בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דינסטאגא' אייר תשפ"ה4/29/2025

באריכט
מוצש''ק 'בצל הקודש'

נאך הבדלה איז דער רבי אריבער בהיכל בית מדרשינו החדש אויף 10 עוו. וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן נאכן איבערבויען דאס גאנצע ביהמ"ד ברוב פאר והדר, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו, עקסטער איז דער רבי אריין אינעם נייעם היכל התורה ווי דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין שטארקע הנאה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב''פ שליט"א, דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און משמיע געווען קורצע דברי ברכה און אנגעוואונטשן פאר די עסקני הביהמ"ד, עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בני הרה"ח ר' דוד ראזענבערג ע"ה מגדולי נדיבי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 12:00 איז דער רבי אריבער בבית הרבני הנגיד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו וואס האט אפגעקויפט דעם זכות המקוה בבית מדרשינו החדש אויף 18 עוו. פארן ריזן סכום פון 1.5 מיליאן דאלער, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו, און פאר הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, און פאר די חברי ההנהלה.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית הרבני הנגיד ר' אברהם שמעון קויפמאן הי"ו וואס האט אפגעקויפט דעם זכות ארון הקודש בבית מדרשינו החדש אויף 18 עוו. פארן ריזן סכום פון א מיליאן דאלער, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו, פארן דומ"ץ והנהלת הביהמ"ד.
אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה וועלכע האבן זיך די וואך געשטעלט צום פארהער אויף צענדליגע בלעטער גמרא אין ראם פון חבורת ותלמידו בידו.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית הרבני הנגיד ר' דוד יושע הירש הי''ו, מיט די אנוועזענהייט פון הנגידים החשובים ר' שלום קרויס הי''ו, ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו, וואס יעדער פון די דריי נגידים האבן מנדב געווען א מיליאן דאלאר, און הרבני הנגיד ר' אהרן צבי מיטעלמאן הי''ו א סכום הגון, פאר בית מדרשינו החדש לב אהרן, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקהלתינו הק' אין ב"פ, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די חשובע נדבנים, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די נדבנים ובני משפחתם און פאר די הנהלת ועד קרן הבנין און אנגעוואונטשן אז דאס בויען זאל אנקומען שנעל און גרינג.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביי הרה"ח ר' שלמה צדוק האפמאן הי"ו לרפו"ש, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דערביי האט הרה"ח ר' שלמה צדוק הי"ו מנדב געווען א סכום הגון לטובת בית מדרשינו אויף 10'טע עוו. און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:45 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת שמיני מברכים חודש אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' אין ב"פ יצ''ו

ערש''ק נאכמיטאג ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ב"פ בבית האכסניא פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו. בבית האכסניא זענען אריין בקו''פ די מחותנים הרה"ג ר' אברהם אלי' אליעזר האלבערשטאם שליט"א און הרה"ג ר' מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א אב"ד טשענסקאוויץ, לרגל שמחת ארוסי צאצאיהם למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי איז געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הנגיד ר' וואלף נוסענצווייג הי"ו.

במשך דעם שב"ק איז דער ביהמ''ד הגדול געווען איבערגעפילט מיט אלפי אנ''ש תושבי בארא פארק אין שפיץ פון פילע רבני העיר צווישן אנדערע.
הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט''א, הגה"צ אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב שליט"א, הגה"צ אב"ד טארניפאל שליט"א, הגה"צ אב"ד ברעזשאן שליט"א, הגה"צ אב"ד קרית וויזשניץ ב"ב שליט"א, האדמו"ר מדעעש ב"פ (מיאמי) שליט"א, הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א, הגה"צ אב"ד שומרי שבת שליט"א, הגה"צ אב"ד דזשיבוי שליט"א, הגה"צ אב"ד קשאנוב שליט'"א, הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א, הגה"צ ר' אשר רובין שליט"א מטאמאשוב, הגה"צ אב"ד וואוידסלוב שליט"א, הגה"צ אב"ד גלאגוב שליט"א, הגה"צ אב"ד ראדאוויץ שליט"א, הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א, הגה"צ אב"ד מראה יחזקאל שליט"א, הרה"צ מ'אוהעל ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א, הגה''צ ר' לייביש הורוויץ שליט"א מסטריזשוב, הגה''צ ר' אברהם יושע איגר שליט"א מלובלין, בני האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, הרה''ג ר' בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע, הרה"ג מקאפישניץ שליט"א, הר"ר דניאל רוקח שליט"א מליזענסק.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40, און דער ריזן ציבור אנ''ש זענען אריבער זאגן גוט שבת א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק הי"ו ווי ער האט געוויילט ביז צום עריכת שלחה"ט.

ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר ט"ב ני"ו בן הר"ר חיים הערש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו ב"פ.

די חלות האבן געהאט א שליסל כנהוג שבת נאך פסח, און מען האט אריינגעברענגט מצה ביי די זופ כנהוג צווישן פסח און שבועות.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, מנוחה ושמחה: הגה"צ אבד"ק מנחת חינוך שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידום אהרן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור און דרשינן טעמא דקרא

קה אכסוף: הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג בדר"ח אייר.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב בית מדרשינו קדושת יו"ט.

די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי.
- ר' שלמה לאנדא הי"ו.
- ר' יואל אלימלך ראזענפעלד הי"ו.
- ר' שלמה זלמן ברוינער הי"ו.
- ר' מנחם זאב שטערן הי"ו.

דער רבי האט מכבד געווען הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ ב"ב צו פארזינגען רחם. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמואל חיים האלבערשטאם שליט"א מ'קשאנוב. מען האט געענדיגט ארום 2:10.

וביום השבת קודש

ארום 7:00 אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:50. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א רב בית מדרשינו ברך משה, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 36'סטע סט. פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה.

עליות.
- כהן: הרה"ח ר' חיים משה גלאנצער הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' בערל בר"ח לעווי הי"ו.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א.
- רביעי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- חמישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' שלמה זלמן ברוינער הי"ו.
- הוספות: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו.
- הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ.
- אחרון: הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
- הגבה: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו דברי יואל.
- גלילה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.

מוסף: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א ומו"ץ בקהלתינו הק'. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

ביי קידוש בבית האכסניא האט זיך משתתף געווען האדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורים לבית דינוב - בלאזוב און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

זמירות ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה''ג ר' מנשה הורוויץ שליט"א אב"ד ריגליץ. ברוך קל עליון: הר"ר אליעזר זאבערמאן שליט"א. שיר היחוד: (כנהוג בין פסח לשבועות) הגה"צ רבי קלמן יושע באב"ד שליט"א אב"ד דראביטש, און הר"ר הערשל האלבערשטאם שליט"א.
מיטן בענטשן דער בעל אכסניא הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.

נאכמיטאג ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו פרקי אבות. דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק א' משנה א' 'משה קבל תורה מסיני' און געטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש אגדה ומוסר, בענין לימוד התורה וואס לאזט א רשימה דקדושה אויפן מענטש און ארויסגעברענגט לשבח פון חבורת תורתך שעשועי וואס גייט מסיים זיין ש''ס, מען זאל זעהן זיך אנצושליסן אינעם נייעם מחזור, דברי מוסר בעניני צניעות און טעכנאלאגיע, זיך האלטן אפגעזונדערט פון די גוי'שע גאס, נזהר זיין צו קויפן פלייש דווקא אין די פלייש געשעפטן, מען זאל זיין בעה''ב אויף די געלט נישט די געלט אויפן מענטש, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:15.
- מנחה: הרה"ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו.
- כהן: הרה"ג ר' אלי' מרדכי כ"ץ שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שלום קרויס הי"ו.
- שלישי: הר"ר יצחק שרגא גראס שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן דוב פערלשטיין הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען אודה: הרה"ג ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אב"ד טשענגער לאנדאן. שיר המעלות: הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו' און געטייטשט אז דורך דעים וואס מען איז עוסק בתורה ווערט נתקבל די תפילות און עס ווערט נשפע פרנסה, און מעורר געווען זקנים עם נערים יעצט אינעם נייעם זמן נאך פסח וואס מצה איז משפיע תורה זיך מחזק זיין בלימוד התורה.

ידיד נפש: הרה''ג ר' אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. קל מסתתר: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 10:45, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ט ניסן תשפ"ה4/27/2025

באריכט
ניצוץ יוצא!!!

דעם שב''ק ביים ליינען אין ביהמ''ד בית חיים דוד אין שכונת פרי מגדים בקרית יואל המורחבת זענען די מתפללי היבהמ''ד איבעראשט געווארן ווען הרה''ח ר' יודא זאב קליין הי''ו האט זיך אנגעשלאסן אינעם ''קרן קרית יואל'' אונטערנעמונג פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וכל תושבי העיר, און אפגעקויפט 'דעם ''שם הבנין'' פונעם נייעם ביהמ''ד המפואר פאר די סכום פון א האלב מיליאן דאלאר.

דאס איז א דראמאטישער טריט אריין אינעם ריזן אונטערנעמונג וואס ווערט פארמירט אין די טעג שטייענדיג נאכן הכרזה פון רבי'ן ביי די דברות קודש כ''ו ניסן, וואס האט אנגעצינדן א פייער פון הצלת כל העיר, ברוחניות ובגשמיות, מיט'ן פארזיכערן גאנץ קרית יואל המורחבת מיט א הנהגה ישרה און פעסטע רוחניות'דיגע אינפראסטרוקטור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ז ניסן תשפ"ה4/25/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אלעזר מאשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 2:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ אויף שב''ק בקרב קהלתינו הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת שמיני כ"ו ניסן יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק. דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד זגיל הי"ו.
- ב"ר יחיאל דוד פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר אהרן דוד רובינשטיין הי"ו.
דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעורורות, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און מיט מכתם לדוד מכבד געווען הר"ר אהרן מאיר מייזליש שליט"א (ב"פ).

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק והכנה לפני עלי' לציון אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא עליכם כבוד ה' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א וועלכע האט ביי יעדע זאך אלץ געקוקט אז עס זאל ארויסקומען פון דעם א כבוד ה' און קיינמאל נישט געטוהן קיין פעולות לצורך עצמו, סיי ביי זיין הנהגה פרטית און סיי ביי די הנהגות הקהילה און דאס דארף יעדער טראכטן און ארויסנעמען ביומא דהילולא קדישא, און דער אנגעוואונטשן מען זאל אויספועל'ן כל מילי דמיטב.

נאכן מסיבת לחיים ארום 12:30 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש ותלמידי הישיבה, ביים אנגעקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה אין אריין אין אוהל הק', געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט, און געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע''א
דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא. דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

נאכמיטאג ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

נאך מנחה ארום 8:20 האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צום שלחן הטהור וסעודת הילולא.
נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו של רבי הבעל ההילולא זיע''א.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קעניזשא מתלמידי בעל הילולא.

ארום 9:15 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן זיינע דברות קודש וחובת השעה, און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא עליכם כבוד ה' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא, און ארויסגעברענגט דעם דרך פון רבותיה"ק זיע''א ולמעלה
בקודש צו משפיע זיין כל טוב פאר אידישע קינדער איז דורכן זאגן תורה, און אזוי האט זיך אויך געפירט רביה"ק בעל הילולא זיע''א מיטן זאגן תורה און דרשות אין אלע זמנים, און ארומגערעדט איבער גדלתו וצדקתו בג' עמודי עולם, זיין התמדת התורה און הרבצת התורה פאר די תלמידים, זיינע הייסע תפילות פארן עמוד, ער איז געווען א אב הרחמן ללבות נשברות און פארטיילט ריזיגע צדקות ביודעים ובלא יודעים, און די עבודת הקודש לחזק ולרומם קהלתינו ומוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט, און מחזק געווען די פילע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל, ובפרט 'כולל עצי חיים' וואס ער האט מייסד געווען און שטייט היינט בנשיאות אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות ומסירות, און מען דארף זען ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען, און עס שטיצן ברוח נדיבה, דער רבי האט ממשיך געווען איבער די שמחה פון רביה"ק בעל הילולא זיע''א צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה בעיר רבתי עם קרית יואל, זיין ערשטע פעולה תיכף נאך די פטירה פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ארויסצוברענגען די ישיבה מחוץ לעיר, און ארומגערעדט איבער די גוטע פירות פון ישיבתינו הק' און אויפגעפאדערט נישט אוועק צו שיקן און די פרעמדע ישיבות.

דער רבי האט שטארק ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי העיר פון קר"י ווי עס קומען כסדר צו נאך געסער און נאך שכונות, סיי אין קר"י און סיי אין קר"י המורחבת וואס אלע תושבים פירן זיך ווי עס פאסט פאר א תושב קר"י, ווי רביה"ק בעל הילולא זיע''א האט אלץ געזאגט אז דאס איז נאר א פקדון פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און האפט דאס צו קענען צוריקגעבן בשלימות, און געזאגט אז נישט נאר צוריקגעגעבן בשלימות נאר אסאך האט מען מוסיף געווען, און פון נאך די פטירה פון אביו איז מען ווייטער א מצווה ועומד מוסיף צו זיין וויפיל מען קען בגשמיות וברוחניות, און דערביי אויפגעפאדערט די תושבי העיר אז מען דארף זען אז עס זאל זיין צוגעשטעלט בתי מדרשים מקואות און מורה הוראה אין יעדע נייע געגענט.
קרית יואל וואס איז א עיר רבתי - רבתי בדעות מיט אסאך מיינונגען אבער דאס דארף יעדער וויסן אז איינער וואס איז נישט בהשקפה אחת מיט רביה"ק מייסד העיר זיע''א אין אלע ענינים האט נישט וואס צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט קר"י, און דאס איז אויך נוגע פאר א מנהיג וואס גייט צום כותל המערבי וואס איז בניגוד צום דעת פון רביה"ק זיע''א איז דאס אן עזות צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט וואס איז נקראת על שמו, סיי אין קר"י און סיי אין קר"י המורחבת, עס איז נישט קיין יושר און איז נגד השכל.

דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע אויפטוהן די לעצטע יאר צייט בנוגע די דירות פרייזן אין קרית יואל און ב''ה מען זעט עס אן, און עס בויען זיך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייזן, ואני על משמרתי אעמודה און וועל שטיין על המשמר אז די פרייזן זאלן בלייבן ביי 300 דאלער א סקווער פיס אין קר"י, און 250 דאלער א סקווער פיס אין קר"י המורחבת, און מזכיר געווען לטובה די אלע בויערס וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די תקנות וישלם ה' פעלם, און די חברי ועד הדירות וואס גאנץ קר"י איז זיי שולדיג א הכרת הטוב, בסוף דבריו האט דער רבי דערמאנט איבער די ביטערע מצב בארה"ק מיט די גזירות גיוס בני ישיבות וואס מען דארף רחמי שמים מרובים, און איבער די פילע פעולות לטובה פון 'מרכז עזרה ויעוץ' צו ראטעווען טויזענטער בני ישיבות פונעם מיליטער, און די גזירות החינוך דא אין ניו יארק מען זאל קענען ממשיך זיין צו מחנך זיין די קינדער עד המסורה לנו, און מסיים געווען בברכת קדשו.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

נאך די סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב אין חדר אברהם יודא, און צוגעגאנגען צו ספירה. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ו ניסן תשפ"ה4/24/2025

באריכט
מיטוואך פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א.
- ב"ר אברהם פויגל הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שלום גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל מנחם שימאן הי"ו.

דער רבי האט געצינדן ליכט לרגל די הילולא קדישא פונעם צאנזער רב זיע''א, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכלי הפאליש בביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר לייבוש רובין שליט"א (ב"פ).
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זיע''א א לענגערע צייט.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה יודא ב"ר מענדל הירש הי"ו - הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו.
- הרה''ח ר' משה ברי"ב ווערצבערגער הי"ו - הרה"ח ר' משה יודא פעדער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון מר אביו רביה"ק זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' אהרן יעקב ברא"ש גאטליעב הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת בית מדרשינו 18'טע עוו. פון ב"פ און געוויזן פארן רבין די סקיצעס און פלענער פונעם נייעם בנין הביהמ"ד וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון 'שבת מלכתא' וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן קומענדיגן שבת פרשת תזו"מ פאר די הונדערטער אלמנות מאנשי שלומינו אין שפיץ פון הרבנית הצ' תליט"א, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק הדברי חיים זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג שמיני אסרו חג פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברש"י הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יקותיאל יצחק פרענקל הי"ו.
- ב"ר יואל אלטער גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר ישראל בער לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר אברהם לייב וועכטער הי"ו.
- ב"ר אברהם שמעון אפענהיים הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו.
- ב"ר גדלי' מתתיהו לענעראוויטש הי"ו.
- ב"ר לוי יצחק גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר מרדכי אפרים פישל פייערווערקער הי"ו.
- ב"ר יהוסף עסטרייכער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר אברהם יודא.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' מרדכי ב"ר שלום יצחק צבי שעהר הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' פנחס זעליג פערלמוטער הי"ו - הרה"ח ר' יואל גברא הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי ועסקני 'ועד להרחבת גבולי העיר קרית יואל' אינאיינעם מיט ראשי ועסקני בתי מדרשינו איבער אלע שכונת אין קרית יואל המורחבת מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די גרויסע קאמפיין לטובת די הרחבת גבולי הקדושה אין אלע שכונת, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד. מערבית: הרה"ח ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:35. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל.

נאך די פיש האט דער רבי איינגעטונקען די מצה אין די ברוינפען געמאכט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו, און געוואונטשן לחיים. און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג.

מען האט אריינגעברענגט פערפל געברענגט דורך בנש"ק הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, און א מצה קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס' און עס געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא.

מען האט אריינגעברענגט מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט פארן גאנצן ציבור א לענגערע צייט.

ברכת המזון: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קר"י. מען האט געענדיגט ארום 2:10.

יום אחרון של פסח

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:50. פארן דאווענען האט דער רבי אנגעצינדן די יזכור לעכט ביים עמוד.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א. צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה נכדי רבינו. הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א מו"ץ.

עליות.
- כהן: ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' שמואל הערש עקשטיין הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ג ר' מאיר מאיער שליט"א.
- גלילה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ.
- מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
- הגבה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.
- גלילה: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א מו"ץ.
- נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.

מוסף: נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל ב"ר מאיר הירש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:20.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו אריבערגעברענגט פלייש פון די שעפעלע מיט וואס דער רבי האט מקיים געווען מצות פדיון פטר חמור בשליחות פונעם כהן הפודה הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מנחה ונעילת החג

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:55. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף צום פלאץ צום שולחן הטהור ונעילת החג און געטאנצן פאר עטליכע מינוט.
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים פארן רבי'ן און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט פירות און פסח'דיגע מאכלים און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני השתוקקות לביאת המשיח און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש אויפן ניגון 'אחכה לו' א לענגערע צייט מיט גרויס ברען.

נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז אידישע קינדער האבן געזאגט שירה צוויי מאל, איינמאל אויפן עצם נס און די צווייטע מאל ווען זיי האבן געזעהן די אבות הקדושים זינגען שירה, דאס אז ביז היינט קענען נאך אידן אזוי לאנג אין גלות פראווענען א פסח מיט התרוממות הנפש איז דאס א נחת רוח פאר די אבות הקדושים אין גן עדן, און דאס איז פאר אונז א שמחה און מען איז זיך מצרף צו זייער שמחה בריקודין של שמחה, מצה איז משפיע כל מיני ישועות בגשמיות וברוחניות אויף א גאנץ יאר און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח בדביקות והתרוממות א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.

צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא די וואך פון מר אביו רביה"ק זיע''א. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזינטן זומער, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה. מען האט געענדיגט ארום 10:15.

ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק שביעי של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:55, און צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, שחרית והלל, און פארגעזאגט הלל הגדול, וכרות און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א מו"ץ. פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט מיט גרויס התעוררות ובאש קודש.

עליות.
- כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' נפתלי הירצקא גראס הי"ו.
- ר' יעקב יונתן וועזעל הי"ו.
- ר' יודל סופר הי"ו.
- ר' חיים פעלדמאן הי"ו.
- ר' יוסף אלי' ביקעל הי"ו.
- ר' שלום יצחק ווידער הי"ו.
- ר' דוד ברח"ל ווייס הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' וואלף פריעדמאן הי"ו (ב"פ).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו.

ביים ליינען האבן די 3 טפסרי העיר וואס האבן עולה געווען לתורה ה''ה הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, גע'שנדרט צו זיין א שותף מיט רבינו שליט''א להרחבת גבולי העיר קר''י צו געבן א באשטימטע ריזן סכום פאר יעדע נייע ביהמ''ד אין אלע שכונות אין קרית יואל המורחבת, ימין ושמאל תפרוצו!

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א דעם דאנערשטאג כ"ו ניסן. צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שטויבער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 3:05.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם פראנקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הב' יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ושל"ס.
- מנחה: הרה"ח ר' יודל פריעדמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר מיכאל סאאל הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'כשנכנסו ישראל לים נעקר הר המוריה ממקומה' און געטוישט אז מיט דעם כח וואס די אבות הקדושים האבן נישט געפרעגט קיין קשיות אויפן רבש''ע הנהגה האט זיך די ים געשפאלטן און עד היום הזה קומט אראפ השפעות טובות פאר אידישע קינדער.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס. מען האט געענדיגט ארום 8:50, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א

פרייטאג ערש''ק ליל שביעי של פסח ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש. קבלת שבת ומערבית: הרה''ג ר' דוד לייב קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:55. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו, און אנגעהויבן אשת חיל. הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
במשכ'ן טיש האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד שבת ויו"ט.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו. פיוט מערבית: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז מיט די כח פון אמונה שלימה אינעם בוכ''ע בשעת קריאת ים סוף זענען אידישע קינדער געווארן בנים למקום און סוכה געווען לחירות, יעדע יאר שביעי של פסח ווערט געעפענט די ארובות השמים און ווערט נתחדש א נייע השפעה אינעם ויאמינו בה' ובמשה עבדו אמונת ה' און אמונת צדיקים, און עס קומט אראפ א ליכטיגקייט פאר כלל ישראל בכל ענינים.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שירה, און אום 2:00 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה און געטאנצן בהתלהבות אש פאר לענגערע מינוטען.

מען האט אריינגעברענגט ווייטער די שבת'דיגע מאכלים.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

נאך די פירות איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אברהם פראנקל הי"ו. אז ביום השביעי: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א נכד האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 2:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג