בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגד' תמוז תשפ"א6/14/2021

באריכט
כל זמן שלא יתבטלו המהרסים, לא יתבטלו הגודרים

היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען אין חדר ישראל דוב בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל א שטורימישע "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקריה, 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" אינעם שטאט פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נגד תורתינו הקדושה ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, עס האבן זיך באטייליגט אלע רבנים ודיינים וראשי הקהילה בקרית יואל, ובראשם הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און מיט די השתתפות פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א בנו בכורו פון מרן רבינו שליט"א.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א וועלעכע האט בתוך דבריו שארף ארויסגעברענגט אז "סידור קידושין איז נישט נאר דער וואס מאכט די ברכה, נאר דאס איז א יסוד גדול זעכער צו מאכן אז די שטאט פירט זיך בקדושה" און אז "אזא פירצה איז א פירצה גדולה בקדושתן של ישראל" און איז איינגעפירט געווארן 'בחרם' דורכן הייליגן רבינו תם זי"ע דערנאך האט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א איבערגעחזרט די פסק הלכה ודעת תורה אז "סיי אין שטאט און סיי אין די גלילות טאר מען נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא" ושא לפרוץ בזה.

דערנאך האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה, און בתוך דבריו ארויסברעגענדיג וואס סהאט געמיינט ביי אונזערע פריערדיגע רביס דאס ענין פון א מרא דאתרא, די הארבקייט דערפון ביי אלע רבנים אינדערהיים, און האט נאכגעברענגט ביים הייליגן קדושת יו"ט זי"ע -דאס ענין פון שחוטי חוץ וואס כאטש סאיז געווען ערליכע כשרע שוחטים וואס האבן באלאנגט צו ערליכע רבנים האבן אבער ערליכע אידן געהאלטן שחוטי חוץ "ממש ווי נבילות וטריפות" "וכל שכן אויפן ענין פון סידור קידושין" וואס אלע ראשונים ואחרונים זענען זייער מחמיר אין דעם, די רב שליט"א האט פארבעטן הנהלת קהלתינו הק' בקרית יואל צו פארמירן א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן מיט דעם און מיט די האקעלע פעלער און ארויסהעלפן מענטשן וואס האבן פראבלעמען ארום דעם ענין, דערנאך האט די רב שליט"א דערמאנט די חומר הענין און די "איסור השתתפות" ביי אזא חתונה וואס חוץ פון די איסור און תקנה דערפון וואס די מייסד הקרי רבינו הקוה"ט זי"ע שרייבט אינעם בריוו, זעהט מען אויך בחוש אז דעי וואס גייען צו אזא חתונה זענען מחזק ידי עוברי עבירה, און מיט דעם וואס מען האלט זיך צוריק קען מען אפהאלטן א גרויס חלק פון די אידן עובר צו זיין אזא הארבע איסור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י.

להעמיד חומה בצורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️