו די זמירות ודברי תורה, מוצש"ק וועט זיין א הוק אפ פון של"ש פון ארום 10 מינוט נאכן זמן אויף קול סאטמאר.

בזמן שהצדיק בעיר

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין אין פאסטוויל אייאווע.

באשמורת הבוקר ארום 6:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם,

און אים 7:20 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם א וועג פון א קארגע שעה צום מילאן רידשענעל עירפארט אין בערלין ניו העמפשיר.

דער פליגער וואס איז געפלויגן אפצונעמען דער רבי'ן, האט זיך געהויבן ארום 7:30 אין סטוארד עירפארט נעבן קרית יואל מיט בלויז געציילטע משמשים בקודש און הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, אויפן וועג קיין ניו העמפשיר, ווי דער רבי איז ארויף אויפן פליגער, און האט זיך געהויבן אום 8:45 אינדערפרי, אויף א 2 מיט א האלב שעה וועג קיין פאסטוויל אייאווע, צום בית השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק'.

בערך 10:15 דארטיגע זייגער (וואס איז מיט א שעה פריער) האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אין א קליינעם לופטפעלד אין וויסקאנסן נישט ווייטע פונעם בית השחיטה אין אייאווע ווי עס האבן אפגעווארט צוויי מיט ארבייטער פונעם בית השחיטה.
דער רבי איז מיט זייער קאר צוגעפארן קיין פאסטוויל א וועג פון 25 מינוט צום בית השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק'.

דער רבי איז אנגעקומען צום בית השחיטה ארום 10:45 ארטיגע זייגער, ווי דער רבי האט זיך ווארים באגריסט מיט הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א דער רב המכשיר פונעם גאנצן פלענט ובנו ר' מרדכי וועלכע פארפיגט אויף די גאנצע אפעראציע אינעם בית השחיטה.

דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די אלע חסידישע מיטארבייטער וועלכע וואוינען אין די דארטיגע אומגעגנט ווי אזוי עס גייט דאס לעבן אין אזא אפגעזונדערט ארט בגשמיות וברוחניות א.א.וו.

נאכן זיך אהנטוהן די נוטיגע בגדים איז דער רבי תיכף אריין אינעם פלענט ביים חלק השחיטה ווי דער רבי האט זיך דארט געטראפן מיט הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ב"פ שליט"א וועלכער איז די יעצטיגע וואך דארט - לויטן סדר - לעמוד על משמרת הכשרות אינעם פלענט פאר די השגחה פון קהלתינו הק', דער רבי האט בודק געווען די חלפים כנהוג, דער מאנסי'ער רב שליט"א האט אנגעוויזן אויף עטליכע נייע הידורים און פראקטיקן וואס מ'האט איינגעפירט ביים סדר השחיטה, און דער רבי האט באוואונדערט די אויסערגעווענדליכע הערליכע חלפים פון די שוחטים. און האט ספעציעל קאמפילמענטירט דעם עקסטערן ממונה וואס שטייט ביי די שחיטה, ע"פ הוראת רבינו, בלויז מסדר צו זיין די חלפים לייכטער צו מאכן פאר די שוחטים.

דער רבי איז דערנאך געשטאנען א לענגערע צייט און באטראכט דעם גאנצן סדר השחיטה, פון ווען די בהמות גייען אריין אינעם באקס וואס ווערט דערנאך איבערגעדרייט אין ווערט געשאכטן א שחיטה מונחת, און דערביי האט דער רבי אויסגעשמועסט מיט די רבנים און ארומיגע אלע חומרות וואס מ'האט איינגעפירט, ווען יעדע פאר מינוט טוישן זיך די 4 שוחטים צווישן זיך כסדר, אזוי אז די שחיטה קומט פאר מיט א זעלטענע רואיגקייט און ישוב הדעת, און דער רבי האט מפליא געווען זייער אומנות השחיטה.

דערנאך האט דער רבי ווידער בודק געווען חלפים, און דערביי אויסגעשמועסט אלע ענינים פון בדיקת החלפים סיי בדיקת יבש און סיי בדיקת לח.

