בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגא' תמוז תשפ"ה6/27/2025

באריכט
דאנערשטאג קרח אדר"ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ארי' בערגער הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה אהבת תורה פון לעיקוואד בנשיאות הר"ר אלי' כ"ץ שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און דערביי האט דער מגי"ש הר"ר אלעזר רובין שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו 'אבא בם', און דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יצחק העניך שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' חיים בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"ה טייטלבוים הי"ו און הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע הלכות שבת.
- הב' שמעון ב"ר מנחם הירש הי"ו (וומסב''ג)
- הב' יעקב הערש ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו (וומסב''ג). ממציוני תלמידי הישיבה סניף ויואל משה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק בנימין קלאגסברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמואל משה מאשקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שלום מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן זיידן הרב הגאון ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך שחרית זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו וועלכע שטעלט צו די פריוואטע סוכה פון רבינו שליט"א מידי שנה בשנה, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענוואסער הי"ו פון די R&R לאמבער, מיט עטליכע סארט סכך פארן באנוץ פון די פריוואטע סוכה וועלכע וועט בעז"ה אהערגעשטעלט ווערן אויף קומענדיגן יו"ט סוכות אין די נייע פראכטפולע ספרים שטוב פון רבינו שליט''א, דער רבי האט באטראכט אלע סארטן, און אויסגעשמועסט פארשידענע הוראות, חומרות, און הידורים אין הלכות סוכה און סכך, און אנגעוויזן מיט וועלכע סארט מען זאל זיך באנוצן לקראת חג הסוכות הבעל"ט און אנגעוואונטשן פאר די עסקנים.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה ת"ת שאגת ארי' פון לעיקוואד, דער רבי האט פארהערט די קינדער אויף די לימודים און די תלמידים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יקותיאל יודא פיש ע"ה.

ארום 8:20 איז דער רבי אריבער אין בנין הת"ת 'בנין קליין' און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים במסגרת 'מתמידים אהבת התורה' דורך די תלמידי כתה ח' פון מוסדותינו הק' פון אלע סניפים.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' אנטשיל גאלדבערגער הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברח"א ליכטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל מיכל טרעגער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' לייב בערנאטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"י טעללער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל מבצר הכוללים לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו, בן הנולד אצל הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הכולל.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק אודווארי שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'משה' נאך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

נאך א קורצע צייט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב משולם זושא שליט"א, מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די כולל אינגעלייט.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ ר' מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 12:45.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און אנגעוואונטשן פאר די יולדות.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אהנקומען איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי הגה"צ ר' משולם פאלאטשעק שליט"א אב''ד מגד יהודה, היושב ע"פ אחיו הרה"ח ר' יצחק מאיר יעקב ע"ה.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 7:45 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי הערש ברא"י רעטעק הי"ו ווי ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף וואס ער האט מנדב געווען א גרויסן סכום לפאר ולרומם 'היכל תהילות יהוסף' בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער אינטערסאנטע זכרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א אין די בראשית יארן און נאך.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15.

בעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען נכדו הר"ר חיים צבי טייטלבוים שליט"א מיט זיין נייעם מחותן הרה"ג ר' חיים צבי ראטענבערג שליט"א אב"ד פינטשוב ובנו החתן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש צום שידוך שליסן,עס האט זיך פארמירט א שיינער שמןעס למשפחותם ובית אבותם, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום שמחת התנאים פון נכדת רבינו שליט"א דור רביעי למז"ט הכלה בת הר''ר חיים צבי טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים.
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים. עדי תנאים: הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און ארויסגעברענגט אז פארן טוהן א שידוך וואס איז א תקנת חכמים דארף הקב"ה יא באצאלן שכר בהאי עלמא, און ממשיך געווען איבער די גרויסע יחוס פון חתן וכלה און בפרט די שייכות פון דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאוו זצ"ל מיט אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און די קשר פונעם זיידן הרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווא זצ"ל מיט הגה''ק הישמח משה זיע''א און דערמאנט אז סיי די חתן און סיי די כלה זענען אייניקלעך פונעם הייליגן דברי חיים זיע''א, און אנגעוואונטשן אז דער זכות פון די גרויסע זיידעס זאל מגין זיין פארן גאנצן ציבור און אראפברענגען כל מילי דמיטב.

מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען דעם עלטער זיידן גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:30. אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג. און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' וואלף פייערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא ברש"ל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- דרילינג - תאומים בני ר' שמואל יוסף זאלדאן הי"ו.
- ב"ר יואל אשר זאבעל הי"ו.
- ב"ר שלמה בערקאוויטש הי"ו.
- ב"ר זלמן לייב שעהנפעלד הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון מוסדות קארלין סטאלין פון ב"פ, דער רבי האט פארהערט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ת"ת תפארת יוסף נייפעסט פון וומסב''ג, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים אין מסכת קידושין און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמחה קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אשר ווייס הי"ו.
- הרה"ח ר' יודא לייב לאוב הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה טעללער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30. נאך מעריב איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחה קישור החיתון ביי דור רביעי למז"ט, הכלה בת הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

נאך מעריב ארום 12:50 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת הבן אצל חתנו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער דעם קשר פון הרה"ק ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע צו רבותיה"ק לבית סיגוט זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג. דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 1:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נפתלי יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
- ב"ר ישראל משה שפיטצער הי"ו.
- ב"ר חיים יוסף שמעון שמאיע הי"ו.
- ב"ר יואל אפרים פישל פריעד הי"ו.
- ב"ר יונה דוד פערל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעפארן קיין בארא פארק צו די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק'.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:10 און אריין בהיכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים ובראשם הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט"א, הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און נאך פילע אדמור"י ורבני העיר שליט"א.
די קינדער האבן געזינגען חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנה''ר הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - זיידע פון א חתן המקרא.
דאן האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יוסף הערש מיללער שליט"א, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער.
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק לכבוד די חתני החומש, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 4:10.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות פאר חבורת תורתך שעשועי דקהלתינו הק', עס זענען אויך אנוועזנד געווען עסקני תורתך שעשועי פון אלע געגענטער און מען האט אויסגעשמועסט פילע דעטאלן צו פארבעסערן און מרבה זיין לומדי תורה אין די חבורה ביים צווייטן מחזור, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני החבורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יצחק הי"ו און פאר אלע עסקנים, און משמיע געווען דב''ק חיזוק וברכה פאר די עסקנים. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 6:00 איז דער רבי אריבער בהיכל ישיבה לצעירים צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו נדבן ופטרון הישיבה, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין פון ישיבה קטנה סניף נזר התורה בהנהלת הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די בחורים, און דברי הכנה צו די זומער וואכן וואס איז אלעס אן הכנה לקראת די ימים נוראים הבעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 7:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 8.40 איז דער רבי אריבער בהיכל ישיבה לצעירים צו די סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיטן מעמד חנוכת הבית פארן בנין הישיבה, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א מיט דברי שבח פונעם חשוב'ן בעל שמחה ונדבן הישיבה ר' אברהם בראך הי"ו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האבן אויפגעטרעטן ר' וואלף מאיר ווייס הי"ו לכבוד חותנו הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו. און צוויי הורי תלמידים הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א, און הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו בשבח הישיבה.
דער רבי האט דאן משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בוקר ויודע ה' את אשר לו' און געזאגט דברי הדרכה פאר די בחורים, און דערנאך ארומגערעדט איבער חבורת תורתך שעשועי אז מען הייבט יעצט אן די צווייטע מאל ש"ס און אסאך מענטשן שליסן זיך אן, עס איז זייער חשוב ביים בוכ"ע אבער עס איז די זעלבע חשוב ביים בוכ"ע איינער וואס קען נישט לערנען קיין בלאט גמרא א טאג אבער ער האט זיך זיינע קביעות'דיגע שיעורים צו עס זאל זיין חבורת יסודי התורה אדער אפילו אנדערע שיעורים, עס איז די זעלבע הייליגע תורה, און מען איז זיי שטארק מחזק, און מסיים געווען בשבח פונעם חשוב'ן נדבן הישיבה ונדבן הס"ת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע לאזט זיך קאסטן אזויפיל געלט פאר די ישיבה און

אזוי אויך די קעמפ פון די ישיבה, און דאס איז חוץ פון זיינע אנדערע פילע נדבות פאר קהלתינו הק', און אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב בכל ענינים און אנגעוואונטשן הצלחה פאר בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וראש הישיבה, און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט. ארום 10:20 אזייגער האט דער רבי פארלאזט דעם בנין הישיבה און אהיימגעפארן קיין קר"י.

ארום 11:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת שלח מברכים חודש תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסדות פינסק קארלין עטה"ק בארה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. הגבהת הכוס; האדמו"ר משבט הלוי שליט"א וועלכע האט געוויילט בצל הקודש און מיטגעהאלטן דעם גאנצן שב"ק מבואו ועד צאתו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר נחמן כהנא שליט"א (ב"ב). מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אלעזר יואל לאנדא הי"ו (ב"ב).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה יגדל נא כח ה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה דוחה ב' ל"ת.

