בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דינסטאגי"א מרחשון תשפ"ה11/12/2024

באריכט
מאנטאג - דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
קורצע באזוך פון רבינו שליט''א בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע


רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
ב"ר יואל ברי"נ שרייבער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה ארום 5:25 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום JFK עירפארט פון ווי רבינו שליט''א האט אפגערייזט צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, פון ווי קהלתינו הק' וועט אנהייבן שחט'ן די גסות בתכלית הכשרות והידורים כפי הוראת רבותינו הק', מיט א אפשטעל אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.

ארום 7:05 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין עירפארט, נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם בית חב"ד, בעל תפילה: ר' משה דוד דאווידאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט שלום גענומען די ארטיגע חב"ד רב הרב יוסף ראאב שליט"א און זיין שווער הרב אליעזר רייטשיק שליט"א מרבני 'מקוה אינטערנעשאנעל' וועלכע האט דערביי געוויזן פאר רבינו שליט"א א באריכט פון זיינע פילע פעולות צו בויען מקוואות איבער דער גארער וועלט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:40 איז דער רבי ארויף אויפן פליגער אינאיינעם מיט הגה"צ דומ''ץ קהלתינו ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט"א און געציילטע מקורבים.

אום 9:02 האט זיך די פליגער געהויבן, אויפן וועג האט רבינו שליט''א א לענגערע צייט געלערנט זיין שיעור במס' בבא קמא, און דערנאך אריין אין א לענגערע שמועס מיט הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א איבער א אקטועלע ריבית שאלה וואס איז עומד על הפרק און זיך מפלפל געווען א לענגערע צייט.

דער פליגער האט געלאנדעט היינט דינסטאג 9:41 ארטיגער זייגער ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך הגה''צ גאב''ד קהל חרדים ארגענטינע שליט''א און רוב בני הקהלה, מען איז אריבער שלום נעמען און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון 40 מינוט לבית האכסניא.
נאך א קורצע הפסקה אין אכסניא איז רבינו שליט''א אריבער צום ארטיגן ביהמ''ד הגדול דקהל חרדים ווי די גאנצער ציבור זקנים עם נערים האט אפגעווארט רבינו שליט''א אויף די גאס בשירה ובזמרה, די ילדי תשב''ר האבן מקבל געווען דעם רבי'ן אין ביהמ''ד ווי דער רבי האט מיט א חביבות און מלא רגש באטראכט די קינדער.

דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויף די גרויסע מקוה אינעם בנין, און דערנאך געגאנגען זיך מטהר זיין אין די פריוואטע מקוה פון הגה''צ גאב''ד קהל חרדים בוענאס איירעס ארגענטינע שליט''א בבנין ביהמ"ד.

ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה הרה''ח ר' משה הכהן גברא הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק סאלם הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א אין זיין דירה העכער דעם ביהמ''ד, עס איז אויך אנוועזענד געווען הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, אויך איז אנוועזענד געווען הגאון ר' שמואל ארי לעווין שליט"א ראש ישיבת חפץ חיים ארגענטינא, רבינו שליט''א האט משבח געווען די אלע חשובע פירות וואס קומען ארויס פון די קהילה, מורי הוראות, סופרים, ומרביצי תורה קיין ניו יארק געלונגענע איכות'דיגע מענטשן, און דערנאך זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די שחיטה, אלע ענינים אין היסטאריע אין ארגענטינע און אין אורוגוויי און אלע תקנות וואס מען האט מתקן געווען, דער רב האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרבנית תליט''א.

דערנאך ארום 1:55 איז דער רבי אראפ אין ביהמ''ד צום מעמד קבלת פנים בשירה ובזמרה מיט די השתתפות פון די גאנצע קהילה זקנים אברכים ובעלי בתים, פון איין זייט ביהמ''ד די בחורים און די אנדערע זייט די קינדער און אלע נשים צדקניות אין עזרת נשים.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, הרב מרדכי אפרים פישל בן הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט עטליכע ווערטער, דערנאך האט דער רב שליט''א געזאגט זיין הארציגע דרשה און באגריסט דעם רבי'ן, און ארויסגעברענגט אז לעצטע מאל דער רבי איז געווען בשליחות פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און יעצט איז דער רבי געקומען זעהן זיינע אייגענע תלמידים וואס רוב רובם פון די קהילה זענען תלמידים פון רבי'ן וואס האבן געלערנט אין רבינ'ס ישיבה.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט זיין התרגשות און די שבח פון די שיינע קהילה מיט אירע גוטע פירות, און ווארעם אנגעוואונטשן ברוב ברכות.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און פארטיילט א ספר תהילים פאר אלע קינדער. און איבערגעלאזט א מתנה הגונה פאר אלע כלי קודש פון די מוסדות און בני הכולל, מען האט געענדיגט ארום 3:00 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 3:15 איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם שטח פון די גרויסע בנין פאר די מוסדות, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און זיך דערנאך זיך געזעגנט מיט הארציגע געפילן און פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט''א.

מען האט געענדיגט ארום 3:45 און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט ממשיך זיין די נסיעה צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי. איבערלאזענדיג א רשימה דקדושה און הויפענעס חיזוק פאר אנ''ש תושבי העיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ברוך הבא בשם ה'

דינסטאג פר' וירא 9:41 אינדערפרי אין ארגענטינע (7:41 ניו יארקער צייט) אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט בוענאס איירעס ארגענטינע.

רבינו שליט''א וועט אריינפארן אין שטאט א וועג פון בערך 40 מינוט לבית האכסניא און דערנאך צופארן צום ארטיגן ביהמ''ד קהל חרדים צו תפילת שחרית בקרב אנ''ש, און דערנאך וועט פארקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים, און שפעטער נאכמיטאג דעם מעמד צאתכם לשלום ומסיבת לחיים לרגל גמר המקח פונעם בנין התלמוד תורה אין שטאט.
דערנאך וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי' מרחשון תשפ"ה11/11/2024

באריכט
מאנטאג פרשת וירא 9:00 אויפדערנאכט, אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן וועג צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, ווי דער רבי וועט זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין ארגענטינע ארום 9:30 דינסטאג אינדערפרי (ארטיגן זייגער - 7:30 ניו יארקער צייט) אינעם ארטיגן אינטערנעשענאל עירפארט.

תושבי ארגענטינע לבשי בגדי תפארתך, הנה מלכך בא!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה אלעזר טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אריאל שלמה מאסרי הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' שאול יואל סועד הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' משה שלום גינזבערג הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יושע פארקאש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יעקב בר"א שווארטץ הי"ו (וומסב''ג) - הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהילתינו וומסב''ג - הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די חתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן דינסטאג חיי שרה הבעל"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגל הי"ו (ירושלים).

פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אל הארץ אשר אראך' און געטייטשט אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר די אידן נישט פאר די מלאכים, ווייל אידישע קינדער דינען דעם באשעפער אויך מיט גשמיות מיט אכילה ושתייה, ביי די סעודת שב''ק איז מען עוסק בשירות ותשבחות פארן הייליגן באשעפער, און מעורר געווען מען זאל פראווענען די דריי סעודת שבת כראוי וכיאות.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען בני הרה"צ ר' אהרן בהרש"א טייטלבוים שליט"א רב דקהל עצי חיים סיגוט מאנסי. כל מקדש: הרב יואל טייטלבוים שליט"א. מנוחה ושמחה: הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לך לך מארצך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה ועשה.

קה אכסוף: הרב נתן טייטלבוים שליט"א. ברכת המזון: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי משה'לע שינאווער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י"ב חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (לאנדאן). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' זלמן לייב בערקאוויטש שליט"א ראה"כ ספינקא ב"ב.

עליות. כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו. לוי: החתן יוסף בן הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א - באווארפען. שלישי: החתן אליעזר זוסמאן בן הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א - באווארפען. רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. חמישי: החתן נפתלי הירצקא ב"ר יואל ברא"י ווידער הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב זאב בר''י כ"ץ הי"ו.
ר' משה אהרן ברב"ב פרידריך הי"ו.
ר' ליפא ברח"ד פריעד הי"ו.

שביעי: החתן משה אליעזר ב"ר יואל ברי"מ בלייך הי"ו. הוספה: החתן ב"ר יואל בר"י קליין הי"ו. אחרון: החתן בערל ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. הגבה: הרב זלמן לייב בהרר"א טייטלבוים שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב.

מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק פויגעל הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע בראך הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. לוי: הר''ר אלכסנדר מייזעלס הי"ו (ב"פ). שלישי: הרב יואל בהרר"א טייטלבוים שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרב נתן בן הרר"א טייטלבוים שליט"א.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לך לך מארצך' און געטייטשט אז די עבודה פון יעדע איד באשר הוא שם איז חשוב אפילו אויב מען טראכט צו זיך אז עס איז נישט מקובל אין הימל, אדרבה הערשט דעמאלטס טראגט עס א גרעסערע חשיבות אין הימל, און דעי עבודה ברענגט מען זאל זוכה זיין צום יום שכולו שבת, און מעורר געווען יעצט נאך יו''ט איז די זמן צו באצאלן די קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען יעדער כפי ערכו.

ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף מענדל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בבי"ד שבט הלוי ב"ב. קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הר"ר הערשל קאהן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד, און געוואונטשן אז גוטע וואך און א גוטן חודש.
מען האט געענדיגט ארום 7:40, און מען האט באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל די קורצע נסיעה די וואך צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי.

מוצש''ק ארום 9:45 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים יוצאי ישיבה קטנה סניף היכל התורה שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב''ג אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' יודל שטאלצבערג שליט"א און זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר אויף מסכת גיטין, בבא קמא, און נדרים, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה א זילבערנע בעכער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגז' מרחשון תשפ"ה11/8/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפ איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף בר"א סימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ר' ישראל יצחק זינגער שליט"א. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה יוסף בר"ד פריעדלענדער הי"ו.
ב"ר יעקב זאב האלצמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך האט דער רבי פארהערט די בחורים די לימודים אין מסכת בבא קמא וואס מען האט געלערנט פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים די ספר דרשת חתם סופר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק חיים שאלילאף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה סניף באר התורה וומסב''ג.
ב"ר יואל לעפקאוויטש הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מסכת שבת. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת. דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 3:15 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א ראש ישיבת זוועהיל בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה און איבער די חרדישע ישוב אין טבריה, און די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אים געגעבן ספרו החדש לב אהרן - סוגיות און עס האט זיך פארצויגן א לומדישע שמועס בדברי פלפול, און דער רבי האט אים ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל הערש פויגעל הי"ו - הרה"ח ר' ישכר דוב מאירוביץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט''א לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג וירא אין מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי נשואין בבית וויזניץ און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגו' מרחשון תשפ"ה11/7/2024

באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א, נכד הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
ב"ר ישעי' באש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, דערביי האט דער רבי געגעבן דרשה געשאנק פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' סיני ט"ב שליט"א א סעט פון ספרו לב אהרן - סוגיות לכבוד די בר מצוה.

ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די מעמד דרשת פתיחת הזמן פאר די נאנט צו 1500 בחורי חמד כ''י פון די 7 סניפי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר וחיזוק בתורה עבודה וגמ"ח, און ארויסגעברענגט די זכי' צו קענען לערנען דא אין אזא הייליגע ישיבה אוועק פון די גוי'אישע גאסן, איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און מחזק געווען די תקנת הישיבה זיך צוצושטעלן אין אלע ענינים ובפרט זיך אפהיטן פון די כלים, און די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און מסיים געווען הדברי חיזוק ורוב ברכות.

מען האט געענדיגט די דרשה ארום 2:20 און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר יצחק יאזשעף שליט''א (וומסב''ג) - הר"ר יוסף שמואל פילאפף שליט"א, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו - הרה"ח ר' שמעון ישראל חיים ווערצבערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךה' מרחשון תשפ"ה11/6/2024

באריכט
והעמידו תלמידים הרבה!

אריבער 4 און א האלב טויזענט בחורי סאטמאר בלעיה"ר הויבן אהן דעם שנת הלימודים בשטומ"צ אינערהאלב די 36 סאטמארע'ר ישיבות איבער דער וועלט.
צווישן די פאריגע וואך און די היינטיגע וואך זענען געעפענט געווארן בסייעתא דשמיא ובשטומ"צ צום נייעם זמן די 36 ישיבות הקדושות דמוסדותינו הק', וואו די אריבער "פיר און א האלב טויזנט" בחורי חמד וועלן לערנען און שטייגן בעבודת ה' תחת נשיאות הקודש פונעם נשיא הישיבות כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א.

"די הייליגע מתיבתא תורה ויראה דרבינו יואל" אין קרית יואל בראשות פונעם ריש מתיבתא קדישא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דער גולת הכותרת פון ממלכת סאטמאר בכל קצוי תבל, עפענט אירע זיבן היכלי הישיבות הקדושות: סניף דברי יואל, סניף ברך משה, סניף קדושת יואל, סניף ויואל משה, סניף עצי חיים, סניף עסק התורה, סניף שיעור ד' - מיט א היסטארישן ציפער פון 1,487 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.
היינט מיטוואך וועט דער ריש מתיבתא רבתי מרן רבינו הגה"ק שליט"א זאגן די דרשת פתיחת הזמן בהיכלי ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל

די 9 סניפי ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין קרית יואל: רב טוב, ייטב פנים, אבני צדק, קדושת יו"ט, ישמח משה, השיב משה, דברי חיים, זרע קודש, אור החיים – האבן געעפענט אירע טויערן מיט אריבער 1,000 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 7 סניפי ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, אונטער די קערפערשאפט פון "ממלכת התורה": באר התורה, היכל התורה, מבצר התורה, נזר התורה, חכמת התורה, אהבת התורה, ישיבה לצעירים - עפענט אירע טויערן מיט אריבער 750 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 3 סניפי הישיבות שע"י מוסדותינו הק' אין בארא פארק: ויואל משה, מעיין התורה, ישיבה גדולה ויואל משה - עפענט אירע טויערן מיט קרוב צו 400 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 2 ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין מאנסי: קנין תורה, דרכי התורה – האט געעפענט אירע טויערן מיט 170 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 2 סניפי ישיבה קטנות: דרך התורה, שביל התורה מחוץ לעיר, עפענען אירע טויערן מיט קרוב צו 200 בחורים בליעה"ר.

די נייע ישיבה קטנה ברך משה אין לעיקוואד עפענט אירע טויערן מיט 25 בחורי חמד בליעה"ר.

ישיבה קטנה תורה ויראה שע"י מוסדותינו הק' אין לאנדאן האט געעפענט אירע טויערן מיט 80 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

די נייע ישיבה גדולה תורה ויראה אין לאנדאן האט בס"ד געעפענט אירע טויערן מיט 40 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

ישיבה קטנה שע"י מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער האט געעפענט אירע טויערן מיט 75 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

ישיבה קטנה דקהלתינו הק' אין אנטווערפן האט געעפענט אירע טויערן מיט 48 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

די 3 ישיבות בארה"ק: ישיבה קטנה יטב לב שע"י מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק, ישיבה קטנה שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק, ישיבה גדולה מהרי"ט אין בני ברק - עפענט אירע טויערן מיט בערך 200 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

והיה זרעך כעפר הארץ אשר לא יספר מרוב, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל בר"מ גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה ארי' ברי"מ עקשטיין הי"ו.
ב"ר דוד ארי' שווארץ הי"ו.
ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו.
ב"ר מאיר דוד גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל דעם נייעם זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 4:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאך מנחה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה אהרן ברד"י רייך הי"ו ובניו היושבים ע"פ בנו /אחיהם ר' יוסף מאיר נחמן ע"ה.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יצחק פראנצאז ע"ה. און דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון קאנטינענטאל ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו מנהל מוסדותינו הק' מאנסי, און הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם הערליכן נייעם איבערגעדריקטע שו"ת עצי חיים וואס איז נארוואס ארויסגעקומען פון דרוק דורכ'ן רב שליט"א, דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אינעם ספר און זיך באדאנקט פאר אחיו הגה"צ שליט"א, און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל הב' בן בנו הרה"ג ר' סיני שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט.

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א דער רבי האט פארהערט די לימודים פון פארגאנגענע יאר, א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 12:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט דעם זונטאג העעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און ר' אברהם יודא הי"ו האט געוויזן פאר רבינו שליט"א פארשידענע היסטארישע אנטיק ספרים פון ראשונים ואחרונים און דערנאך די מפרשי התורה והש"ס, ביז שפעטער צו די תלמידי בעשטה"ק, און פארשידענע כתבי ידות יקרי ערך וואס געפונט'זיך באוצר גנזיו, צווישן אנדערע דעם 'גנזי יהודה' פראיעקט וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתן און מחותנים.
ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגד' מרחשון תשפ"ה11/5/2024

באריכט
מאנטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
ב"ר פנחס ווייס הי"ו.
ב"ר יואל מנחם יודא גאנדל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א', די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען צום נייעם זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל וועבערמאן הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"י ראזענבערג באולם פון כינור דוד.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי דער רבי האט באשיינט די מעמד קבלת פנים ביים שמחת החתונה בבית סערדאהעלי - בורשטין, החתן בן הרה"ג ר' ישכר דוב כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א ר"מ במתיבתא, בן הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומסב''ג זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבנים שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:45.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אברהם יואל לעפפלער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' משה יקותיאל שווארטץ הי"ו.
הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א - הרה"ח ר' יואל ברא"מ פאלקאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג