בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ט סיון תשפ"א5/30/2021

באריכט
נעכטן מוצ"ש ארום 12:30 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין מאנסי אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' דוד ניישטאד וועלעכע האט אפגעקויפט די זכות שם הבנין פונעם נייעם גיגאנטישן "בנין הבית רחל" דמוסדותינו הק' אין שטאט פאר די פאנטאסטישע סומע פון "2 מיליאן" דאלער.
עס איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו מאנסי שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאלקע מאנסי שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב מגי"ש בקהלתינו מאנסי, ווי אויך האט אויפגעטרעטן די חשובע נדבן וועלעכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו מיט די געוואלדיגע זכיה וואס ער האט אפצוקויפן אזא גרויסע זכות וואס וועט אים באגלייטן לעולמי עד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען דב"ק און מאציל געווען ברכות קדשו פארן חשובן נדבן ומשפחתו, און ארויסגעברענגט זייערע פעולות צדקה וחסד בכלל, ובפרט פאר ביקור חולים, דערנאך האט זיך די רבי אומגעקיקט אינעם אפיס פון "ביקור חולים" מיט אלע אירע פעולות וואס גייען ארויס פון דארט און אנגעווינטשן גאר ווארימע ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 611