בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Simchas Rabbeinu

← Show all

Friday25 Iyar 57855/23/2025

Photos · 6
שמחת הוואכנאכט פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Thursday10 Iyar 57855/8/2025

Photos · 8
מסיבת לחיים בהיכל המתיבתא סניף ברך משה לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Friday28 Adar 57853/28/2025

Report
דינסטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יוסף פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב שטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

ארום 1:45 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:25.

ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה ובפלפולי דאורייתא און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע ביי נכד רבינו הילד בן הר"ר יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday26 Adar 57853/26/2025

Photos · 7
שמחת החאלאקא פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג, הילד משה בן הר''ר זלמן לייב ט''ב שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Friday23 Shevat 57852/21/2025

Report
דינסטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא ברי"ז ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר יצחק מרדכי בערקאוויטש הי"ו.
- ב"ר ראובן אריאל מאוואס הי"ו.
- ב"ר אהרן עקיבא קאהן הי"ו.
- ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה ברוך בענדיט ליכטנשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דברי הכנה לקראת זייער נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע, און ארויסגעברענגט די אימה און פחד וואס דארף אנכאפן ווען מען גייט אריין אין די אוהלים פון אזעלכע צדיקים וקדושים, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, און דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.

נאך שחרית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו חבר הנהלת קהלתינו הק' קר"י לרגל הולדות בנו למז"ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום יום האיחוד פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' איבער גרעיטער ניו יארק. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, און די מנהלים האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה דברי התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, נאך מנחה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן געבענטשטע מטבעות פאר הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א וועלכע פארט אין די יעצטיגע טעג קיין ארה"ק, צו פארטיילן פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון ירושלים און בני ברק. מען האט געענדיגט ארום 4:10.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מענדל גאלדבערגער ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מנחם חיים ריכטמאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן שושן פורים אין ביהמ"ד קדושת יו"ט אין ב"פ, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ח ר' מנחם חיים הי"ו ובני משפחתו און פאר הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב הביהמ"ד.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ישיבת שער המלך בהנהלת הרה"ג ר' מאיר ישראל שפיטצער שליט"א, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ישיבה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פארן ראש ישיבה שליט"א און פאר אלע תלמידי הישיבה.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ ראשי קהלתינו הק' פון מאנטשעסטער אינאיינעם מיט וועד קרן הבנין דבית מדרשינו הגדול אין מאנטשעסטער מקבל זיין ברכת הקודש צום די בעפארשטייענדע קאמפיין צו איבערבויען בית מדרשינו הגדול נאך די שריפה וועלכע איז ל"ע פארגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד אלכסנדר אשר ני"ו בן הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday21 Shevat 57852/19/2025

Photos · 2
שמחת החאלאקא פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג, הילד אלכסנדר אשר בן הרב הערשל מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Monday19 Shevat 57852/17/2025

Report
שב''ק פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
- החתן יושע בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
- החתן יעקב ב"ר זלמן לייב שפילמאן הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר די ארגענטינע מוסדות. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יוסף נחום שטארם הי"ו (ב"ב).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' יוסף נחום שטארם הי"ו. מנוחה ושמחה: הר"ר יצחק יודא שטערן שליט"א (ירושלים).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'מה שמועה שמע ובא, שמע פרשת מקושש' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף אפפעל הי"ו (ב"פ). ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א עובדה פונעם שידוך פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א וואס איז צושטאנד געקומען אום חמשה עשר בשבט.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו (ב"פ). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ), און מען האט ממשיך געווען מיט עליונים ששו לכבוד שבת קבלת התורה. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק משה פראנקעל הי"ו.

עליות.
- כהן: החתן ב"ר מרדכי יצחק כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: החתן יעקב ב"ר זלמן לייב שפילמאן הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן יוסף משה בהר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א - באווארפען.
- חמישי: החתן יוסף בהר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יודא ברי"מ לאנדא הי"ו.
- ר' נפתלי ווינקלער הי"ו.
- ר' שמשון ווערצבערגער הי"ו.
- ר' יעקב נפתלי קאסירער הי"ו.
- ר' חיים ברד"א לאנדא הי"ו.
- ר' גדלי' טעללער הי"ו.
- ר' יצחק יודא בר"א קליין הי"ו.
- ר' דוב בער בר"ל האלפערט הי"ו.

- שביעי: החתן מנחם מענדל ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
- אחרון: החתן יואל ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
- מפטיר: החתן אהרן ישראל מאיר ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו.
- הגבה: החתן מרדכי ב"ר זלמן לייב זופניק הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' ליפא הערשקאוויטש הי"ו.

מוסף: הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דקהל אהל משה אין וויען. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:05.
- מנחה: הרה"ח ר' שמואל עקיבא נויאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב זופניק הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יושע הערש בר"י גליק הי"ו (ב"פ).
- לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"ג ר' מענדל פאנעט שליט"א (ירושלים).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישמע יתרו' און געטייטשט אז אין זכות וואס כלל ישראל איז מקיים מצות וואס זענען א חק בלי טעם העלפט תשובה אויף אלע עבירות.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). קל מסתתר: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:35.

ארום 10:10 איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער אין שכונת ברך משה המורחבת, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם לאבי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל בראך הי"ו און פאר די בעלי בתים פון די ארטיגע נייע געשעפטן און פאר די בוי מייסטערס פונעם בנין, דערנאך איז דער רבי ארום אינעם גאנצן בנין און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הקריה איבער די ווייטערדיגע פלענער.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען א סיום הש"ס דורך הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און משמיע געווען דב"ק בשבח פון ר' דוד אז טראץ וואס ער איז שטארק פארנומען בטירדות הכלל האט ער שוין מסיים געווען ש"ס עטליכע מאל, און מעורר געווען די קינדער און אייניקלעך זיך אפצולערנען און עס נאכמאכן, און מסיים געווען בברכת קדשו.

פון דארט ארום 11:00 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת נכדו למז"ט בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער הרה"ק רבי יושע מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט די וואך, און בפרט איבער דעם שבת וואס ער איז געווען אין סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב אלחנן חיים שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור. אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות. דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday15 Shevat 57852/13/2025

Video
מסיבת לחיים בהיכל המתיבתא לרגל שמחת קישור החיתון פון הכלה דור רביעי הבכירה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, מיט הבה"ח הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Wednesday14 Shevat 57852/12/2025

Video
נאך פון די געהויבענע מאמענטן ביים שמחת התנאים פון הכלה דור רביעי הבכירה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Tuesday13 Shevat 57852/11/2025

Photos · 39
שמחת התנאים פון הכלה דור רביעי הבכירה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
נאך פון די געהויבענע מאמענטן ביים שמחת התנאים פון הכלה דור רביעי הבכירה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Friday9 Shevat 57852/7/2025

Report
דאנערשטאג פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו (קר"י).
- פתיחה: הרה"ח ר' אהרן דוב הלוי געטטער הי"ו (ב"פ).
- בעל קורא: הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א אב"ד אויסטריק.
- כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו (קר"י).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פארשידענע געגענטער אין ניו יארק און לענדער אין אייראפע ווי אידן האבן זיך באזעצט נאך די צווייטע וועלט מלחמה.

פארנאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:35 האט מען געדאווענט מעריב.

נאך תפילת מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל שמחת קישור החיתון פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט''א הכלה בת הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי איז ארויס אין א פייערליכן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען ניגוני הודאה מיט גרויס התרגשות.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'עזי וזמרת קה ויהי לי לישועה' און געטייטשט אז דורכ'ן בויען א אידישע שטוב איז מען ממשיך די שכינה הק' און עס ווערט אלקי אבי 'וארוממנהו', און ממשיך געווען בקול חונק דמעות מיט התרגשות של שמחה שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה יעצט ווען מען טוט א שידוך מיט די ערשטע אור אייניקל און די שבח והודיה וואס מען דארף געבן פאר הקב"ה אז מען דערלעבט אזא חשוב'ע שידוך מיט א חתן א תלמוד חכם א בר אוריין און א בר אבהין, אן אייניקל פון צדיקים וקדושים, נאנטע משפחה אן אייניקל פון זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א ולמעלה בקודש, דער רבי האט דערמאנט אז די כלה איז געבוירן די טאג פון די הסתלקות פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א וואס האט נאך דערלעבט א דור חמישי און עס איז זיכער אז ער וואלט געהאט א שטארקע שמחה מיטן יעצטיגן שידוך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מריחוק מקום פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 7:15, און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show older news