קה אכסוף: הרב יצחק וואזנער שליט"א (ב"פ). ברכת המזון: האדמו"ר משבט הלוי שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי יחיאל מיכל מקירמא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען זונטאג כ"ו סיון.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:35.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודל בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ. הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו.

עליות.
- כהן: החתן מנחם יודא ב"ר יואל שמעון רובין הי"ו.
- לוי: החתן אהרן ב"ר שמשון אליעזר מארמארשטיין הי"ו.
- שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל חי' נאך די באבע הרבנית הצדיקת בת כ"ק רביה"ק הברך משה ז"ל.
- רביעי: הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
- חמישי: החתן חיים מרדכי ב"ר שלמה זלמן געלב הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' אברהם מאסרי הי"ו.
- ר' אהרן זאב געשטעטנער הי"ו.
- ר' אליעזר רייז הי"ו (וומסב''ג)
- ר' אהרן יוסף שפילמאן הי"ו.
- ר' יושע ראזאני הי"ו.

- שביעי: החתן מענדל ב"ר דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו - באווארפען.
- הוספות: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- החתן משה ב"ר יעקב שווארטץ הי"ו.
- החתן משה בהר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
- אחרון: האדמו"ר משבט הלוי שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- הגבה: הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.

מוסף: האדמו"ר משבט הלוי שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר הערשל טעללער שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:40.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב חיים יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, פאר הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ' און געטייטשט אז כדי צו קענען קונה זיין תורה דארף מען קודם האבן יראת שמים, א זכר איז משפיע אהבה און א נקיבה יראה, פארדעם איז בת תחילה סימן יפה לבנים. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ג' משנה ה' 'כל המקבל עול התורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ' און עס אויסגעטייטשט אויף עלעף בחינות בדרך אגדה דרוש ומוסר, און צום סוף דערמאנט די גרויסע שמחה פונעם סיום הש"ס בחבורת תורתך שעשועי און הונדערטער אידן האבן זיך מקבל געווען זיך צוצושליסן און אויך אנהייבן ש"ס, דארף מען אבער ארויסברענגן אז יעדער דארף זיך אליינס קענען און עוסק זיין אין איינע פון די חבורות וואס איז צוגעפאסט פאר אים, יסודי התורה אדער תורתך שעשועי, קיינער דארף זיך נישט פילן צוקלאפט און עס איז די זעלבע חשוב ביים בוכ"ע. והעיקר מען זאל לערנען בקביעות גמור, און דערנאך געזאגט דברים קילורין לעינים בענין המצב המלחמה בארה"ק, אחב"י זענען בצרה ובצוקה דורך די הפקירות פון די ממשלה המקום ירחם עליהם. מען האט געענדיגט ארום 8:50 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:05.
- מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' רפאל דוד גברא הי"ו.
- כהן: האדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי"ו.
- שלישי: הגה''צ ר' חיים שמואל געשטעטנער שליט"א אב"ד טשאקאווע ירושלים.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב בר"א שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה יגדל נא כח ה' און געטייטשט אז דורך די כח פון אמונה אין בוכ''ע האט א איד א חיות דקדושה וצדיק באמונתו יחיה, און קען זיך אלעמאל מקרב זיין צום הייליגן באשעפער בפרט יעצט ווען מען האט געבענטשט חודש תמוז און עס קומען די זמני תשובה.

ידיד נפש: האדמו"ר מאלעסק לינדען שליט''א. קל מסתתר: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יעקב בר"ח פארקאש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' אהרן האללענדער הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ו סיון תשפ"ה6/22/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הר"ר יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם חיים משה הכהן גליק הי"ו.
- ב"ר אברהם משה טויב הי"ו.
- ב"ר שמואל ברוך שטערן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ד סיון תשפ"ה6/20/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה שמואל קעפעטש הי"ו.
- ב"ר צבי אלימלך וויינשטאק הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' משה יצחק רייזמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחורים ב"ר יעקב ב"ר משה וואלף פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו און הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"וו שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' שלום יונתן קליין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יצחק שטראו שליט"א רב דקהילת תורת חיים בגעיטסהעיד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין געיטסהעיד און איבער די ארטיגע שחיטה, דערביי האט ער איבערגעגעבן דעם נייעם איבערגעדריקטן סידור חתם סופר וואס זיין טאטע האט איבערגעדריקט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה לוי ברוין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"ח. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ תלמידי כתה ט' פון מוסדות אור משה אין ב"פ בנשיאות הגה"צ רבי בנציון שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא ב"פ, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים אין מסכת קידושין און מען איז אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאכמיטאג ארום 4:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת השבע ברכות אינעם זאל בביתו נאוה קודש צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה און רבני ועסקני וועד המקואות דקרית יואל.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האבן עטליכע חברי הוועד פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני מקוואות בהלכה, פראקטיק און היסטאריע, און דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת און אויסגעשמועסט פילע מנהגים פון מקוואות ביי רבותיה"ק זיע''א לבית סיגוט און פארציילט סיפורים איבער די חשיבות פון א מקוה ביי פריערדיגע צדיקים.
במשך די סעודה האבן הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו און הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו פון ארה"ק מהנה געווען בנגינה ובדברי בדחנות לכבוד השמחה.