פון דארט האט דער רבי ממשיך געווען מיטצוהאלטן דעם גאנצן סדר אינעם פלענט וואו עס ווערט אפגעשינדן דער עור הבהמה און דערנאך ווי ס'ווערט צוטיילט די חלקים דערביי האט מען אויסגעשמועסט פונקטליך וועלכע חלקים פונעם בהמה איז כשר וראוי לאכילה און וועלכע חלקים עס ווערן נישט באנוצט, דער רבי איז געשטאנען א לענגערע צייט און באטראכט די ארבייט אינעם קאלטן פרידזשידער רום ווי ס'ווערט געמאכט ניקור חם אויף די זייטליך פון די בהמה מיט א געוואלדיגע זהירות.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די בדיקות הריאות, און באטראכט ווי דער בודק מומחה ר' משה באסול מאכט מיט א זעלטענע פונקטליכקייט די בדיקות פנים, און דער בודק מומחה הרב ר' חיים בצלאל בלום מאכט די בדיקת חוץ, און דערביי איז מען אריבער א לענגערע צייט אויף צענדליגער ריאות ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט ביי יעדע ריאה באזונדער אלע פרטי הסירכות דערויף. דער בודק מומחה הרב ר' חיים בצלאל האט אויך געוויזן נאך עטליכע ריאות פון אינדערפרי ווי ס'האט זיך געמאכט אינטערעסאנטע שאלות אויף וואס דער רבי מיט די רבנים שליט"א האבן דארט אויפן פלאץ אויסגעשמועסט אלע שיטות און חילוקי ההלכה דערוועגן.

דערנאך איז מען אריבער צום מקום הניקור, דער רבי האט באטראכט דעם גאנצע ניקור אפאראט פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט די רבנים שליט"א, דער מנקר האט געוויזן אלע חלקים וואס ווערט אוועק געשניטן עפ"י הוראת רבינו שליט"א אז חלקים וואס דארף בכלל האבן ניקור ווערט נישט באנוצט און די סאטמארע פלייש געשעפטן, דער רבי האט באוואונדערט זיין זהירות'דיגע ארבייט.
דער רבי האט עקסטערע באטראכט דעם גאנצן הכשרה אפאראט ווי יעדע חלק פון די בהמה ווערט עקסטער געזיגלט און דוקא דורך א איד, און מיט אנדערע קאלירן. כדי עס זאל נישט קומען צו קיין צעמישעניש.

דער רבי איז אויך עקסטער איבערגעגאנגן די חלקי הניקור ביי די צונג וואס ווערט געמאכט לויט די הוראות וואס ער האט אויסגעשטעלט.

דערנאך האט דער רבי באטראכט די חלקי המליחה, שרוי' והדחה, וואס ווערט געמאכט מיט א השגחה מדויקת און מיט א שטארקע פונקטליכקייט.

ארום 2:30 ארטיגע זייגער האט זיך דער רבי ווארים געזעגנט מיט די איינגעשטעלטע אינעם פלענט ובפרט מיט הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א ובנו ר' מרדכי, און איז תיכף צוריק געפארן צום לופטפעלד, דער פליגער האט זיך געהויבן בערך 3:15 ארטיגע זייגער, און דער רבי האט געלאנדעט אין מילאן רידזשענעל עירפארט אין בערלין ניו העמפשיר אום 6:45 ניו העמפשיר זייגער, און פון דארט איז דער רבי געפארן א וועג פון א קארגע שעה ביז ווען ער איז אהנגעקומען לביתו נאוה קודש בערך 8:00 פארנאכט'ס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת ואתחנן בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר


זעהט די עקסטערע באריכט פון זונטאג יום צום תשעה באב ביי די פריערדיגע באריכטן.

=מאנטאג=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.

נאכן דאווענען זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

פארנאכטס נאך מעריב האט רבינו שליט"א געמאכט קידוש לבנה אינעם פארקינג לאט פונעם דערנעבענדיגן טשענדלעיר (ארלינגטאן) האטעל, און דערנאך געווינטשן א גוטן חודש.

זעהט עקסטער די באריכט פון דינסטאג - באזיך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין אין פאסטוויל אייאווע.

דינסטאג אויפן וועג אהיים נאך מעריב האט דער רבי ארומגערעדט איבערן באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת, און איבער אביו רביה"ק זי"ע זייענדיג אין לאגער ביים ביטערן מלחמה.

