בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ח תמוז תשפ"ה7/14/2025

באריכט
זונטאג פרשת פנחס - שבעה עשר בתמוז - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"י פרנס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, נאכן ברית האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן זיידן הגאון רבי מענדל זילבער שליט''א אב''ד פריימאן, בענינו של יום שבעה עשר בתמוז און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים וואלף שפילמאן הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבת פרק כלל גדול דף סט. אין די סוגיא פון 'העלם שבת והעלם מלאכות' און דערביי איבערגעלאזט א קשיא משולב פון דריי חלקים אין די סוגיא כנהוג איידערן אוועקפארן אויף מנוחת הנפש. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
פתיחה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען פון רבינו שליט"א.

ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און געפארן צום סטוארט לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:59 אויפן וועג למקום הנופש אין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע פיר וואכן אויף אפרוה.

ארום 7:56 פארנאכטס האט דער פליגער געלאנדעט אינעם ארטיגן מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד אין ווייטפיעלד ניו העמפשיר, און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום פופצן מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:25, און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען. דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:41. בעל תפילה: הבה"ח מרדכי ב"ר יושע יאקאב הי"ו (קר"י).
נאך מעריב איז דער רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️