בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגכ"א מרחשון תשפ"ה11/22/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מאיר סאאל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב משה שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.

נאכמיטאג ארום 3:45 איז דער רבי אריבער אין בית החיים דקרית יואל צו די לויה פון הגה"צ רבי אהרן זאב מאליק ז"ל אבד"ק סאמבור.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל) - הרה"ח ר' פישל פריינד הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה''ח ר' יעקב טעללער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 11:30 אויפדערנאכט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א בחינה פומבי דורך 'חבורת תלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ווי צענדליגער בחורים זענען געזיצן אויסגעשורה'ט ארום די זאל און הרה"ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א פון ארה"ק און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האבן פארהערט די בחורים בעל פה אויף צענדליגע מסכתות הש"ס, און עטליכע מאל האט דער רבי איבערגענומען די מייק און געשטעלט שאלות איבער גאנץ ש"ס אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט מיט א געוואלדיגע קלארקייט און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה, דערנאך האט דער רבי געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די שמחה אז אזויפיל בחורים קענען זיך שטעלן צום פארהער בע"פ אויף הונדערטער בלעטער גמרא און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז צוריק ארויף ממשיך זיין די זמני כניסה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פון וומסב''ג.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת לחתנו הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' אלי' גינזבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
ביים אנקומען ארום 12:35 האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פאר א לענגערע צייט בסיפורי בית בלאזוב און דער דיין שליט"א האט אויפגעברענגט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות בהלכות שבת, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און אין א באזונדערע ריקוד מיטן חתן און מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ' מרחשון תשפ"ה11/21/2024

באריכט
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יודא פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו הגה''ק האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יקותיאל ישכר דוב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר פנחס יואל פריינד הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר פישל קויפמאן שליט"א - הרה"ח ר' משה נתן נחום ראזענבערג הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' חיים הערש כהנא הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ענגלענדער הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך זיין שווער הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגע וואך בבית מדרשו 'ביהמ"ד בית אהרן' אין וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה און עניני נשואין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליטא פאר בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ, פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פאר די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 8:30.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אראפשפאצירט און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי 'ביהמ"ד ישראל שלום' דקהלתינו הק' און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין שכונת ויואל משה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:35 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ל גרינפעלד הי"ו - הרה"ח ר' ליפא ברא"י סאנדעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר יודא פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל משה בערקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

אינטערוועגנס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב''פ צו די שמחת החתונה פון אן אייניקל פון מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א החתן בן בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דבית מדרשינו תפילה למשה ב''פ חתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.

ביים אנקומען אין ב"פ ארום 7:00 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם משה לעווי ע"ה. דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא צו די חתונה, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים המחותנים שליט''א און ס'האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.

ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי שלמה זלמן אונסדארפער שליט"א אדמו"ר מזלאזיץ פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
בן הר"ר יוסף הערש באנעט שליט"א.
ב"ר שלמה לאנדא הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו פינף הונדערט תלמידי כתה ד' פון די פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, מען האט געענדיגט ארום 1:40.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל נתן וויזענפעלד הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו - הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
הרה''ח ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו - הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין קר"י לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן וועלכע קומט פאר היינט דינסטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עב"ג הכלה נכדת הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין ארץ ישראל און איבער דעם אהנגייענדיגן גזירת הגיוס בארה"ק, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו - הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א.

אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם מוצש"ק אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף ליזענסק, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יואל זילבער שליט"א מפריימאן.
ב"ר יעקב זושא גוטמאן הי"ו.
בן העסקן ר' משולם צבי בנציון זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר מרדכי אפרים פישל סופר הי"ו.
ב"ר יונתן בנימין דוב וויינגארטן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ונכד כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א, צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר חנני' יו"ט ליפא ני"ו. דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר במקום התפילין כנהוג, און אנגעטוהן די קאפל און ציצית.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיטן זיידן האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א בסיפורי צדיקים לבית זידיטשוב, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יעקב קאפל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"א ווייס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' ירמי' פאגעל הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' ישראל איסר מארקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' ראובן ראטטער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און ווערט אריינגעגעבן מאנטאג תולדות אין ביהמ"ד בית מרדכי, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ש אבערלענדער הי"ו.
הרה"ח ר' יואל בר"י ביטמאן הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יוסף דוד טירנויער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אין קר"י, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו - הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט''א אויף שו"ע יו"ד ח"א, הבה"ח יושע בן הנגיד ר' וואלף פערל הי"ו, הב' שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו, הב' שמעון ישראל ב"ר משה מנחם פאלאטשעק הי"ו - ממציוני תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט"ז מרחשון תשפ"ה11/17/2024

באריכט
שב''ק פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יודא ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה''ג ר' יואל בר"מ עקשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:40, עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר כולל דוויליאמסבורג תפארת בחורים, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א והגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.