=מיטוואך=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

נאכמיטאג איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א א קבוצה בחורים המצטיינים תלמידי ישיבה קטנה "סניף רב טוב" פון מוסדותינו הק' בקרית יואל אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, ווי רבינו שליט"א האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו א שעה גאנץ "יורה דעה ח"א", דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגן קורת רוח און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בחורים.

ביינאכט נאך מעריב זענען אדורך שלום נעמען א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלעכע וויילן אין דעי טעג אין ניו העמפשיר.

=דאנערשטאג=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.

אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער זינגען ביי לכה דודו, און איבער מנהגים לגבי לכה דודו בבית סיגוט בעלזא וויזניץ סקווירא.

אין די פארמיטאג שעות ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזיך אינעם "הארטסייד באנגעלוי קאלאני" אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, וואס איז לעצטענס אפגעקויפט געווארן דורך אידישע אייגענטומער, צום ערשט איז רבינו שליט"א אריין אינעם הויז פונעם בעה"ב הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט א לענגערע צייט, דערנאך איז רבינו שליט"א ארומגעגאנגן ארום דעם גאנצן געגענט און באגלייטונג פון די בעלי בתים און זיך אומגעקיקט אין עטליכע דירות, מהאט ארומגערעדט איבער די הרחבת הגבולים און די פלענער פאר ווייטער.
אויך איז רבינו שליט"א אריין אין שטוב פון הגה"צ דומ"ץ מעליץ שליט"א וועלעכע וויילט דארט אויף אפרוה, ווי ער האט געגעבן א קוויטל פארן רבין און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום ארטיגן מקוה, דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די כשרות און הידורים פונעם מקוה.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום ארטיגן ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים, ווי רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעה"ב הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער צדיקים ביים פארן אויף מנוחת הנפש, בפרט אין די דריי וואכן אוועקצוגיין פון אינדערהיים, דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע ברכות הקודש.

וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים
דערנאך ארום 12:00 איז רבינו שליט''א געגאנגען שפאצירן כרגיל בנאות דשא, ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זכרון ביי די באטייליגטע.
ציווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט א לענגערע צייט איבערן באזיך פון רבינו שליט"א פארגאנגענעם דינסטאג אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין פאסטוויל אייאווע, ווי מען האט אויסגעשמועסט די גאנצע אופני ומהלכי השחיטה וניקור אמאל און היינט, און איבער די חומרות וואס איז איינגעפירט געווארן אינעם מהודר'דיגע בית השחיטה, ובפרט האט מען ארומגערעדט איבער "שחיטה מנוחת" די חומרות דערפין און אזוי אויך די מעלות פון עס ביים שחטן.
אויך האט מען ארומגערעדט עובדות וסיפורים פון הרה"ק די מגלה עמוקות זי"ע וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג, און איבער שטעטלעך און די מאפע אין אייראפע בעפארן קריג.
צום סוף פונעם שפאציר איז אנגעקומען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י -ומנהל בישיבתינו מתיבתא הקדושה סניף קדושת יואל ווי מען האט ארומגערעדט איבער מנהגים בבית צאנז - סיגוט.

נאכן שפאציר איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזיך אינעם "פי עם אר באנגעלוי קאלאני" אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די ניי צוגעבויטע חלק פונעם געגנט, רבינו שליט"א איז ארומגעגאנגן ארום דעם נייעם חלק געגענט און באגלייטונג פון די בעלי בתים און זיך אומגעקיקט אין עטליכע דירות, אויפן וועג האט מען ארומגערעדט איבער די ווייטערדיגע פלענער צו פארברייטערן דעם געגענט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די הייזער, דער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעה"ב ר' יצחק רודריך און פארן מענעדשער הב' ליפא מאשקאוויטש, און געגעבן שריים פאר די אייגענטומער.
צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער די פלענער צו איבערמאכן און פארשענערן די "שערמאן האטעל" ווי די תלמידי הישיבות האלטן זיך אויף איבער שבת.

נאכמיטאג איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלעכע וויילן אין דעי טעג אין ניו העמפשיר, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און איבערגעגעבן א לענגערע שמועס בדברי חיזוק בפרט בלימוד התורה און דערנאך געוואונטשן ברכות קדשו.

=פרייטאג עש"ק=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב יצחק אבערלענדער, וב"ר דוד ווערטהיימער.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בר מצוה בחורים, און פארציילט סיפורים פון הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע וואס די יארציילט געפאלט היינט פרייטאג.

דערנאך זענען אריבער געגאנגען צענדליגער געסט שלום נעמען, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת אין ניו העמפשיר.

אויפן וועג אהיים האבן עסקני בעלזא איבער געגעבן א גרוס פארן רבין איבער די הילף וואס זיי האבן גענאסן פאר זייער חבורה "אהבת התורה" דורך די עסקני התאחדות אבריכים דקהלתינו הק' להגדיל תורה ויאדיר.

נאכמיטאג נאך די מקוה זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בחדרו הפרטי תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף קדושת יואל וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים מעמד קדוש "ואטהר" -און באגלייטונג פונעם מנהל הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י, דער רבי האט איבערגעקיקט די קבלות און פארטיילט א ספר "יושר דברי אמת" פאר די בחורים.

דערנאך האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט, דער רבי האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ג מנחם אב תשפ"א7/22/2021

באריכט
לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב

מיט גרויס שמחה און עקסטאז האבן אנ"ש באגריסט די גרינדונג פונעם נייעם פאנד קרן שדכנים דסאטמאר צו לינדערן שידוכים קריזיס בעזרת השי''ת.

די קרן איז געגרינדעט געווארן בעידודו ובברכת קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

דער נייע פאנד וועט פארטיילן גרויסע באנוסעס פאר שידוכים ביי די עלטערע בחורים אזויפיל ווי $5,000 פאר ביז 25 יאר, $7,500 פאר ביז 28 יאר, און $10,000 פון 28 און העכער!!!

היינט נאכט ליל שישי קומט פאהר די מעמד היסוד פארן נייעם קרן ביי א פריוואטע רייכע באנקעט פאררופן דורך הרבני הנגיד המרומם ר' יחזקאל בראך הי"ו יו"ר הנהלת קרן שדכנים, בביתו נהדרה בגלילות קרית יואל מיט די באטיילונגונג פון געלאדנטע נדיבים בעם ושותפים לדבר מצוה.

עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים, קול ששון וקול שמחה, קול חתן וקול כלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ושבתי שלום אל בית אבי

בהתרגשות של שמחה וביראה עילאה איז אויפגענומען געווארן די פרייעדיגע נייעס צווישן אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, אז אין די יעצטיגע טעג איז ענדגילטיג באשטימט געווארן בשעטו"מ אז דעם קומענדיגן שבת פרשת תולדות תשפ"ב הבעל"ט וועט בעז"ה געפראוועט ווערן דער לאנג-געפלאנטן היסטאריש'ן שבת בעיר האבות סיגוט בצילא דמהימנותא קדישא פונעם ממשיך שלשלת הקדושה לבית עצי התמרים כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי
דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת וועט געפראוועט ווערן בהתרגשות עילאה "א שב"ק מעין עולם הבא" מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפן זעלבן מקום שהתפללו בו אבותיו הק' מרנן רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זי"ע, ווי רבינו שליט"א וועט אינטערנעמען דעם דערהויבענעם מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט, לרגל דעם חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולען "ביהמ"ד עצי התמרים" בנין ישעי זאב לעוו, "ופתיחת המקוה מפוארה" ר' לייב'עלע בערקאוויטש, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת אויפן היסטארישן שוהל-הויף, און אפרעכטן דארט באותו מקום א "שבת חנוכת הבית".

כי לא תשכח מפי זרעו
אזוי אויך וועט געפראוועט ווערן א היסטארישע רירענדע מעמד "חגיגת הכנסת ספר תורה" צום אמאליגן תורה צענטער "ביהמ"ד עצי תמרים", צום ערשטן מאל נאכן ביטערן חורבן!! א מעמד נורא וואס וועט אויסשרייען דעים "נצח ישראל לא ישקר, כי לא תשכח מפי זרעו"!!!

קה זכות אבות יגן עלינו
דורכאויס די קורצע - דערהויבענע מסע הקודש ושבתי וועט אויך פארקומען דערהויבענע התעוררות'דיגע מאמענטן ווען מען וועט אינאיינעם מיט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פוקד זיין מקום מנוחת אבותיו - רבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו אינעם אוהל הק' אויפן בית החיים אין סיגוט און מעורר זיין רחמי שמים און פויעלן ישועות פארן כלל און פארן פרט, מיט כל מיני השפעות טובות פאר אחינו בני ישראל.

מה נורא המקום הקדוש הזה
ווי באקאנט האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אונטערגענומען מיט עטליכע יאר צוריק דעם היסטארישן פראיעקט "לחדש אורה" לכבוד בית אבותיו הקדושים, מיטן ציהל צוריקצובויען דעם מקום קדוש -א ביהמ"ד און מקוה- אויף אט דעים הייליגן מקום פון זיינע גרויסע זיידעס רבותינו הקדושים זיעוכי"א, אויספירענדיג דערמיט מכוח אל הפועל משאת נפשו פון אביו מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע וועלעכע פלעגט אלס ארויסקוקן און אויסדריקן האפענונג אז מזאל נאך אמאל קענען אויסלייזן דעם שטח און קענען צוריקשטעלן דעם מקום קדוש.

תהלה לקל יתברך האט רבינו שליט"א זוכה געווען מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אויסצופירן זיין אייביגע שטרעבונג צו קענען אויסלייזן דעם היסטארישן שטח, די "שוהל-הויף" וואס איז ליידער געשטאנען פוסט זייט די ביטערע מלחמה, שועלים הלכו בה רח"ל, און בחסדי שמו צו דערלעבן דעם "ואל אחוזת אבותיו ישוב".

ברם זכור לטוב דער שליח נאמן פון רבינו שליט"א העסקן הדגול בנש"ק הרב אשר ישעי הורוויץ פונעם "וועד לחדש אורה" וואס איז געשטאנען בראש פונעם הייליגן פראיעקט לנצח על מלכת בית ה', ובנאמנות יתירה אויסגעפירט שליחות קדשו פון רבינו שליט"א.

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
יעצט שטייט שוין דער בנין פולקאם גרייט מיטן גאנצן פראכט און באקוועמליכקייט און מיט אלע צוגעהערן!!

אין די יעצטיגע וואכן זיצן א שטאב פון עסקנים בחצרות קדשינו און שפיץ פונעם "וועד לחדש אורה" אויף העפטיגע מינטונגען אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פונעם דערהויבענעם מסע קודש "ושבתי" - שבת חנוכת הבית ס'ווערט אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות אויף אלע פראנטן אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב.

להושיבי עם נדיבים
ספעציעלע הזמנות כבוד ווערט ארויסגעשיקט לכבוד די נדיבים החשובים "בוני ומקימי מקום הקדוש הזה" דעי אלע וועלעכע האבן זוכה געווען ארויסצונעמען א חלק שותפות אין דעים הייליגן פראיעקט לעשות רצון צדיק פון רבינו הקוה"ט זי"ע ולהבחט"א בנו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, צו קענען זעהן מיט די אייגענע אויגן די פירות פון זייער נדבה און אינאיינעם פייערן די בשותפות'דיגע שמחה פון "החזרת עטרה ליושנה".

פאלגט נאך די גענויע פרטים פונעם היסטארישן מסע קודש "ושבתי" - שבת חנוכת הבית - בעיר האבות סיגוט די קומענדיגע וואכן דא אויף סאטמאר'ע נייעס.

מקדש מלך עיר מלוכה קומי צאו מתוך ההפיכה, התעוררו התעוררו כי בא אורח, הנה ימים באים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"א מנחם אב תשפ"א7/20/2021

באריכט
יום צום תשעה באב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

בכו תבכה בלילה
מוצ"ש ליל תשעה באב ארום 10:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מעריב אינעם זאל פונעם טשענדלעיר (ארלינגטאן) האטעל. מעריב האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש. נאך מעריב האט רבינו שליט"א געמאכט ברכות בורא מאורי האש.

על אלה אני בוכיה, עיני עיני ירדה מים
נאך מעריב האט רבינו שליט"א געזאגט מגילת איכה און די קינות, בבכיות עצומות מקונן געווען על חורבן בית תפארתינו וצער השכינה. דער משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש האט פארגעזאגט איכה און די קינות, מען האט געענדיגט ארום 11:45.

