בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ח מנחם אב תשפ"א7/27/2021

באריכט
לכו בנים שמעו לי

נאכמיטאג ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא - סניף דברי יואל, ווי רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בחובת השעה פאר די תלמידי הישיבה.

רבינו שליט"א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "והיה עקב תשמעון - מצות קלות שאדם דש בעקביו" און ארויסגעברענגט מעורר זיין אויף א פירצה פון בחורים וואס גייען צו חתונות, וואס דאס איז א 'מצוה שאדם דש בעקביו'. דער רבי שליט''א האט דערמאנט אז סאיז א מצוה לשמוח חתן ביום חתונתו וביום שמחת לבו, "אבער סאיז דא א מצוה עשה פון די תקיעות שופר וואס די סגולות דערפון איז געוואלדיגע ענינים, און אז אויב ראש השנה געפאלט אין שבת האבן אונזערע חכמים געזאגט אז מזאל נישט בלאזן קיין שופר וועגן א 'חשש' פון שמה יעבירנו!! "סאיז דא א חשש אז איינער אין יענער עק וועלט וועט צוקומען צו חילול שבת האבן די חכמים געזאגט אז מ'בלאזט נישט קיין שופר, גאנץ כלל ישראל בלאזט נישט קיין שופר". און אז מ'בלאזט נישט קיין שופר ווייל חכמי ישראל האבן געהייסן קומען דעי אלע השפעות בשב ואל תעשה אפילו מבלאזט נישט קיין שופר!! אלעס ווערט נשפע פאר אידישע קינדער כאילו מוואלט געבלאזן!!.

דער רבי שליט''א האט דערמאנט די אלע סגולות וואס קומען אראפ ביים משמח זיין א חתן ביום חתונתו 'די גרויסע ענינים נשגבים מאוד, המשמחו זוכה לתורה, המשמחו זוכה לחמשה קולות' און מען פארשטייט וואס דאס מיינט אהבת חברים, מען פארשטייט דעי אלע זאכן, "ווער ס'הערט אבער צו צו כל חכמי ישראל, איז זוכה צו דעי אלע ענינים בשב ואל תעשה".

די פעטער ז"ל די מייסד הישיבה זי"ע בשעתו דאס איז שוין מער ווי 50 יאר צוריק, האט איינגעפירט א תקנה אין די ישיבה אז בחורים זאלן נישט גיין צו א חתונה פון זייער חבר! און ער האט געזאגט בזמנו 'נאר קרובים פסולי עדות' וזה לשונו: "..נאר א קרוב וואס איז פסול לעדות מעג גיין צו א חתונה, ..און ווער סגייט צו א חתונה ווערט פסול לעדות", ..זייער א שארפן אויסדריק ברוב חכמתו צדקתו וקדושתו האט ער פארשטאנען וואס עס מיינט גיין צו א חתונה. ער האט פארשטאנען אז מען דארף משמח זיין א חתן ביום חופתו, ער האט אבער פארשטאנען די גרויסע פירצה און די גרויסע משכשולות וואס ס'קומט ארויס פון גיין צו א חתונה. האט ער געמאכט א תקנה אז א בחור זאל נישט גיין צו א חתונה!!.

דערנאך האט רבינו שליט"א גאר שטארק ארויסגעברענגט די מכשולות וואס קומט ארויס דערפון הן לגבי ביטול תורה און די געוואלדיגע מכשולות וואס איז נוגע עניני קדושה, "די הפסד פון יראת שמים איז נאך אסאך ארגער פון ביטול תורה".
דערנאך האט דער רבי אויסגערופן "איך פרעג, א בחור אין אונזערע ישיבות ווייסט פון די תקנה פון די ישיבה און ער ווייסט ווער ס'האט מתקן געווען די תקנה, שעמט ער זיך נישט פון זיך אליינס צו גיין צו א חתונה, צו טאנצן ביי א חתונה בריש גלוי?!.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט לענגערע דברי חיזוק זיך האלטן שטארק נישט עובר זיין אויפן תקנה.

דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און געזאגט "אונז שטיי מיר יעצט אין חודש אב, אין דעם חודש איז די יומא דהילולא פון דער פעטער ז"ל די מייסד הישיבה, 'דער וואס האט געמאכט די תקנה אין ישיבה'. ביומא דהילולא קומט מען מתפלל זיין אויף די ציון המציונת און מ'האפט צו פועל'ן ישועות בכלל ובפרט. "וויל איך פרעגן, וויאזוי האט מען די חוצפה צו קומען מתפלל זיין אויפן ציון, בשעת ווען מיט דיין אלע רמ"ח איברים האסטו געטאנצן אויף א חתונה און האסט געוויזן ברבים אז דו פאלגסט נישט די תקנה וואס די מייסד הישיבה האט געמאכט?" איך וויל פרעגן, דאס הייסט א חסיד אדער א תלמיד? הלא בושה תכסה פנינו.

רבינו שליט"א האט ממשיך געווען איבער די מכשולות וואס קומען ארויס פון גיין צו די קישור החיתון, תנאים, שבע ברכות, און זיך אויסגעדריקט "מקען זאגן אז סאיז נאך ארגער ווי א חתונה. ווי קומט צו א בחור א ירא שמים וואס לערנט תורה וואס לערנט גמרא תוספות צו גיין אויף אזא אופן? ווי איז די בושה? ווי איז די אביסל גאות דקדושה? ווי איז אביסל שכל? און ווי איז די יראת שמים? וועגן דעם וויל איך בעטן פון יעדע בחור, אויב האסטו אביסל יראת שמים זאלסטו זיך מונע זיין פון גיין אויף שמחות!! און דער אייבערשטער וועט העלפן אז אין דעים זכות וועסטו גיין אויף די אייגענע שמחות. דערנאך האט רבינו שליט''א מסיים געווען מיט גאר שטארקע ברכות הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 783