בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ו סיון תשפ"ה6/22/2025

באריכט
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נפתלי יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
- ב"ר ישראל משה שפיטצער הי"ו.
- ב"ר חיים יוסף שמעון שמאיע הי"ו.
- ב"ר יואל אפרים פישל פריעד הי"ו.
- ב"ר יונה דוד פערל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעפארן קיין בארא פארק צו די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק'.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:10 און אריין בהיכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים ובראשם הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט"א, הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און נאך פילע אדמור"י ורבני העיר שליט"א.
די קינדער האבן געזינגען חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנה''ר הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - זיידע פון א חתן המקרא.
דאן האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יוסף הערש מיללער שליט"א, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער.
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק לכבוד די חתני החומש, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 4:10.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות פאר חבורת תורתך שעשועי דקהלתינו הק', עס זענען אויך אנוועזנד געווען עסקני תורתך שעשועי פון אלע געגענטער און מען האט אויסגעשמועסט פילע דעטאלן צו פארבעסערן און מרבה זיין לומדי תורה אין די חבורה ביים צווייטן מחזור, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני החבורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יצחק הי"ו און פאר אלע עסקנים, און משמיע געווען דב''ק חיזוק וברכה פאר די עסקנים. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 6:00 איז דער רבי אריבער בהיכל ישיבה לצעירים צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו נדבן ופטרון הישיבה, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין פון ישיבה קטנה סניף נזר התורה בהנהלת הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די בחורים, און דברי הכנה צו די זומער וואכן וואס איז אלעס אן הכנה לקראת די ימים נוראים הבעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 7:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 8.40 איז דער רבי אריבער בהיכל ישיבה לצעירים צו די סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיטן מעמד חנוכת הבית פארן בנין הישיבה, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א מיט דברי שבח פונעם חשוב'ן בעל שמחה ונדבן הישיבה ר' אברהם בראך הי"ו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האבן אויפגעטרעטן ר' וואלף מאיר ווייס הי"ו לכבוד חותנו הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו. און צוויי הורי תלמידים הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א, און הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו בשבח הישיבה.
דער רבי האט דאן משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בוקר ויודע ה' את אשר לו' און געזאגט דברי הדרכה פאר די בחורים, און דערנאך ארומגערעדט איבער חבורת תורתך שעשועי אז מען הייבט יעצט אן די צווייטע מאל ש"ס און אסאך מענטשן שליסן זיך אן, עס איז זייער חשוב ביים בוכ"ע אבער עס איז די זעלבע חשוב ביים בוכ"ע איינער וואס קען נישט לערנען קיין בלאט גמרא א טאג אבער ער האט זיך זיינע קביעות'דיגע שיעורים צו עס זאל זיין חבורת יסודי התורה אדער אפילו אנדערע שיעורים, עס איז די זעלבע הייליגע תורה, און מען איז זיי שטארק מחזק, און מסיים געווען בשבח פונעם חשוב'ן נדבן הישיבה ונדבן הס"ת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע לאזט זיך קאסטן אזויפיל געלט פאר די ישיבה און

אזוי אויך די קעמפ פון די ישיבה, און דאס איז חוץ פון זיינע אנדערע פילע נדבות פאר קהלתינו הק', און אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב בכל ענינים און אנגעוואונטשן הצלחה פאר בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וראש הישיבה, און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט. ארום 10:20 אזייגער האט דער רבי פארלאזט דעם בנין הישיבה און אהיימגעפארן קיין קר"י.

ארום 11:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 473