ארום 6:00 איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען צו די שבע ברכות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן, דערנאך האט אים דער רבי ארויסבאגלייט ביז צו די קאר און זיך ווארעם געזעגענט און אנגעוואונטשן מ'זאל קענען אהיימפארן גרינגערהייט בשלום קיין אר"י.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט ארום דעם זאל, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:00.

נאכן בענטשן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ המשפיע הגה''צ ר' יהודא דייטש שליט"א מעיה"ק ירושלים ת"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן - סוגיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' שלמה יעקב זידא אייכנשטיין שליט"א אב"ד גאלאנטא, בן כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

עקסטער האט רבינו שליט"א געלאזט אריבעררופן הרבני החסיד התורני ר' יצחק שווארץ הי"ו פטרון תורתך שעשועי, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן הערליכן ווארימען סיום וואס ער האט אהערגעשטעלט דעם פארגאנגענעם זונעוז. במעמד אלופי אלפי ישראל, דער רבי האט אים אויסגעדרוקט רגשי לבבו הטהור פונעם מעמד מרומם, און אים געגעבן חיזוק ממשיך צו זיין ביתר שאת וביתר עז.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין מאנסי צו די שמחת החתונה פון נכדת אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, הכלה בת לבנו הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד עצי חיים סיגוט מאנסי, עב"ג החתן אברהם שלמה בן הר"ר יושע העשיל זילבער שליט"א בן הגה"צ ר' מנחם זכרי זילבער שליט"א אבד"ק בני משה פריימאן שליט"א וחתן הגה"צ רבי מנשה כ"ץ שליט"א אבד"ק קול יהודא פריימאן.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא צום שמחת החתונה און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר אחיו הגה"צ שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ, און מיט די ברכות ראשונות די בני המשפחה און דער רבי האט געזאגט ברכה אחריתא.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודין מיט ווארעמע חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותן, און דערנאך מיט משפחת אחיו הגה"צ שליט"א, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט אחיו הגה"צ שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 1:30 און אויפן וועג ארויס אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אליעזר ווייס הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"ש שווארץ הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריבערגעקומען בקו''פ בביתו נאוה קודש דער לאקאלער קאנגרעסמאן 'פעט רייען' אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה אפצונעמען ברכת הקודש אויף זיין שווערע ארבעט לטובת די נייע חינוך געזעץ אין ניו יארק, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע מהלכים וואס צו טוהן ווייטער אויב די עדיקעישאן דעפארטמענט וועט ווייטער פרובירן אויסצוניצן די לעכער פונעם געזעץ און ער האט צוגעזאגט צו שטיין ווייטער צו הילף מיט וואס עס וועט אויספעלן, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט נאך פארשידענע ענינים בנוגע הילף פאר קר"י, און דער רבי האט אים גאר שטארק באדאנקט אויף זיין הילף און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:15 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אב"ד טשענגער לאנדאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך די שקיעה ארום 8:30 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב בר"א שווארטץ הי"ו און הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שמשון אליעזר מארמארשטיין הי"ו און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ, אין די זאלן פון גינת קליין.
- הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, און הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 9:10 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון שאפינג סענטער צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת לחתנו הרה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי הלכה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן און מחותנים, ובמיוחד פאר ידידו הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן און מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 9:40 און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ממשיך זיין די זמני כניסה.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ העסקן ר' חנוך זייבארט הי"ו ראש העיר בני ברק, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים איבער די מצב המלחמה בארה"ק און די נאכווייען אין די שטאט בני ברק און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ א משלחת רבני בעלזא בשליחות פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדתו וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך שלח אין ארה"ק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א און הר"ר יוסף משה פארגעס שליט"א.
- הרה"ח ר' יעקב יוסף מלמד הי"ו און הרה"ח ר' פסח חיים קרעמער הי"ו.

ארום 11:10 איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד אבני צדק צו די צענטראלן שבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"אַ ברכות ראשונות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג