דאנערשטאגכ"א תמוז תשפ"ה7/17/2025
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת פנחס שנת תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמרים נפלאים 'פינת יקרת' בענין:
ענין זמן תפילת שחרית ביום השבת.
ובעניין הפטורת שבת פ' פנחס כשר"ח מנחם אב חל בשב"ק מטו"מ.
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרשת פנחס שנת תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמרים נפלאים 'פינת יקרת' בענין:
ענין זמן תפילת שחרית ביום השבת.
ובעניין הפטורת שבת פ' פנחס כשר"ח מנחם אב חל בשב"ק מטו"מ.
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ' תמוז תשפ"ה7/16/2025
הגה"צ ר' יעקב ראטטענבערג שליט"א אבד"ק סאלקא מאנסי אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אין בעטלהעם, ניו העמפשיר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
נאכן דאווענען האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן לאנגיעריגן חברותא הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נעכטיגע בחינה דורך חבורת תורתך שעשועי ווי קרוב צו פינעף טויזענט אנ"ש איבער דער גארער וועלט האבן געמאכט די ערשטע בחינה פונעם צווייטן מחזור.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ברמ"ד היילברוין הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
בעל תפילה: הר"ר חיים אלישע שטערן שליט"א - רב דקהל חסידים בעיסוואטער.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יעקב ראטטענבערג שליט"א - אבד"ק סאלקא מאנסי, וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבנדיגע PMR רעזארט. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית זידיטשוב, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. בעטלהעם, ניו העמפשיר.
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב"ג). בעל קורא: ר' יוסף בר"א סימאן הי"ו (קר"י). כהן: הרה"ח ר' זושא ווייס הי"ו (וומסב"ג). לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' בערל קאצנער הי"ו (ב"פ). און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה"צ ר' יוסף מענדל פאנעט שליט"א - אדמו"ר ממעגלי צדק דעעש ב"פ. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (וומ"ס).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00.
בעל תפילה: הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ח תמוז תשפ"ה7/14/2025
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת מנחה שבעה עשר בתמוז, און ביים פארלאזן ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום לופטפעלד, אינטערוועגנס קיין בעטלהעם, ניו העמפשיר, ווי דער רבי וועט אי"ה וויילן די קומענדיגע 4 וואכן למנוחת הנפש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, ביים איבערלאזן א קשיא כדרכו בקודש, אין די סוגיא פון 'העלם שבת העלם מלאכות' איידער זיין אפרייזן למנוחת הנפש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת פנחס - שבעה עשר בתמוז - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"י פרנס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, נאכן ברית האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן זיידן הגאון רבי מענדל זילבער שליט''א אב''ד פריימאן, בענינו של יום שבעה עשר בתמוז און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים וואלף שפילמאן הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבת פרק כלל גדול דף סט. אין די סוגיא פון 'העלם שבת והעלם מלאכות' און דערביי איבערגעלאזט א קשיא משולב פון דריי חלקים אין די סוגיא כנהוג איידערן אוועקפארן אויף מנוחת הנפש. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
פתיחה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען פון רבינו שליט"א.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און געפארן צום סטוארט לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:59 אויפן וועג למקום הנופש אין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע פיר וואכן אויף אפרוה.
ארום 7:56 פארנאכטס האט דער פליגער געלאנדעט אינעם ארטיגן מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד אין ווייטפיעלד ניו העמפשיר, און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום פופצן מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:25, און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען. דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:41. בעל תפילה: הבה"ח מרדכי ב"ר יושע יאקאב הי"ו (קר"י).
נאך מעריב איז דער רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ז תמוז תשפ"ה7/13/2025
שבת קודש פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צו נאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און איז צוגעגאנגן צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40. נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כוללינו 'מבצר הלומדים' אין וומסב"ג. דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אהנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרב יוסף נפתלי לייפער שליט"א (בית שמש).
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, כל מקדש: הרב יוסף נפתלי לייפער שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג).
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ויגר מואב מאוד כי רב הוא און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען זאגט בל ייחל דברו ביי א גוי.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (בני ברק). ברכת המזון: הגה"צ רבי אברהם עקשטיין שליט"א - גאב"ד בוענאס איירעס (וומסב"ג).
עובדות וסיפורים די וואך האט דער רבי דערציילט פון זקינו הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג י"ח תמוז. קה רבון עלם: הרב נחמן בראך שליט"א (בית שמש).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יואל בר"מ ווידער הי"ו. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש). מען האט געענדיגט ארום 1:50.
וביום השבת
שבת אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:45.
ברכות: הר"ר יואל בר"ב שטיין שליט"א (וומסב"ג). פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב"ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
- הולכת הס"ת לבימה: הר"ר יוסף הערש מיללער שליט"א (וומ"ס).
- כהן: הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט"א, ראה"כ ברך משה דקהלתינו הק' מאנסי.
- לוי: הרה"ח ר' יושע ארי' גראס הי"ו.
- שלישי: החתן מרדכי בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
- רביעי: החתן אלימלך ב"ר אהרן זאב פאלאטשעק הי"ו.
- חמישי: החתן דוד ארי' ב"ר אשר יצחק ווידער הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אברהם שלמה איזראעל הי"ו.
- שביעי: החתן אברהם צבי ב"ר שמואל לאנדא הי"ו.
- אחרון: ר' שלום עמרם צוויבל הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' וואלף בר"מ לאנדא הי"ו.
- גלילה: הב' אלעזר בהרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
-
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה וואס געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק כ"ג תמוז. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום יוסף הערשקאוויטש הי"ו (וומסב"ג). מען האט געענדיגט ארום 12:25.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:05.
מנחה: הרה"ח ר' חנני' שמואל ווערצבערגער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו (וומסב"ג).
- לוי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו.
- שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם גוטמאן הי"ו (וומסב"ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען, אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה יאזשעף הי"ו (לאנדאן).
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו' און ארויסגעברענגט אז תשובה ניצט נאר ביי כלל ישראל וויבאלד מען שטאמט פון יעקב אבינו וואס איז מידת האמת, משא"כ די אומה"ע וואס זענען דבוק במידת השקר ניצט נישט קיין תשובה וויבאלד א שקרן קען נישט זיין במחיצת הקב"ה, און דאס איז געווען די סיבה פון חורבן ביהמ"ק וויבאלד כלל ישראל איז נישט נזהר געווען במידת האמת האט הקב"ה נישט מקבל געווען זייער תשובה אויף די הארבע עבירות,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר זאגענדיג אז מען טרעט יעצט אריין אין די ימי בין המצרים דארף מען זיכער מאכן זיך צו מחזק זיין נאר דבוק זיין אין מידת האמת און זיך מרחק זיין פונעם מידת השקר, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס. הגבהת הכוס: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה וואס געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק כ"ג תמוז.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און מען האט ארויסבאגלייט בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן היינט זונטאג אויף מנוחת הנפש קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אהרן דוד ברא"י רובינשטיין ע"ה.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו"פ תשובי שכונת זרע קודש אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' און חברי וועד הרחבת גבולי העיר ווי מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען די פלענער צו צובויען און פארברייטערן דאס יעצטיגע ביהמ"ד אין די שכונה, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:15 איז דער רבי אריבערגעגאנגן אויף א קביעות מזוזה אין ביהמ"ד החדש 'דברי שמחה ציעשנוב' בראשות הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און דערמאנט ווען ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין קרית יואל מיט 28 יאר צוריק ווי דער פעטער זאל זיין געזונט מרן רבינו שליט"א איז אים געשטאנען צו די האנט און ארויסגעהאלפן אזוי געטריי, און דאס האלט נאךמאז ועד עתה ועד היום הזה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון דעם ביהמ"ד מיט אירע פילע מתפללים און לומדים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א ער זאל ווייטער קענען מלהיב זיין לבבות ישראל עד ביאת הגואל, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים מעמד קביעת מזוזה אויפן ביהמ"ד החדש דברי שמחה ציעשנוב אין קרית יואל, בראשות הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב הביהמ"ד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מתפללי ביהמ"ד דקהלתינו הק' שכונת זרע קודש, אינאיינעם מיט הרה"ג יואל אפפענהיים שליט"א דומ"ץ, און חברי ועד להרחבת גבולי העיר, בקו"פ מקבל צו זיין ברכת הקודש אויף די ענדגילטיגע פלענער מרחיב צו זיין דעם ביהמ"ד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
צאתכם ובואכם לשלום
זונטאג פרשת פנחס - שבעה עשר בתמוז - אום 6:59 נאכמיטאג האט זיך געהויבן פון סטוארט עירפארט די פריוואטע פליגער מיט וואס כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א איז אפגעפלויגן בשעטו''מ קיין בעטלעהעם, ניו העמפשיר. ווי דער רבי וועט אי"ה וויילן אויף די קומענדיגע 4 וואכן למנוחת הנפש.
דער פליגער האט געלאנדעט יעצט אום 7:56 פארנאכטס אינעם ארטיגן מאונט וואשינגטאן עירפארט, פון ווי דער רבי וועט צופארן א קורצע וועג פון 16 מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.
דער רבי וועט אריינקומען צו מעריב אינעם ארטיגן ביהמ"ד קהל מחזיקי הדת אום 9:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת פנחס - שבעה עשר בתמוז - אום 6:59 נאכמיטאג האט זיך געהויבן פון סטוארט עירפארט די פריוואטע פליגער מיט וואס כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א איז אפגעפלויגן בשעטו''מ קיין בעטלעהעם, ניו העמפשיר. ווי דער רבי וועט אי"ה וויילן אויף די קומענדיגע 4 וואכן למנוחת הנפש.
דער פליגער האט געלאנדעט יעצט אום 7:56 פארנאכטס אינעם ארטיגן מאונט וואשינגטאן עירפארט, פון ווי דער רבי וועט צופארן א קורצע וועג פון 16 מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.
דער רבי וועט אריינקומען צו מעריב אינעם ארטיגן ביהמ"ד קהל מחזיקי הדת אום 9:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
צאתכם ובואכם לשלום
זונטאג פרשת פנחס - שבעה עשר בתמוז - אום 6:59 נאכמיטאג האט זיך געהויבן פון סטוארט עירפארט די פריוואטע פליגער מיט וואס כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א איז אפגעפלויגן בשעטו''מ קיין בעטלעהעם, ניו העמפשיר. ווי דער רבי וועט אי"ה וויילן אויף די קומענדיגע 4 וואכן למנוחת הנפש.
דער פליגער האט געלאנדעט יעצט אום 7:56 פארנאכטס אינעם ארטיגן מאונט וואשינגטאן עירפארט, פון ווי דער רבי וועט צופארן א קורצע וועג פון 16 מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.
דער רבי וועט אריינקומען צו מעריב אינעם ארטיגן ביהמ"ד קהל מחזיקי הדת אום 9:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת פנחס - שבעה עשר בתמוז - אום 6:59 נאכמיטאג האט זיך געהויבן פון סטוארט עירפארט די פריוואטע פליגער מיט וואס כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א איז אפגעפלויגן בשעטו''מ קיין בעטלעהעם, ניו העמפשיר. ווי דער רבי וועט אי"ה וויילן אויף די קומענדיגע 4 וואכן למנוחת הנפש.
דער פליגער האט געלאנדעט יעצט אום 7:56 פארנאכטס אינעם ארטיגן מאונט וואשינגטאן עירפארט, פון ווי דער רבי וועט צופארן א קורצע וועג פון 16 מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.
דער רבי וועט אריינקומען צו מעריב אינעם ארטיגן ביהמ"ד קהל מחזיקי הדת אום 9:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגט"ו תמוז תשפ"ה7/11/2025
ילדי ת"ת בית אברהם לעיקוואד בקו"פ נעכטן דאנארשטאג בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
הגה"צ ר' טובי' שטערן שליט"א אב"ד מירון יצ"ו אויף א באזוך בקו"פ בבית כ''ק רבינו הגה"ק שליט"א, מיטוואך נאכט אין די שפעטע נאכט שעות, נאך די זמני כניסה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אין שטוב פון הרה"ח ר' יהושע מענדלאוויטש הי"ו משב"ק, לרפו"ש, דינסטאג מיטאג, לרגל שמחת שבע ברכות פון אן אייניקל החתן ני"ו בן בנו הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל, רב דביהמ"ד הלכה ברורה קרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
חתימת שטרות בקו"פ מאנטאג נאכט בביתו נאוה קודש, בעת די זמני כניסה. ווי הרה"ג ר' יואל פארקאש שליט"א, רב דביהמ"ד עבודת אהרן אין קרית יואל המורחבת, האט מנדב געווען א גרויסן שטח פאר א מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין די דזשעפערסאן געגנט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
הנהלת מוסד בוני עולם בקו"פ, מאנטאג נאכט בעת די זמני כניסה, לקראת דעם יעליכן מגבית אין קרית יואל יצ"ו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג ערש"ק פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי קודם אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמואל עוזר ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, ווי מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פאר אלע מלמדים און קינדער, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די אינגע יארן וואס אין די יארן דארף מען זיך אויסלערנען צו לערנען גמרא מיט רש"י און צו דאווענען מיט כוונה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא הירש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנארשטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר שמעון הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו.
- ב"ר נתן יואל שווארטץ הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא בר"ש פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו"פ בביתו נאוה קודש די ילדי ת"ת בית אברהם פון לעיקוואד, דער רבי האט פארהערט די לימודים און די קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ליפא ראזענפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם יעקב מינקאף הי"ו און הרה"ח ר' יצחק לייב ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:15, און מעריב ארום 12:55 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

