היינט קומט פאר די שמחת 'הכנסת ספר תורה' וואס ווערט אריינגעגעבן צו ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק' קרית יואל, דורך הרה"ח ר' יואל ברב"ב פרידריך לענ בתו ע"ה, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס וועט אפרעכטן די רקידי קודש און פארזאגן לדוד מזמור כנהוג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגח' תמוז תשפ"א6/18/2021
באריכט
תורה תורה חגרו חג
מיט התרגשות האבן טויזנטער אנ"ש תושבי קרית יואל איבערגעפולט די גיגאנטישע "בית רחל אודיטאריום" ביים מעמד אדיר ונשגב סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', רייכע סעודת מצוה נתנדב געווארן דורכן פטרון החבורה בק"י הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, לע"נ חמיו היקר באנשים הר"ר מנחם זאב ב"ר אברהם אבא ע"ה. די יו"ר המעמד הרה"ג ר' יואל וויינבערגער מנהל קביעית עיתים לתורה האט געעפענט די מעמד מיט גאר שטארקע ווערטער איבער "קביעת עיתים לתורה" בפרט ווי מען זעהט "אריבער 1000" לומדים זענען אנגעשלאסן אינעם חבורה פון "יסודי התורה" אין קרית יואל, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שאול יצחק ליכטענשטיין מחשובי לומדי החבורה בק"י, דערנאך האט אויפגעטרעטן די נואם הכבוד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, במשכן מעמד האט חברת "שירה" מהנה געווען די אלפי לומדים,
ארום 9:45 איז די מייסד ונשיא החבורה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און איז אויפגענימען געווארן דורכן יו"ר המעמד, די רבי האט טועם געווען און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט נגונים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל געלבשטיין מגי"ש בחבורה -וחתן הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין פטרון החבורה, ביי די דב"ק האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'על כן יאמרו המושלים באו חשבון -באו ונחשוב בחשבונו של עולם' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום, און ארומגערעדט איבער "קביעת עתים לתורה" וואס יעדער דארף האבן א שיעור בקביעות גמור חק ולא יעבור, און ארויסגעברענגט לשבח פון די טויזנטער לומדים בפרט פון דעי וואס שטעלן זיך צום פארהער "..מה נכבד היום" א געוואלדיגע שמחה איז היינט לכל העם הנאספים פה, דעי הונדערטער אידן וואס זענען זיך צוזאמגעקומען חוגג זיין "סיום מס' יבמות" ברוב עם הדרת מלך, א גרויסע ציבור האבן געלערענט גמ מס' יבמות איבערגעחזרט און געשטאנען פאר א פארהער אויף דעי מס', "אשריכם ישראל!! וואויל איז ענק!! ענק האבן זוכה געווען אדורך צו לערנען מס' יבמות מקען זאגן סאיז די שווערסטע מס' אין ש"ס!! א לימוד קשה מאוד!! און אז אזא גרויסע ציבור האבן דאס זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין איז עס באמת א שמחה גדולה!! אשריכם בעולם הזה, וטוב לך בעולם הבא!!" און אויסגערופן פאר אנ"ש "..היינט צו טאג ווען מען הייבט אן א נייע מס' -מס' כתובות איז "אקרא בקול גדול לכל אנ"ש" זיך צו קומען מצטרף זיין צו די לומדים, "טעמו וראו כי טוב ה'.." און ארויסגעברענגט די נעימות פון לימוד התורה ווען מען לערנט א עמוד בכל יום במתינות "די תורה הקדושה דאס איז אונז מקשר מיטן הייליגן באשעפער דער נותן התורה".
דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט בשבח פונעם פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקביא צבי קליין, "..באו ונחזיק טיבותא פארן פטרון פון דעי חבורה "יסודי התורה" הרבני הנגיד הנכבד עושה פעולות לתורה ביד נדיבה.." די רבי האט ארויסגעברענגט זיין פילע לייסטונגען לרומם קרן התורה ובפרט וואס דער חשובע נדבן בויעט א "בנין מפואר פאר די תלמיד תורה א בנין גדול מאוד", און איבער די איבערבויען און פארשענערן די מקוה אין ביהמ"ד הגדול,
און ארויסגעברענגט "..די חשובע נדבן ר' עקיבא הערש זז"ג וואס די תורה איז חביב עליו, ער האט זוכה געווען צו זיין די פטרון פון דעי חבורה א גרויסע חבורה! א חשובע חבורה! כוועל זאגן ער איז פון די מזכה את הרבים!! ווייל ווען מען טראכט אריין באמת די פירות פון דעי חבורה "יסודי התורה" איז אלע חבורות אין אלע קהילות קדושות בישראל!! "דעי חבורה דאס איז די טאטע פון דעי אלע חבורות" און די אלע חבורות פון אלע קהילות קדושות בישראל זענען די תולדות!! די פירות וואס מען האט זיך אפגעלערנט!! מען האט געזעהן די הצלחה פון דעי חבורה און מען האט עס נאכגעטוען!! "און אונז זאג מיר פאר דעי אלע 'מיר האבן נישט קיין קאפיריי"ד..' יעדער איינער האט א רעכט נאכצומאכן יעדער זאל נאכמאכן, יגדיל תורה ויאדיר", דערנאך האט די רבי מסיים געווען מיט ברכות קדשו "בברכה המשולשת בתורה" פארן חשובע פטרון, פאר די עסקנים, און פאר אלע לומדים.
נאך די דב"ק האט די רבי געמאכט די סיום און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט לכבוד שמחת התורה ולומדיה, ארום 10:50 האט מען געבענטשט, און די רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי די רבי האט געדאווענט מעריב, נאך מעריב האט די רבי געמאכט קידוש לבנה.
שישו ושמחו בשמחת התורה כי היא לנו עוז ואורה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגז' תמוז תשפ"א6/17/2021
בילד
שישו ושמחו בשמחת התורה
"די טויזענטער לומדי החבורה בקרית יואל" ביים די פייערדיגע ריקודים בשמחת התורה"
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
שישו ושמחו בשמחת התורה
די גיגאנטישע אולם הגדול "בית רחל אודיטאריום" פראכטפול צוגעגרייט צום רייכע חגיגת "סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות" בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "קרית יואל"
די סעודה לכבודה של תורה איז נתנדב געווארן דורכן פטרון החבורה בק"י הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו
סדר המעמד הנשגב חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "קרית יואל".
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
תורה תורה חגרו חג
היינט קומט פאר די גאר רייכע חגיגת "סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות" בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "קרית יואל" בראשות די מייסד ונשיא החבורה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף א פראכטפולע פארנעם באולם הגדול "בית רחל אודיטאריום".
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מודעה ואזהרה מטעם קהלתינו הק' קרית יואל בהחלטת פונעם "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א, פארגאנגענעם מאנטאג 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא.
להעמיד חומה בצורה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגה' תמוז תשפ"א6/15/2021
בילדער · 5
ארבעט ביים הערליך איבערמאכן די "מקוה" אין ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק' בקרית יואל שכונת לעמבערג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מאנטאגד' תמוז תשפ"א6/14/2021
באריכט
כל זמן שלא יתבטלו המהרסים, לא יתבטלו הגודרים
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען אין חדר ישראל דוב בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל א שטורימישע "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקריה, 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" אינעם שטאט פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נגד תורתינו הקדושה ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, עס האבן זיך באטייליגט אלע רבנים ודיינים וראשי הקהילה בקרית יואל, ובראשם הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און מיט די השתתפות פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א בנו בכורו פון מרן רבינו שליט"א.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א וועלעכע האט בתוך דבריו שארף ארויסגעברענגט אז "סידור קידושין איז נישט נאר דער וואס מאכט די ברכה, נאר דאס איז א יסוד גדול זעכער צו מאכן אז די שטאט פירט זיך בקדושה" און אז "אזא פירצה איז א פירצה גדולה בקדושתן של ישראל" און איז איינגעפירט געווארן 'בחרם' דורכן הייליגן רבינו תם זי"ע דערנאך האט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א איבערגעחזרט די פסק הלכה ודעת תורה אז "סיי אין שטאט און סיי אין די גלילות טאר מען נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא" ושא לפרוץ בזה.
דערנאך האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה, און בתוך דבריו ארויסברעגענדיג וואס סהאט געמיינט ביי אונזערע פריערדיגע רביס דאס ענין פון א מרא דאתרא, די הארבקייט דערפון ביי אלע רבנים אינדערהיים, און האט נאכגעברענגט ביים הייליגן קדושת יו"ט זי"ע -דאס ענין פון שחוטי חוץ וואס כאטש סאיז געווען ערליכע כשרע שוחטים וואס האבן באלאנגט צו ערליכע רבנים האבן אבער ערליכע אידן געהאלטן שחוטי חוץ "ממש ווי נבילות וטריפות" "וכל שכן אויפן ענין פון סידור קידושין" וואס אלע ראשונים ואחרונים זענען זייער מחמיר אין דעם, די רב שליט"א האט פארבעטן הנהלת קהלתינו הק' בקרית יואל צו פארמירן א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן מיט דעם און מיט די האקעלע פעלער און ארויסהעלפן מענטשן וואס האבן פראבלעמען ארום דעם ענין, דערנאך האט די רב שליט"א דערמאנט די חומר הענין און די "איסור השתתפות" ביי אזא חתונה וואס חוץ פון די איסור און תקנה דערפון וואס די מייסד הקרי רבינו הקוה"ט זי"ע שרייבט אינעם בריוו, זעהט מען אויך בחוש אז דעי וואס גייען צו אזא חתונה זענען מחזק ידי עוברי עבירה, און מיט דעם וואס מען האלט זיך צוריק קען מען אפהאלטן א גרויס חלק פון די אידן עובר צו זיין אזא הארבע איסור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י.
להעמיד חומה בצורה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגג' תמוז תשפ"א6/13/2021
מודעה
קרן הבנין אפדעיט #18 פונעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל
אפדעיט 2 פון די ארבעט איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה אין ביהמ"ד הגדול.
והיו לשם ולתפארת
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ט סיון תשפ"א6/9/2021
בילדער · 5
די אנגייענדיגע בוי ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה אריין אין פולן שוואנג.
ווערט געזעהן ר' אברהם קליין פון די בארימטע גארפיעלד פלומבונג פירמע ביים איבער גיין די דעטאלן פון די גאנצע דרעניטש סיסטעם.
והיו לשם ולתפארת
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ז סיון תשפ"א6/7/2021
מודעה
לאור די קורצע מסע קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין אתרא קדישא מירון וועט די גרויסארטיגע סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק' קרית יואל פארקומען קומענדיגן דאנערשטאג חקת אינעם גיגאנטישן "אולם בית רחל אודיטאריום", מער פרטים וועט נאכפאלגן.