בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

זונטאגי"ט סיון תשפ"א5/30/2021

באריכט
🌴 א' שלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר ישראל מאיר הכהן פריעדמאן,
וב"ר דוב ארי אשר שווארטץ,
וב"ר חיים אליעזר העללער,
וב"ר ישכר דוב ראזענבערג.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר קלמן גפן ר' יואל ב"ר יודא כ"ץ באולם כינור דוד.

און ביים חופה פון די מחותנים ר' דוד משה ניישטאדט ר' משה הערש בראך באולם בית רחל פארדייס.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' שלמה אלימלך שטיין ר' יואל ברא"ש שווארץ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 שב"ק פרשת בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פרייטאג נאכמיטאג 8:50 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ ר' דוד דוב, הגבהות הכוס לקידוש: די איינקיל הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי, כל מקדש: ר' נחמן כהנא ב"ב, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' פסח עקשטיין ירושלים, די רבי האט געזאגט תורה אויף די מדרש "הרוצה לידע תחיית המתים מן התורה, יראה והנה מרים מצורעת כשלג" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין צו משה רבינו איז געווען א כהן,
אינמיטן די תורה האט זיך די לעקטערס אויסגעלאשן -צוליב א פאל וואס איז געפאלן צוליב די שווערע וועטער- די רבי האט ממשיך געווען די תורה, ובתלהבות אש די נגונים לכבוד שבת.
קה אכסוף: הרב מרדכי אהרן ראבינאוויטש -ירושלים, בענטשן: נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי רב דביהמ"ד רב טוב, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט איבער די ביטערע היסטאריע פון כלל ישראל פון כ' סיון ובפרט פון גזירת ת"ח ות"ט, צוליב די פארלאשענע לעקטער האט די רבי געהייסן אריינברענגן די פירות און די חתנים זענען נישט אדורך, און מען האט געזינגן אז ביום השביעי, פארן ארויסגיין האט די רבי אויסגערופן אז "מען זאל ארויסגיין פארזיכטיג, שטייט און נישט שטיפן", מען האט געענדיגט 1:30.

שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, פסוקי דזמרה: הר"ר קלמן גפן, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זושא ווייס -וומסב"ג, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ישראל חיים גוטמאן מאנסי, עליות, כהן: החתן ב"ר מאיר מענדל ווייס, לוי: הרה"ג ר' נחמי קרויס -קרית טאהש, שלישי: החתן ב"ר יואל ווידער, רביעי: החתן בן הר"ר יואל גרינוואלד, חמישי: החתן בן הר"ר קלמן גפן, שישי: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אברהם פאלאטשעק,
ר' ישראל שלום אונגאר,
ר' אלי עזרא מיללער,
שביעי: הגה"צ ר' יוסף חיים גרינוואלד, הוספות: החתן ב"ר מענדל ווידער, החתן ב"ר שלמה בוים, החתן ב"ר איתמר טובי שווארץ, החתן ב"ר שלמה קליין, החתן ב"ר אנטשיל ווייס, אחרון: החתן ב"ר מענדל מאיר גליק, מפטיר: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפל, הגבה: הרה"ח ר' יוסף אלי אייגנער, גלילה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין, מוסף: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יונה דוד פערל, מען האט געענדיגט 12:35.

צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:50, מנחה: הרה"ח ר' משה יודא הירש, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס שפירא, כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס, לוי: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער, שלישי: הרה"ח ר' קלמן ווייס -מאנטריאל, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יואל מערץ, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק "בהעלותך את הנירות -להגיד שבחו של אהרן שלא שינה" און געטייטשט בדרך מוסר אז א איד וויל זיין מצוות זאל זיין אפגעהיטן זאל ער ער עוסק זיין בתורה, ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: הרה"ג ר' ישראל חיים גוטמאן, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך מען האט געענדיגט 11:05.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
נעכטן מוצ"ש ארום 12:30 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין מאנסי אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' דוד ניישטאד וועלעכע האט אפגעקויפט די זכות שם הבנין פונעם נייעם גיגאנטישן "בנין הבית רחל" דמוסדותינו הק' אין שטאט פאר די פאנטאסטישע סומע פון "2 מיליאן" דאלער.
עס איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו מאנסי שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאלקע מאנסי שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב מגי"ש בקהלתינו מאנסי, ווי אויך האט אויפגעטרעטן די חשובע נדבן וועלעכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו מיט די געוואלדיגע זכיה וואס ער האט אפצוקויפן אזא גרויסע זכות וואס וועט אים באגלייטן לעולמי עד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען דב"ק און מאציל געווען ברכות קדשו פארן חשובן נדבן ומשפחתו, און ארויסגעברענגט זייערע פעולות צדקה וחסד בכלל, ובפרט פאר ביקור חולים, דערנאך האט זיך די רבי אומגעקיקט אינעם אפיס פון "ביקור חולים" מיט אלע אירע פעולות וואס גייען ארויס פון דארט און אנגעווינטשן גאר ווארימע ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ז סיון תשפ"א5/28/2021

באריכט
🌴 פרייטאג בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית אין תלמיד תורה "בנין ווידער פאלטשעק".
פארן דאווענען איז דער רבי אריין אין די לאנטש רום ווי עס זענען געווען פארזאמעלט תלמידי כיתה א' ב' סניף הר"ר יואל אקער, ווי די קינדער האבן געזינגן ניגונים, די רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די תשב"ר און געווינטשען "א גוט שבת".
די רבי האט געדאווענט אינאיינעם מיט די תלמידי כיתה ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס.
פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל כ"ץ.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די תלמידי כיתה ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס, און פאר די תלמידי כיתה ג' ד' ה' סניף הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש די רבי האט ארומגערעדט בנוגע לימוד התורה, כיבוד אב ואם, און נאך, דערנאך האט דער רבי געטיילט שריים פאר די אייניקלעך און פאר די בר מצוה בחור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה עד ה'

און ליכט פון די שווערע מאורעות הזמן ובפרט ווען מען איז זקוק פאר א שמירה עליונה אז די זומער זאל דורך גיין בשלום, וועט פארקומען א גרויסע מעמד עצרת רחמים והתעוררות קומענדיגען "ב' שלח כ' סיון" במעמד אלפי ישראל בבית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג.

מען וועט דאווענען מנחה און דערנאך אמירת תהילים וי"ג מדות של רחמים ברוב עם, פתיחת עצרת דורך הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ ורב ביהמ"ד ברך משה, א רייכע דרשה וועט מען הערן דורך הרה"ג פמ"מ ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א
חובת השעה ומשא המעמד דב"ק דורך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, עם ה' חזקו ונתחזקה וועט מען הערן דב"ק פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א

לכו ונשיבה אל ה' כי הוא טרף, יך ויחבשנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 דאנערשטאג בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליקים יודא גרינוואלד ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב מאיר ווייס, וב"ר יואל געלבשטיין, וב"ר יואל ברא"י ווייס.


פארן דאווענען האט די רבי געצינדן 5 ליכט לרגל ההילולא קדישא של זקינו הרהק ר רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי''ד.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכנטליכע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבועות,

נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי, די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים גרויסן מעמד ואטהר ווי די בחורים האבן איבערגעגעבן די קבלות פארן רבין און באקומען א מטבעה קודש פונעם רבין.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שלמה בוים ר' יואל ברי"א אייגנער באולם בית רחל פארדייס.

און ביים חופה פון די מחותנים ר' מרדכי ווידער ר' יונה דוד פערל באולם כינור דוד.

און ביים חופה פון די מחותנים ר' שלמה קליין ר' אביגדור מאיר סאמעט -טאהש באולם קרן ויואל משה.

(ביים שמחת החתונה אינעם נייעם פראכטפולן אולם "בית רחל אודיטאריום" האט מסדר קידושין געווען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א ברשות פונעם מרא דאתרא נאך ווען סהאט געהייסן די חתונה אינעם גע'אסר'טען טעראר זאל)

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יואל ברש"ז פאלטשעק ר' וואלף ברי"ד לאנדא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגט"ז סיון תשפ"א5/27/2021

באריכט
ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה

מיט גרויס פרייד פאר תושבי ק"י קומט היינט פאר די ערשטע חתונה אינעם נייעם אולם המפואר "בית רחל אודיטאריום" וואס איז בליץ שנעל איינגערישט געווארן דורך די געטרייע וועד החתונה תקנות שע"י קהלתינו הק' אלס א פראכטפולע חתונה זאל צו העלפן דעי וואס האבן נישט ווי צו חתונה מאכן צוליב די שווערע מאנגל וואס האט זיך געשאפן מיט חתונה זאלן וואס איז אויסגעהאלטן עפ"י תורתינו הק', עפ"י פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א נישט צו חתונה מאכן שלא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

און פאר די מחותנים ריפן מיר אויס: אשריכם גיבורי החיל!!! אשריכם מחותנים!! וואויל איז אייער חלק!! נישט געלאזט אריינשטעכן א שווערד אינעם תורה הקדושה!!! הראשונים נוטלים שכר כנגד כולם!!!

קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
להסיר מכשול

אזויווי לעצטענס דרייען זיך ארום געוויסע מעסעדזשעס אינטערן נאמען "סאטמאר'ע נייעס 🌴"
(נאכדעם וואס דער ציבור קויפט שוין נישט זייערע פאלטשע מעסעדזשעס..)

טוען מיר קלארשטעלן אז קיין שום מעסעדזש וואס ווערט נישט געלייגט אויף איינע פון אונזערע גרופס האט גארנישט מיט אונז!! און סאיז שקר מיסודו!!

צו באקומען די קראנטע "סאטמאר'ע נייעס", באריכטן /בילדער בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און ארום קהלתינו הקדושות, גייט ארויף אויף איינע פון אונזערע גרופס. 👇👇👇

טעלעגראם:
https://t.me/Satmara_Niyes

טוויטער:
https://twitter.com/satmara_niyes

וואטס עפפ:
גרופ 1 (פיל):
וואטסעפפ גרופע

גרופ 2 (פיל):
וואטסעפפ גרופע

גרופ 3:
וואטסעפפ גרופע

פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער, קאנטאקט די עדמין אויף טעלעגראם: @Satmara_NiyesAddmin Email: Satmaraniyes@gmail.com

וחפץ ה' בידינו יצליח, ויהו"ר שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 ד' בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג' פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר אלכסנדר נחום גאטליב, וב"ר חנני' יו"ט ליפא וויינבערגער.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ה',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרב יואל בר"י ראזענבערג ר' ישכר דוב מייעראוויטש, באולם כינור דוד.

און ביים חופה פון די מחותנים הרב אנטשיל ווייס הרב איתמר טובי' ווידער, באולם בית רחל פארדייס.

יעצט פארנאכטס האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן מחותנים און זיידעס, און דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט חתן מחותנים און די זיידעס, אויך האט זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךט"ו סיון תשפ"א5/26/2021

באריכט
עשה למען בניכם אם לא למעניכם

מעשה נורא הידוע ביי מרן הגה"ק ר' עקיבא אייגער זיעוכי"א: געווען עלטערן וואס האבן אים געברענגט זייערס א קינד וואס האט ליידער נישט פארשטאנען דאס לערנען, האט אים די גאון געפרעגט צו ער איז נזהר אין די כשרות פון די מאכלים וואס ער געט פארן קינד, דער איד א ירא שמים האט זייער מקפד געווען אויף הכשרים! האט די גאון געהייסן נאכגיין וואס די קינד האט אלס געגעסן אינדרויסן פון שטוב, און נאכן נאכגיין די זאך איז מען געוואויר געווארן אז דאס קינד -איינמאל אהיים גייענדיג מיט זיין חבר נאכן לערנען ביים מלמד, זענען זיי אריין צו א חתונה וואס איז געווען 'שלא ברשות' און ער האט דארט געגעסן די פלייש (דער שוחט איז געווען א ירא שמים נאר נישט געוויסט ווי דאס פלייש גייט) און דאס האט דער הייליגע ר' עקיבא אייגער זיעוכי"א מרגיש געווען אז דאס האט פארשטאפט דאס קינדס מוח!

הוי זהיר בגחלתן של חכמים!! סאיז א שפיל מיט פייער!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ג סיון תשפ"א5/24/2021

באריכט
🌴 ב' בהעלותך
בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמעון עוזר וויינבערגער ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר שמואל בנימין פאלקאוויטש, וב"ר בערל רייך.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ג' פסוק ב',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי, די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים גרויסן מעמד ואטהר ווי די בחורים האבן איבערגעגעבן די קבלות פארן רבין און באקומען א מטבעה קודש פונעם רבין.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ב"ר יעקב יושע שווארץ -ק"י ר' יואל ב"ר יוסף חיים ווייס -ק"י באולם בית רחל פארדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' איתמר טובי שווארץ -מאנסי ר' משה יודא הירש -ק"י באולם כינור דוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג