שב''ק פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים. - החתן יושע בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א. - החתן יעקב ב"ר זלמן לייב שפילמאן הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר די ארגענטינע מוסדות. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יוסף נחום שטארם הי"ו (ב"ב).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' יוסף נחום שטארם הי"ו. מנוחה ושמחה: הר"ר יצחק יודא שטערן שליט"א (ירושלים).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'מה שמועה שמע ובא, שמע פרשת מקושש' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף אפפעל הי"ו (ב"פ). ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א עובדה פונעם שידוך פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א וואס איז צושטאנד געקומען אום חמשה עשר בשבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו (ב"פ). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ), און מען האט ממשיך געווען מיט עליונים ששו לכבוד שבת קבלת התורה. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק משה פראנקעל הי"ו.
עליות. - כהן: החתן ב"ר מרדכי יצחק כ"ץ הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). - שלישי: החתן יעקב ב"ר זלמן לייב שפילמאן הי"ו - באווארפען. - רביעי: החתן יוסף משה בהר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א - באווארפען. - חמישי: החתן יוסף בהר"ר ישעי' פאנעט שליט"א. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' יודא ברי"מ לאנדא הי"ו. - ר' נפתלי ווינקלער הי"ו. - ר' שמשון ווערצבערגער הי"ו. - ר' יעקב נפתלי קאסירער הי"ו. - ר' חיים ברד"א לאנדא הי"ו. - ר' גדלי' טעללער הי"ו. - ר' יצחק יודא בר"א קליין הי"ו. - ר' דוב בער בר"ל האלפערט הי"ו.
- שביעי: החתן מנחם מענדל ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו. - אחרון: החתן יואל ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו. - מפטיר: החתן אהרן ישראל מאיר ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו. - הגבה: החתן מרדכי ב"ר זלמן לייב זופניק הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' ליפא הערשקאוויטש הי"ו.
מוסף: הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דקהל אהל משה אין וויען. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:05. - מנחה: הרה"ח ר' שמואל עקיבא נויאוויטש הי"ו (וומסב''ג). - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב זופניק הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' יושע הערש בר"י גליק הי"ו (ב"פ). - לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו. - שלישי: הרה"ג ר' מענדל פאנעט שליט"א (ירושלים). - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישמע יתרו' און געטייטשט אז אין זכות וואס כלל ישראל איז מקיים מצות וואס זענען א חק בלי טעם העלפט תשובה אויף אלע עבירות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). קל מסתתר: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:35.
ארום 10:10 איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער אין שכונת ברך משה המורחבת, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם לאבי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל בראך הי"ו און פאר די בעלי בתים פון די ארטיגע נייע געשעפטן און פאר די בוי מייסטערס פונעם בנין, דערנאך איז דער רבי ארום אינעם גאנצן בנין און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הקריה איבער די ווייטערדיגע פלענער.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען א סיום הש"ס דורך הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און משמיע געווען דב"ק בשבח פון ר' דוד אז טראץ וואס ער איז שטארק פארנומען בטירדות הכלל האט ער שוין מסיים געווען ש"ס עטליכע מאל, און מעורר געווען די קינדער און אייניקלעך זיך אפצולערנען און עס נאכמאכן, און מסיים געווען בברכת קדשו.
פון דארט ארום 11:00 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת נכדו למז"ט בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער הרה"ק רבי יושע מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט די וואך, און בפרט איבער דעם שבת וואס ער איז געווען אין סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב אלחנן חיים שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור. אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות. דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 11:30.