תשעה באב צופרי ארום 9:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אינעם זאל פונעם טשענדלעיר (ארלינגטאן) האטעל. ביי די ברכות האט דער רבי שליט''א אויך געמאכט די ברכה פון "שעשה לי כל צרכי". עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי זילבערשטיין, כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן, לוי: הרה"ח ר' משה ארי פריעדמאן, שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' דוד פארקאש, גלילה: הב' בן הרה"ח ר' בערל שטיין.

רחם על ציון כי היא בית חיינו
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געזאגט די הפטורה און די ברכות פאר א לענגערע צייט בשעת דער רבי שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערן.

מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה
דערנאך האט מען געזאגט די קינות. אזוי ווי ביי די נאכט, האט רבינו שליט"א געזאגט די קינות בבכיות עצומות מקונן געווען על חורבן בית תפארתינו וצער השכינה. דער משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש האט פארגעזאגט די קינות. דערנאך האט מען געענדיגט אשרי - ובא לציון און עלינו. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

ביים ארויסגיין האט זיך רבינו שליט"א באדאנקט פאר די נישט אידישע בעלי בתים פון די האטעל פארן געבן רשות צו נוצן די זאל און לאזן מאכן די עירוב

ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, דער רבי שליט''א האט זיך מתעטף געווען בטו"ת דרש"י, ביי קרי"ש געקושט די ציצית, און משלים געווען די יום און קוה. מנחה האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' פישל פארקאש. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ, כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן, לוי: ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער, שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א, הגבה: ר' דוד ווייס, גלילה: ר' שלמה היימליך.

נאך מנחה האט רבינו שליט"א געלייגט תפילין דרבינו תם און געזאגט די ד' פרשיות, און דערנאך די 5 טעגליכע קאפיטלעך תהילים, מען האט געענדיגט ארום 8:20.

עטליכע מינוט פאר רבינו תם איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד, און ביים זמן זיך געשטעלט דאווענען מעריב. עס האט געדאווענט פארן עמוד החתן ב"ר נפתלי משה ווייס.

נאך מעריב האט זיך דער רבי אנגעטוהן די שיך, און דערנאך געמאכט הבדלה אין ביהמ"ד און טועם געווען מזונות מען האט געזינגען נגוני נחמה וגאולה.
מען האט געענדיגט 10:20.

ביים ארויסגיין האבן זיך געזעגנט די קבוצה תלמידים פון ישיבה גדולה בארא פארק וועלכע האבן געוויילט שבת במחיצת הקודש. דער רבי שליט''א האט געוואונטשן "עטץ זאלטס האבן א דרך צלחה פארטס געזונטערהייט ילכו בכי טוב"ַ עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער פארן ביינאכט אויף די וועגן "אדם ילך בכי טוב" דער רבי האט געזאגט פאר די בחורים ארויסצופארן -אנדערש ווי געפלאנט- די קומענדיגע צופרי.

יהי"ר שיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו, והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
=המשך באריכט שב''ק דברים - שבת חזון בצל הקודש=

נאכמיטאג האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו של"ש בביתו נאוה קודש.

צו סעודת רעוא דרעוין איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:15. דער רבי האט טועם געווען חלה און געוואונטשן לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען -אודה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס, שיר המעלות: הרה"ח ר' יונה האפמאן, די תורה איז געווען אויפן פסוק אין איכה "פצו עליך פיהם" - "עשה ה' אשר זמם" נאכברעגענדיג די רש"י פארוואס סשטייט "פ" פאר "ע" ווייל די חורבן איז געקימען ווייל מאיז נישט נזהר געווען פון שקר, און געטייטשט בדרך מוסר בעניני החורבן אז אויב מאיז נישט נזהר אין שקר איז נישט דא קיין השראות השכינה וואס זאל מגין זיין נישט נכשל צו ווערן אין די עבירות חמורות.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען בבכיות נוראות "יעצט שטייט מען ערב תשעה באב לעת הערב ווען די טמאים זענען אריין במקום הקודש והמקדש", און זיך דערשטיקט פון טרערן "שוין 1953 יאר איז אריבער פון חורבן ביהמ"ק, שוין 1953 מאל וואס מען איז מקונן אויפן חורבן ביהמ"ק" ועדיין לא נושענו, אבער אידן גלייבן באמונה שלימה אפילו מען זעהט נישט, אז דער אייבערשטער וועט אויסלייזן די אידישע קינדער. דער רבי האט נאכגעברענגט א ייטב לב אז "כל המתאבל על חורבן ירושלים זוכה ורואה בנחמתה/בשמחתה" מיינט אז בשעתן קלאגן דארף מען זיך שוין פארשטעלן נחמתה ושמחתה, אזויווי די הייליגע רבי פון ליבלון זי"ע -וואס היינט נאכט איז די יארצייט- האט געזאגט אז ער זעהט שוין ווי אזוי די אידן גייען זאגן לעתיד לבא "ותתן לנו ה' אלוקינו את יום התשעה באב" און ממשיך געווען אז ''אונז זעה מיר נישט אבער אונז גלייב מיר" און דערנאך מסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש 'והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה'.

נאך די תורה האט מען ממשיך געווען פאר לענגערע מינוטין מיטן זינגען "אני מאמין בביאת המשיח" בשעת רבינו שליטא פארגיסט טייכן טרערן

ידיד נפש: הרה"ח ר' פישל פארקאש, קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב שלום ווייס -מאנטריאל, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט 9:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת דברים שבת חזון בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שבת קודש בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א, די תלמידים המצטיינים פון ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" - סניף "ברך משה" און אזוי אויך א קבוצה מתלמידי ישיבתינו ישיבה גדולה בארא פארק.

פרייטאג נאכמיטאג נאך די מקוה האט רבינו שליט"א געמאכט די 'עירובי חצירות' צווישן דעם ביהמ"ד אינעם דערנעבענדיגע האטעל, און מזכה געווען די פת דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש. די עירוב איז צושטאנד געקומען אדאנק די ארבייט פון די געטרייע עסקנים צו פארגרינגערען פאר די צענדליגע אנ"ש וואס שטייען איין אינעם האטעל במשך די וואכן וואס רבינו שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין ניו העמפשיר

דערנאך האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי שליט''א האט איבערגעלאזט איידער ער איז ארויס געפארן קיין ניו העמפשיר. דער רבי שליט''א האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר שמואל קרויס משגיח בסניף ברך משה. נאכן דאווענען איז מען אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און די געסט האבן שלום גענומען.

נאכן דאווענען האט הרב אייזיק כהנא זיך באדאנקט בשם כל הקהל הקודש פאר די געטרייע עסקנים כאו"א בשמו הטוב יבורך פארן אהערשטעלן דעם עירוב ביים האטעל.

א קורצע צייט נאכן דאווענען בערך 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און די פילצאליגע געסט. די כיבודים זענען געווען ווי פאלגענד, אשת חיל: דער אייניקעל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, הגבהות הכוס לקידוש: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש מדייני קהלתינו בן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען, כל מקדש: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש, מנוחה ושמחה: הר"ר חיים אלימלך יאקאב.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אלה הדברים אשר דבר משה בעבר הירדן", און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון 'עד בכלל'.

קה אכסוף: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש, בענטשן: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש מנהל סניף ברך משה.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א פארציילט פון הרה"ק החוזה מליבלון זי"ע וואס די הילולא קדישא איז געווען זונטאג ט' באב.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30 צו שחרית. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: ר' יואל ברא"ד גליק, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס,
עליות. כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן, לוי: ר' נתנאל אלטמאן, שלישי: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש, רביעי: הב' ב"ר איסר יודא בערגער, חמישי: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש, שישי: רבינו שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער -מאנטריאל, הוספות: ר' משה בראך, הר"ר חיים אלימלך יאקאב, ר' שמעון לאנדא, די רבינ'ס אייניקיל הרב יושע לאבין חתן הגה"צ ר' ברוך, הב' ליפא מאשקאוויטש, הר"ר שמואל קרויס, הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש, אחרון: ר' יחזקאל בהר"ב גלאנץ, מפטיר: הרה"ח ר' יונה האפמאן, הגבה: משב"ק הב' אלטר ברוך גפן, גלילה: הב' ב"ר יואל פרידריך, מוסף: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש, פתיחה לאנעים זמירות: ר' דוד ברח"ל ווייס, מען האט געענדיגט 12:35.

ארום 2:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די זמירות ביים מיטאג טיש. דער רבי האט טועם געווען פון די חלה און געוואונטשן לחיים. במשך די סעודה האט מען געזינגען נגוני גלות וגאולה בדביקת בבכיות ובהתעוררות רב. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' משה בראך. די תורה איז געווען אויפן חז"ל "לא חרבה ירושלים אלא מפני שחללו את השבת" און געטייטשט בדרך דרוש בעניני החורבן, וויבאלד מען האט נישט געהיטן קדושת השבת וקדושת הברית איז געקימען די חורבן. בענטשן: די אייניקיל הרב יושע לאבין חתן הגה"צ ר' ברוך, מען האט געענדיגט 3:25.

אפאר מינוט נאכן סעודה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה. עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם מאסרי, כהן: הב' ב"ר אהרן יעקב כהנא, לוי: הב' ב"ר מאיר חיים שישא, שלישי: הב' ב"ר אברהם מענדל ווערטהיימער, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: ר' אליעזר גפן, מען האט געענדיגט ארום 4:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ויאכלו ענוים וישבעו

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
האט היינט דינסטאג געדאווענט גאר פרי באשמורת הבוקר, און תיכף דערנאך אפגעפארן מיט א פריוואטן פליגער פון א נאנטן עירפארט נעבן בעטלעהעם ניו העמפשיר - אינאיינעם מיט הגה"צ אב''ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנסי שליט"א - צו באזוכן די מהודר'דיגע גסות שחיטה וואס רבינו שליט"א האט איינגעשטעלט פאר די פלייש געשעפטן שע"י קהלתינו הק', אין פאוסטוויל אייעווא.

אינעם בית השחיטה וועט רבינו שליט"א זיך אויך טרעפן מיט הגה"צ דומ"ץ קהלתינו הק' ב"פ שליט"א וועלכער געפונט זיך די יעצטיגע וואך - לויטן איינגעשטעלטן סדר הדיינים - אויף השגחת קהלתינו אינעם בית השחיטה, און מיט הגה"צ אבדק"ק נייטרא מאנסי שליט"א דער רב המכשיר פונעם ארטיגן בית השחיטה.

רבינו שליט"א וועט אי"ה אדורך גיין אלע סניפים אינעם בית השחיטה פלענט:
די חלקי השחיטה, בדיקה, ניקר, מליחה, א.א.וו., און וועט זיך דערנאך אי"ה אומקערן צוריק קיין ניו העמפשיר שפעט פארנאכט'ס, ווי ער וועט פארבלייבן אויף מנוחת הנפש ביז נאך שבת.

ה' ישמור צאתו ובואו מעתה ועד עולם

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

מאנטאגי' מנחם אב תשפ"א7/19/2021

באריכט
דערמאנונג:
זייט מזכה אייערע חבירים מיט די לינק פון די סאטמאר'ע נייעס גרופעס צי באקומען אלע נייעס /באריכטן, בילדער /ווידיאוס, בצל הקודש און ארום קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

קלארשטעלונג 1:
סאטמאר'ע נייעס איז נישט קיין טשעט גרופ! נאר אויסשליסלעך קראנטע נייעס וואס ווערט ארויפגילייגט דורך גיטרייע עסקנים בחצר הקודש.

קלארשטעלונג 2
די אלע גרופעס האבן די זעלבע נייעס, עס איז א שאד צו זיין אויף מער ווי איין גרופ ווייל איר וועט באקומען די זעלבע נייעס דאָפּעלט!

פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער, קאנטאקט די עדמינס.

יישר כחכם
הנהלת סאטמאר'ע נייעס.

טעלעגראם:

https://t.me/Satmara_Niyes

וואטסעפ גרופעס

א'
וואטסעפפ גרופע

ב'
וואטסעפפ גרופע

ג'
וואטסעפפ גרופע

ד'
וואטסעפפ גרופע

ה'
וואטסעפפ גרופע

ו'
וואטסעפפ גרופע

ז'
וואטסעפפ גרופע

ח'
וואטסעפפ גרופע

ט'
וואטסעפפ גרופע


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Telegramסאטמארע נייעס 🌴▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️ מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' נייעס / באריכטן, בילדער / ווידיאוס, בצל הקודש - בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער. @Satmara_NiyesAdmin Email: SatmaraNiyes@gmail.com
ווייז פריערדיגע טעג