קה אכסוף: הרה''ג ר' חיים יחזקאל בר"מ ווערצבערגער שליט"א. ברכת המזון: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ' חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 10:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' איתמר טובי' קויפמאן שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.

עליות. כהן: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: החתן יוסף בן הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א. שלישי: החתן יונתן ב"ר בערל גאלד הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ליפא בן הר"ר פישל קויפמאן שליט"א - באווארפען. חמישי: החתן הערשל בהר"ר יואל בר"מ עקשטיין שליט"א - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו.
ר' שמעון בערגער הי"ו.
ר' שמעון גפן הי"ו.
ר' יואל ב"ר קאפיל שעהנברוין הי"ו.
ר' מרדכי יודא בר"י פריעדמאן הי"ו.
הר"ר ישראל יודא יעקב ווערצבערגער שליט"א.
ר' ישראל מרדכי שטערן הי"ו.
ר' אליעזר זוסיא מיטטעלמאן הי"ו.
ר' אליעזר גפן הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' אביגדור ראזענבערג הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו. הגבה: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו (וומסב''ג). פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ארון לייב מארקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו. כהן: הר"ר הערשל כהנא שליט"א (ב"פ). לוי: הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א. שלישי: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב"פ). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און געטייטשט אז פת לחם גייט ארויף אויף די תורה 'וסעדו לבכם' דאס מיינט עבודה שבלב זו תפילה, דורך תורה וואס כשר'ט די מויל פון די מענטש קען מען תשובה טוהן מיט תפילה אויף אלע ד' חילוקי כפרה, דאס דארף זיך יעדער מתבונן זיין ווי ער האלט מיט דעם ענין און זעהן צו עוסק זיין בתורה פארן זיך שטעלן דאווענען מען זאל זיין ראוי צו מתפלל זיין.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.

ביים ענדיגן איז דער רבי אראפ אין היכל התורה ווי עס קומען פאר די לימודים מוצש''ק במסגרת אבות ובנים - ושננתם לבניך, דער רבי איז ארום צווישן די טישן א לענגערע צייט און זיך אומגעקוקט ברוב קורת רוח. מען האט געענדיגט ארום 7:20.
נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים פון ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעפארן אין מאנסי צו די די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין הבית רחל "בנין אלי' ניישטאדט" אינאיינעם מיט א שמחת השבע ברכות פון החתן ב"ר עקיבא יוסף ניישטאדט הי"ו בן הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו נדבן הבנין.
דער רבי איז אנגעקומען אינעם בנין הבית רחל ארום 10:40. דער יו''ר הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א האט אויפגעריפן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן בשם די הנהלת המוסדות. מען האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, און דער חשובער נדבן הרה"ח ר' אלי' הי"ו האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט זיינע הרגשים און געמאכט א ברכת שהחיינו בשם ומלכות לרגל די חנוכת הבית.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן, חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה מיטן באנייען די בנין הבית רחל און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן הי''ו, ובשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנסי, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 11:30. און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ד מרחשון תשפ"ה11/15/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה כהנא הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ''ד אמרי נועם אין שכונת דברי יואל, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי, בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר משה חיים קאהן הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור פארן מנהל און די תלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען לענגערע דב''ק צום ערשט בשבח הישיבה וועלכע האט אנגעהויבן די זמן מיט א שטארקע הצלחה.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די תלמידי הישיבה זענען עוסק אין די סוגיות פון מקוואות וואס איז א נושא פון מציאות פון אידישקייט, און דערביי א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער זיין נסיעה צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי און די באזוך אין ארגענטינע ביי די הערליכע קהילה אנ''ש, און מסביר געווען די גאנצע סדר השחיטה און די חלקי כשרות הבשר און די מעלות און פראקטישקייט פון די בית השחיטה המהודרת אין אורעגוויי, און מסיים געווען בברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יואל סאקס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' משה בערגער הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר משה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
תאומים בני ר' שמואל שענהברוין הי"ו.
ב"ר מאיר ישכר הכהן קאהן הי"ו.
ב"ר חיים הערש פארקאש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די נסיעה קיין ארגענטינע און אורעגוויי.

נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו - הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל ברח"א בלייער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' איתמר טובי' ברש"צ ווידער הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג חיי שרה אין קר''י, עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, דער דיין שליט"א האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א נאך די באזוך אין ארגענטינע און אין אורעגוויי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שחיטה ווי דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים פון די שחיטה מיטן דיין שליט"א און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ג מרחשון תשפ"ה11/14/2024

באריכט
באריכט מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי

פארטאגס אום 6:30 איז רבינו שליט''א צוגעפארן פונעם אכסניא צו די בית השחיטה המהודרת.

צום ערשט איז רבינו שליט''א אריין זיך אומקוקן אויפן גיגאנטישן שטח פונעם פלענט ביי די פעקידזשינג און מיט געהאלטן אלע חלקים דערפון, דער רבי איז מורא'דיג נתפעל געווארן סיי פון די פראקטישע חלק און סיי פון די אלע חלקים וואס רירן אן די הלכה אין כשרות און ווערט דורכגעפירט מיטן גרעסטן מאס הידור.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די בדיקת כריסים ווי דער רבי און די רבנים האבן א לענגערע צייט אבזערווירט וויאזוי מען איז דאס בודק.

פון דארט איז מען אריבער צו די שחיטה אפאראט, דער רבי האט בודק געווען די חלפים וועלכע זענען חד וחלק לויט די הויכע סטאנדארטן וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט, דער רבי האט א לענגערע צייט באטראכט דעם גאנצן סדר השחיטה מיט אלע חלקים, די דאבל באקס ווי צוויי בהמות גייען אריין, און באטראכט ווי עס זענען געשטאנען אויפן סטענד די דריי שוחטים און א בודק יבש מיט אלע חומרות והידורים וואס דער רבי האט איינגעפירט ביי די שחיטה גסות דקהלתינו הק'.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די חלקי הבדיקות, בדיקת פנים און בדיקת חוץ, און דערנאך ממשיך געווען ביי די ניקור חם, אלעס איז געווען אויפן העכסטן סטאנדארט בס"ד.

סאיז שוין געווען אים 10:45, נאך העכער פיר שעה ווי דער רבי איז ארום אינעם גאנצן פלענט בטירחא דגופא רבא האט דער רבי פארלאזט די פלאץ און צוריק לבית האכסניא.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי צוריק געגאנגען צום בנין פונעם פלענט, און איז אריין אין די ביוראען, צום בעה''ב, און זיך שטארק באדאנקט און מפליא געווען די פולע חומרות והידורים וואס מ'ערמעגליכט דא דורכצופירן, און געזאגט ''מען האט נאכנישט געזעהן אזא געלונגענע פלענט צו קענען דורכפירן אלע סארט הידורים וחומרות אזוי גרינג, עס איז אזוי שיין אז איך האב חשק צוריקצוקומען נאכאמאל כאטשיק ס' איז אזוי ווייט און מיט אזא טירחא", און דערביי האט זיך דער רבי באדאנקט פאר זיין איבכרגעגעבנקייט ווען ער האט אויפגעבויעט א גאנצן אכסניא קאמפלעקס פאר די שוחטים מיט שיינע שלאף שטיבער א פראכטפולע עס זאל און א שיינעם ביהמ"ד דערצו וואס ברענגט פאר די שוחטים ובודקים א זעלטענעם הרחבת הדעת.

פון דארט איז דער רבי ארויף אין מקוה אינעם פלענט, און דערנאך געדאווענט תפילת שחרית מיט טייל פון די שוחטים אין ביהמ''ד פון די אכסניא.

נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט פאר די שוחטים 'איך האב נישט געגלייבט וואס פאר א מהודר'דיגע ווערטשאפט עס קומט דא פאר, און כהאב נישט געוואלט מאשר זיין דאס פלאץ דא אהן א דעם וואס איך ווייס אז כוועל האבן אזא חשובע ערליכע סטעף פון שוחטים בודקים ומשגיחים'. דערנאך זענען די שוחטים אריין בקו''פ בפו"פ.

שפעטער האט רבינו שליט"א טעלעפאניש גערופן הגה"צ מנירבאטור שליט"א זיך באדאנקן, און אים קאמפלימענטירט אויף די האראוואניע וואס ער האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן אזא מהודר'דיגע מערכת שחיטה לשם ולתפארת.

נאכמיטאג ארום 4:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה.
נאך מנחה האט זיך רבינו שליט''א הארציג געזעגנט פון אלע שוחטים.

פון דארט איז מען געפארן צום ארטיגן עירפארט א וועג פון 45 מינוט, פון ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן און געפלויגן א וועג פון 25 מינוט קיין ארגענטינע.

אין עירפארט אין ארגענטינע האבן אפגעווארט א שיינע ציבור מאנ''ש, דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור בפו''פ. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.

נאך מעריב איז מען ארויפגעגאנגן צום פליגער וואס האט זיך געהויבן אום 10:48 ארטיגע זייגער.
אין די ערשטע שעות אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה, דערנאך האט רבינו שליט"א א לענגערע צייט נושא ונותן געווען מיט די רבנים שליט"א איבערן גאנצן סדר השחיטה, און דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין התפעלות וויאזוי דער גאנצער פלענט איז געווען אזוי שיין און מהודר און ארויסגעברענגט די כוחות וואס דער נירבאטור רב שליט"א האט שוין אריינגעלייגט אין דעם מקום אינעם פארגאנגענהייט צו הייבן דעם כשרות סטאנדארט.

היינט דאנערשטאג צופרי 7:08 האט דער פליגער געלאנדעט אינעם JFK עירפארט פון ווי רבינו שליט''א איז אהיימגעפארן קיין קרית יואל מען איז אנגעקומען אום 9:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ב מרחשון תשפ"ה11/13/2024

באריכט
חלק ב' באריכט דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי

ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אינעם עירפארט אין בוענאס איירעס ארגענטינע ווי די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט''א האט זיך געהויבן ארום 4:50 א וועג פון 25 מינוט צו מדינת אורעגוויי.

אויפן פליגער איז רבינו שליט"א איבערגעגאנגן מיט די רבנים שליט"א אלע פרטי והידורים אינערהאלב די מערכת השחיטה דא אינעם נייעם פלענט.

ארום 5:15 האט געלאנדעט די פריוואטע פליגער אין ארטיגן עירפארט אין אורעגוויי, רבינו שליט''א איז אנגעקומען לבית האכסניא אום 6:40.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די שוחטים. בעל תפילה: הרב חיים בצלאל בלום הי''ו.
נאך מנחה האט זיך דער רבי באגריסט מיט אלע שוחטים.

ארום 8:30 האט רבינו שליט''א בודק געווען די חלפים ווי אלע שוחטים באזונדער האבן געגעבן פארן רבין בודק צו זיין זייערע חלפים, דערנאך האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו.

נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די שוחטים ווי דער רבי האט משמיע געווען דב''ק והדרכה און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די שוחטים וואס כשרות איז די יסוד, און מיט איין בהמה וויפל אידן מען קען מזכה זיין אדער חלילה מכשיל זיין, די גרויסע זכות פון די שוחטים, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו און געזאגט אז מען וויל נישט אויפהאלטן די שוחטים צו לאנג וועלכע שטייען שוין אויף מארגן 5 פארטאגס שחט'ן.

נאך די דב''ק זענען אלע שוחטים אריבער נעמען שיריים פון רבינו שליט''א.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צום פלענט אינאיינעם מיט הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקום השחיטה און די באקס ווי מען שחט ווי די בהמות גייען אריין וואס ווערט איבערגעדרייט אז די שחיטה זאל זיין א שחיטה מונחת - כדי דאס צו זעהן פון דער נאנט, נישט בשעת די ארבייט.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע ניקור אפאראט אויף די פלייש פון די היינטיגע שחיטה און געזאגט פארשידענע הוראות והדרכות פאר די משגיחים.

פון דארט איז דער רבי אריבער מיטצוהאלטן די חלקי המליחה ובטירחא דגופא אליינס ארויף מיטהאלטן דעם גאנצן סדר פון די זאלצן, און דערנאך ממשיך געווען ביי די חלקי שטופה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס ווערן איינגעפירט דורך רבינו שליט"א.

דערנאך איז דער רבי אריין זעהן דעם גיגאנטישער שטח פון די פעקידזשינג אפאראט וואס איז אנגעגרייט שוין פאר מארגן, און באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע סדר וויאזוי עס ארבייט ווי עס טיילט זיך אפ די כשר'ע פון די טריפה פלייש וכו'. וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור.

ארום 1:00 נאך א לענגערע צייט פון גאנצע דריי שעה ווי דער רבי איז ארום בטירחא דגופא אינעם גאנצן פלענט מיט אלע חלקים איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

מארגן פארטאגס 6:30 ארטיגע זייגער וועט רבינו שליט''א צוריקגיין און זיך אומקוקן אויף די מערכת השחיטה, בדיקות פנים וחוץ, בדיקות כריסות, פעקידזשינג און אלע איבריגע חלקים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג