בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Tuesday20 Tishrei 578510/22/2024

Report
ליל הושענא רבה

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום עריכת שלה"ט אושפיזא דדוד מלכא משיחא.

מען קען מיטהאלטן די הוקאפ פונעם געהויבענעם טיש אויף קול סאטמאר בעקאפ נאמבער
3518887117

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday19 Tishrei 578510/21/2024

Report
מוצש''ק ליל ב' דחוה"מ אושפיזא דמשה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:35 דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן, פאר די פיש האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הגה''צ ר' קלמן האלברשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר"י. הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו. הר"ר משה הערש קליין שליט"א. הרה"ח ר' משה יוסף פריעדמאן הי"ו. הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב"פ). הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אז די ד' מינים געבן אריין א קדושה אין יעדן איד און דאס מאכט אז מען זאל קענען זען אין וועלכע אות אין די ספר תורה זיין נשמה איז מקושר און דורכדעם ווערט מען נישט בטל ברוב האומות.

ברכת המזון: הרה''ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי. נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק חוה"מ סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

נאכמיטאג ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו. מנחה:: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א. קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:55. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה. דער רבי האט צום ערשט איינגעלאדענט די אושפיזין און דערנאך אנגעהויבן שלום עליכם כדכו בקודש ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו.
הגבהת הכוס: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.

די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקץ יעקב משנתו' און עס געטייטשט בדרך דרוש אז ווייל מצות לאו ליהנות ניתנו קען מען תשובה טוהן אפילו עס איז א מצוה הבאה בעבירה.

קה אכסוף: הר"ר חיים אשכנזי שליט"א (מאנטרעאל) חתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. ברכת המזון: נכד רבינו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק רבי ר' העשיל מקראקא זצ"ל, און א סיפור פון די באבע הרבנית רחל ע"ה אשת חבר הגה''ק הייטב לב זיע''א, וואס די יארצייטן געפאלן דעם דינסטאג כ' תשרי. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' ישראל דוד ברז"ל קאפפעל הי"ו. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יוקל שלעזינגער הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 12:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' קלמן גפן הי"ו. צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען בהשתפכות הנפש, און דערנאך פארגעזאגט פב"פ די הושענות לשבת מיט גרויס התעוררות.
פתיחת הארון ביי די הושענות: הרה"ח ר' שלום אליעזר פרענקל הי"ו (וומסב''ג). פארן ליינען האט מען געזאגט קהלת.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים אשכנזי שליט"א (מאנטרעאל).

עליות. כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). חמישי: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. שישי: רבינו שליט''א שביעי: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א. הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א וויינבערגער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. הגבה אויפן צווייטן ספר: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' משה ישראל אטיק הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף גריפל הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 1:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:50. מנחה: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו. לוי: הר"ר יואל ברשא"מ גרובער שליט"א. שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אברהם בער שפיטצער הי"ו (וומסב''ג).

נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה צו של''ס.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והנה סולם ניצב ארצה וראשו מגיע השמימה' און געטייטשט אז מען האט מגלה געווען בנביאה פאר יעקב אבינו די גרויסע חשיבות אין הימל פון די עבודה אין קיום המצוות פון יעדע פשוט'ע איד נישט נאר פון די בני עלי', אפילו אויף די סוכה פון די פשוטי עם איז שורה שמות הק' און איז משפיע גרויסע השפעות בכל ענינים.

ידיד נפש: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א. קל מסתתר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד. מען האט געענדיגט ארום 9:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום ב' דיו"ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 10:00. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.

הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

עליות. כהן: הרה"ח ר' נחמן כהנא הי"ו. לוי: הרה"ח ר' משה שלום לוסטיגמאן הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו. רביעי: נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א. חמישי: רבינו שליט''א. הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' שלמה וואלף שעהנפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' נחמן קליין הי"ו.

מוסף: הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א ר"י אור תורה בראזיל. פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי זינגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 1:55.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום א' דיו"ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:50. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים א לענגערע צייט בהתלהבות ובגעגועים, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' מאיר מאיער שליט"א און הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א ראה"כ באנטווערפען.

עליות. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. חמישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים אלעזר שווארטץ הי"ו.
ר' אהרן ברמ"ש ניימאן הי"ו.
ר' שלמה בראך הי"ו.
ר' יוסף מרדכי פילאפף הי"ו.

הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' יצחק יודא היימאן הי"ו. גלילה: ר' יוסף מרדכי פילאפף הי"ו.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם לייב קליין הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 1:55.

נאכמיטאג ארום 7:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ג ר' איתמר מייזליש שליט"א. מערבית: הרה"ח ר' אברהם יונה שווארטץ הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 7:55. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה. דער רבי האט איינגעלאדענט די אושפיזין און געמאכט קידוש.
הגבהת הכוס: איז מכובד געווארן הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז דורכ'ן די נענועים אין די סוכה איז מען זוכה צו חסדים ורחמים און מחילת עוונות.

ברכת המזון: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה לרגל שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב ק''ק קרית יואל יצ''ו

ערב יו''ט אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי געבינדן דעם לולב און געזאגט דעם יהי"ר כנהוג, און פארן זמן הדלקה"נ געמאכט אן עירוב תבשילין.

פארנאכטס ארום 7:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו, מנחה: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א (וומסב''ג) חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, מערבית: הרה"ח ר' דוד בר"מ עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:55.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה, דער רבי האט געמאכט א ברכה און געצינדן די נרות יו"ט, און איינגעלאדענט די אושפיזין און געזאגט די תפילה לליל ראשון, און זיך אראפגעזעצט ביי תיבו תיבו, כנהוג.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ חייך שאני פורע לבניך מצות סוכה' און געטייטשט אז מיט די כח פון אברהם אבינו וואס האט משריש געווען מידת החסד האבן די אידן זוכה געווען צו די ענני הכבוד אפילו אן א בקשה פון פארדעם, און דאס גייט אן עד היום הזה ווערן אידן געהאלפן מיט אלעם וואס מען דארף נאך פאר מען בעט.

ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday18 Tishrei 578510/20/2024

Report
והראינו בבניינו ושמחינו בתיקונו

רייכע דעקונג איבער די אנטוויקלונגען אינערהאלב דעם בנין האדיר והמפואר תל תלפיות דקהילתינו הק' ומוסדותיה בעיה''ק ירושלים, וועלכע ווערט געבויעט אין די טעג אין הארץ פון קרתא דשופריא.

אריינבליק אין די השתלשלות העניינים פונעם טאג וואס מ'האט געמאלדן איבער די הקמת הבנין האדיר ביזן היינטיגן טאג בס''ד.

ספעציעלע היסטארישע אויפדעקונג איבער דעם קשר פון סאטמאר צו דעם בנין ישיבת חברון נאך פון די צייטן פון מרן רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

https://simplebooklet.com/kerenhbinyanjerusalem
simplebooklet.comKeren Hbinyan Jerusalem

Wednesday14 Tishrei 578510/16/2024

Report
מיטוואך ברכה ב' ערב סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט אין ביהמ''ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלום יצחק קליין הי"ו.

נאכן דאווענען האט מען אריבערגעברענגט בחדרו הפרטי די ערבות פאר די ד' מינים ווי דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט און געקליבן די ערבות לכבוד יו"ט, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת ברכה ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה האט הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו מגדולי עסקני קרית יואל אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א הערליכע געפלאכטענע קיישעלע פארן לולב, דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכת קדשו.

שפעט אויפדערנאכט האט רבינו שליט''א מסדר געווען פארשידענע צדקות וואס דער רבי שיקט ארויס פאר נצרכים און פארשידענע אלמנות מאנ"ש וכדו', און דערנאך איבערגעגאנגען די רשימות פון די פאנטאסטישע סכומים וואס איז אפגעשיקט געווארן פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, דורכן אפיס פון מוסדות ייטב לב, און עקסטער דורך הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך און הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, זיכער צו מאכן אז עס ווערן אויסגעצאלט עד פ"א די הונדערטער כלי קודש פון מוסדותינו הק' אין ירושלים, בני ברק און בית שמש ת"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday13 Tishrei 578510/15/2024

Report
לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה

קחו ברכה אל תוך בתיכם!

גליון "קול התאחדותינו מוגדל"
לכבוד חג הסוכות שנת תשפ"ה לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמרים נפלאים פינת יקרת
'אני ישינה ולבי ער'
בענין: מצות שינה בסוכה
ומאמר נפלא
בענין: הערבה אחר החבטה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

בענין: בירור מצות שמחת יום טוב
ובענין: מנהגי ודיני שמחת תורה
מאת הג"ר יואל שווארטץ שליט"א


ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

ועוד מאמרים יקרים, מלאים זיו ומפיקים, לכבוד החג מסודרים, עם אוצר מלא תוכן, בקורות עם ישראל לדורותם, 152 דפים של עונג יום טוב!
ַ
טעמו וראו כי טוב!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 סוכות תשפ''ה14.6 MB
Report
מאנטאג פרשת ברכה ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברמ"י הירש הי"ו.
ב"ר חיים יואל דים הי"ו.
ב"ר יואל שניטצער הי"ו.
ב"ר יעקב אונגאר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בקו''פ ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש צוויי זיצונגען פון עטליכע פאליטישע באאמטע וועלכע לויפן פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה און אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו פון ב"פ מגדולי העסקנים למען חינוך הטהור.
ארום 12:30 איז אריין דער קאנגרעסמאן פון קרית יואל 'פעט רייען' און שפעטער ארום 1:00 דער סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופיס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס', די פאליטיקאנטן האבן ארויס געהויבן זייערע פילע לייסטונגען לטובת די חרדי'שע אידנטום אין ניו יארק בכלליות, און פאר קרית יואל בפרט, און באזונדער ארויסגעברענגט זייערע פעולות לטובת די עתיד החינוך אין ניו יארק, און פעולות פאר ביליגע דירות אין קרית יואל. דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע ענינים ובראשם פארשידענע מהלכים איבער די גזירת החינוך און וואס די יהדות החרדית ערווארט פון זיי, און זיי מאציל געווען מברכות קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

און די נאכמיטאג שעה'ן ארום 4:30 האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' כתה מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, אויף מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און זיי איבערגעלאזט א קשיא, און דערנאך ווארים אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מרביצי תורה, און אלע בחורים.

נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די שידוך שליסן פון החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל בן משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו ובמיוחד פאר משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ברכה ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר יודא יושע וויינשטאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל בר"ב גלאנץ הי"ו.
ב"ר יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר חיים שרגא פריעד הי"ו.
ב"ר מאיר הערש לעווי הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר נחום שמשון עסטרייכער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

פארמיטאג האט רבינו שליט"א געלייגט די סכך אין די סוכה בביתו נאוה קודש און געזאגט לשם מצוות צל סוכה, און זיך באדאנקט פאר די בחורים העוסקים במלאכת הקודש וואס בויען די סוכה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם יו"ט סוכות הבעל"ט, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם יו"ט סוכות הבעל"ט אין ביהמ"ד בית אלעזר בשכונת ויואל משה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday12 Tishrei 578510/14/2024

Report
אין ווייטערדיגע מאסיווע השתדלות-מיטינגען פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א פאר'ן קאמף קעגן די גזירת החינוך, און אויך פאר דירות פאר'ן ציבור, איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע זיצונגען מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

ארום 12:30 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש קאנגרעסמאן 'פעט רייען' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, אין באגלייטונג פון די ראשי והנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער ראה"ק, מען האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעס וואס איז בידם, און ער האט פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט די גזירת החינוך צו צעשטערן די גזירה, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

דערנאך ארום 1:00 איז אריין בקו''פ סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס' אין באגלייטונג פון ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, און די ראשי והנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק, מען האט א לענגערע צייט דורכגעטון די נושא פון די גזירת החינוך אין ניו יארק, און רבינו שליט"א האט נאכאמאל אויפגעפאדערט ער זאל שטיין צו הילף צו די חרדי'שע אידנטום, אלעס ארויסצוהעלפן צעשטערן די גזירת החינוך, דערנאך האט מען ארומגערעדט איבער די שטאט קרית יואל, מיט וואס ער קען בייהילפיג זיין פאר אנ"ש תושבי העיר, און בפרט איבער די ביליגע דירות, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו

יום הקדוש תשפ"ה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו


פרייטאג ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:20, נאך סליחות זענען אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען דעם מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן.
דערנאך ארום 6:40 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, דער רבי האט בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם בית השחיטה פלענט און אריבערגעגאנגן על כל פרט ופרט כדרכו בקודש.

ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג וויילן אויף יום הקדוש.

ארום 8.55 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול בוומסב"ג.
רבינו שליט''א האט אהנגערופען - פארן זמן אין ארה''ק אין אייראפע - עטליכע פון די מסירת נפש'דיגע ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק און אייראפע, און מאציל געווען מברכות קדשו צום נייעם יאר.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יחיאל אלתר פאלאק הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלמה יודא פריעדמאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ארום 9.45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר''ר אליעזר הערש הורוויץ הי''ו.
ב''ר ליפא בן הר''ר אברהם עקשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריין אין זיך אומגעקוקט אינעם נייעם ריזן צוגעלייגטן היכל אויפן די גאנצע מעריב זייט פון בית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט רבינו שליט''א קובע געווען די מזוזות בביתו נאוה קודש החדש אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג, און ס'איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ווי דערביי איז דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אריין ווי דער רבי האט גענומען לקח און מטיב געווען דעם משמש כנהוג.
אויך האט דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו פאר די נדבנים פון די נייע דירה. הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, הרה''ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי''ו, הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו, הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו און די עסקנים העומדים על מלאכת בית ה' ר' יואל שמעון הכהן רובין הי"ו און ר' יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו.

נאכמיטאג ארום 1.30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף אין ביהמ''ד הגדול.
פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, ביי לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, ביי די זופ איז געווען קרעפלעך און די פלייש איז געווען פון דעם עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'במה אקדם ואכף פני לא יקח שוחד' און געטייטשט אז די טעג פון חודש אלול ביז יום כיפור האט אין זיך תתק''ס שעות און ס'איז מטהר ווי א מקוה, דורך אמונה און מצוות קרי''ש קען מען עס מתקן זיין כדבעי.

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 2:55.

וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין אין חדר ד' בהיכל מאיר זעליג ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג, אויף א ספּעציעלן שנעלן סדר צוליב די ריבוי העם.

נאכן בענטשן דעם ציבור איז רבינו שליט"א אריבער צו די פריוואטע מקוה אין שטוב פון הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, און ארום 4:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שעוה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 4:45.

נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה אין ביהמ''ד הגדול לעת כניסת היום.
ביים זמן האט דער רבי געצינדן בביתו נאוה קודש החדש די נרות שבת ויו''ט, יזכור ליכט, און א געזונטע לעכט.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע.

רבינו שליט''א האט געמאכט דעם ברכת להתעטף אויף זיין אייגענעם טלית, און דערנאך אנגעטוהן דעם טלית, קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.

במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ''ד הגדול מיט אלע גאלעריען און היכלים געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה נישט קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אינעם דעם הייליגן טאג.

בזאת יבא אהרן אל הקודש
ארום 6:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי, דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה מיט גרויס התעוררות ובקול בכי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', וויבאלד מדות התשובה פונעם רבש''ע איז נישט מצד השכל נאר מכח רחמיו וחסדיו העלפט תשובה באין גבול אפילו מען איז מלא חטאים און אפילו די חיצונים נעמען צו די מצוות ומעשים טובים אבער על כל פשעים תכסה אהבה דורך מצוות מילה און יום כיפורים שחל בשבת וואס איז א אות אהבה קען מען צודעקן די חטאים דורך תשובה.

נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א דערמאנט די מנהג פון רבותינו הק' צו זאגן וידוי לעת כניסת היום און אנגעהויבן בבכיות עצומות מאין הפוגות 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.

נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת בחביבות און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה ובקול בוכים ממשיך געווען 'אנו מלאי עון' מען האט נישט גענוג עוסק געווען בתורה דאס פארגעגאנגע יאר, ליידער איז תורה מונחת בקרן זויות, מען בעט די תורה זאל זיין א מליצה ישרה פאר אידישע קינדער וואס זענען סוף כל סוף דבוק בקשר אמוץ וחזק און מען זאל זיך מקבל זיין מער התמדה הבנה און מעשים טובים און מסיים געווען ברוב ברכות.

ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט אויפן פלאץ דריי מאל אור זרוע און פלגי מים, און דערנאך ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד - טראץ דעם שווערן געדרענג - און געזאגט נאך דריי מאל, איין מאל אויף יעדע זייט פון ביהמ"ד.

אלע תפילות האט רבינו שליט''א געדאווענט אין א מחזור תפילה ישרה.
נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א מו''ץ בקהלתינו.

דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן בואו ונצא און מערבית.
מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א מו''ץ בקהלתינו, הרה''ח ר' חיים פריעדמאן הי''ו, הר''ר ישראל אויש הי''ו, הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים.
שיר היחוד האבן פארגעזאגט. הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, הרה''ג ר' מיכל ניימאן שליט''א, הרה"ג יואל ראזענפעלד שליט"א, הרה''ג ר' יעקב יצחק ווינקלער שליט''א, הרה''ג ר' ישראל מאיר רובין שליט''א, הר''ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט''א, שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגן הרה''ג ר' ישעי' ליכטנשטיין שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 11:00. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן בצהלות פניו 'גוט שבת גוט יו"ט' לכל הקהל הקודש ולכ העם העומדים בעזרה, אויף אלע זייטן פון ביהמ''ד.

ונתנה תוקף קדושת היום

יום הקדוש אינדערפרי בשעת עטיפת הטלית איז געווען אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אהן ביי מוסף.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:42.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בהשתפכות הנפש ובבכיות נוראות דער קול בוכים וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד.

פתיחת הארון הקודש: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, אנעים זמירות האט פאהר געזאגט הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו, פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מיט די פתיחת זענען נתכבד געווארן.הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו, הרה''ח ר' שלמה דוב ווידער הי''ו, הר''ר אברהם יואל לעפלער שליט''א, הרה''ח ר' בנציון מוטצען (ב''פ)
מען האט געענדיגט שחרית ארום 10:45.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הר''ר אלי גראס שליט''א מבערבעשט און הרה''ג ר' אשר חיים ווייזער שליט''א מו''ץ בקהלתינו ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און האט געלייענט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו. לוי: הרה''ח ר' יחזקאל שרגא בר''ע הירש הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו. רביעי: הרה"ח ר' חיים נפתלי הירץ יעקב לעבאוויטש הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו. שישי: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים שמעון שטיין הי''ו.
ר' יואל בר''מ טייכמאן הי''ו.
ר' אשר יונה יוזשעף הי''ו.
ר' יוסף בנציון העלער הי''ו.

אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר הרבנית הצדיקת תליט''א און פארן אייניקל לרפו''ש.

שביעי: משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו. הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' חיים שפיצער הי"ו (ב''פ). גלילה: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יואל שמעון הכהן רובין הי"ו. הגבה אויפן צווייטן ספר: הר''ר יום טוב יוזשעף הי"ו. גלילה: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).

מען האט געענדיגט ארום 12:20, עס איז תיכף געווען יזכור און דערנאך איז געווען פויזע.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד אום 1:15 און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און מזמור לדוד הבו לה'. קדיש איז געווען 1:20.

טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון רבינו הגה"ק שליט"א.
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הרה''ח ר' דוד לייבוש גוטמאן הי''ו, הר''ר משה גדלי פאלאטשעק הי''ו, הרה''ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי''ו, הרה''ח ר' טובי' שעהנפעלד הי''ו, הרה''ח ר' יואל בר''א טירנויער הי''ו, הרה''ח ר' אברהם שלמה כהנא, משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.

הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א.
די ערשטע כורעים: הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו - הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו משמש.
די צווייטע כורעים: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי''ו הרה''ח רפאל פערלמוטטער הי''ו.
די דריטע כורעים: הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו - הרה''ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי''ו.
די פערטע כורעים: הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו - הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו.

מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:10.

צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב חיים הערש ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. כהן: הרה"ח ר' מנשה גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שבירך פאר הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע האבן בשותפות געקויפט מפטיר יונה לכבודו של רבינו שליט"א.

הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו. גלילה: ר' יואל ברי''מ פריעדמאן הי''ו.
פתיחה ביי די הויכע שמו''ע הרה''ח ר' יואל ברי''ש וויינבערגער הי''ו.
מען האט געדאווענט שנעל כנהוג צוליב די שפעטע צייט, מען האט געענדיגט 6:05.

תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה: הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו.

נאך קדיש תתקבל ארום 7:40 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.

רבינו שליט"א האט צוגעווארט ביז דער גרויסער מנין ענדיגט און דאן זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.

נאך מעריב האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שיך, און דערנאך ארויס אויף קידוש לבנה פארענט פון ביהמ''ד און ביים ענדיגן געוואונטשן אז גוטע וואך א גוט חודש א גוט יאר.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין היכל תהילת יהוסף, און געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, און אנגעוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ארויסגעלייגט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיטן ניגון אשרי העם. מען האט געענדיגט ארום 8:20.

ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

ארום 10:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און דערנאך געזאגט ויתן לך און געזינגען די זמירות פון מוצש''ק.
מען האט אריינגעברענגט די סדר המאכלים ווי יו''ט, ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן 'דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל האבן געפויעלט א גוט געבענטשט יאר'.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום, מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה ב''פ.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז די כח און חסדים פונעם הייליגן באשעפער געט ער שכר לפי ערך דעם רצון וואס קומט מכח יעקב אבינו בלי גבול וקצבה און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן ובכן צדיקים יראו וישמחו בעוז ותעצומות א לענגערע צייט. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און ביים ענדיגן געוואונטשן אז גוט יו''ט א גוט געבענטשט יאר דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל.

מען האט געענדיגט ארום 12:30, ווען מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday8 Tishrei 578510/10/2024

Report
דאנערשטאג ברכה א' שלש עשרה מידות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול אום 5:45. בעל תפילה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"א היילברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע געסט פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש, און נאכן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין דרבינו תם בחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז רבינו שליט''א צוריק אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אמירת כל ספר תהילים. בעל תפלה: הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
נאך תהילים האט דער רבי געזאגט דעם וידוי הגדול פון רבינו ניסים מיט שטארקע בכיות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:10

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צו די לעיק אויף די קוויקוועי גאס צו אמירת תשליך ברוב עם, און געזאגט די סדר אמירת תשליך בהשתפכות הנפש, מען האט געענדיגט ארום 2:25.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט קדיש לרגל די הילולא קדישא.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך ברכה א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר משה ב"ר יואל קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף בנימין ווידער הי"ו.
ב"ר אלי' פאוועל הי"ו.
ב"ר יודא היימאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מקום מנוחת קדשו פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א וואס די יארצייט געפאלט שלוש עשרה מידות, און דער רבי האט א לענגערע צייט דערציילט זכרונות פון עטליכע נסיעות אין אייראפע מיט פערציג יאר צוריק.

אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 4:30 איז אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש דער סופפער איטענדענט פון די ניו יארק סטעיט פאליס דעפארטמענט אינאיינעם מיט נאך הויכראנגיגע פאליציי אפיצירן נאכן אפהאלטן א לענגערע באזוך אין קר"י ווי זיי זענען ארומגעגאנגען אין שטאט אין באגלייטונג פון די הנהלת הקריה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, און הרה"ח ר' משה לייב וויטריאל הי"ו, אלץ א שריט צו פארמערן זיכערהייט אין די אידישע געגענטער צוליב די פארמערטע אנטיסעמיטישע אינצידענטן איבערן לאנד און דערביי זענען זיי אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א אפצונעמען ברכת הקודש, הרה"ח ר' גדלי' הי"ו האט זיי פארגעשטעלט פארן רבי'ן און עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דערביי האבן זיי אויסגעדריקט די התפעלות פון די שטאט קרית יואל, און שטארק ארויסגעהויבן די נידריגע פארברעכן ראטע אין קרית יואל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 און מעריב ארום 10:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און געזאגט קדיש נאך מעריב לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג ברכה א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו.
ב"ר משה שטערן הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא בר"ב שטיין הי"ו.
ב"ר חיים מרדכי מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין ענגלוואד ניו דזשערסי אויף ניחום אבילים ביי משפחת ש"ב הרה"ח ר' יוקל גראס ע"ה, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די גרויסע זיידעס לבית וואלאווע און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן דאנערשטאג נח אין ביהמ"ד לב אהרן אין וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

עס איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א אב"ד פריימאן וומסב''ג לברך ולהתברך בברכת השנים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג ברכה א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"י פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב זופניק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר הערשל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר שמואל שמעון זילבער הי"ו.
ב"ר יצחק לעווי הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו - הרה"ח ר' ליפא הערשקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג ברכה א' צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א.
ב"ר אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.
ב"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו.
ב"ר חיים דייטש הי"ו.
ב"ר יואל לאנדא הי"ו (אנטווערפן).
ב"ר ישראל מייער הי"ו.
ב"ר יעקב משה ווערצבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אן ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. גלילה: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש צום דרשת שבת שובה במעמד אלפי אנ''ש וועלכע האבן איבערגעפילט דעם גאנצן ביהמ''ד הגדול מיט אלע אירע פליגלען, און האבן זוכה געווען צו א שעה של קורת רוח מיטצוהאלטן די דב''ק דרשת שבת שובה.
דער רבי האט מתפלל געווען א תפילה חרישית און אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'האזינו שמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי' מיט לענגערע דרוש ופלפול ובדרך אגדה פון אריבער א שעה צייט אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר וחיזוק איבער לימוד התורה, קביעות עתים לתורה, עניני תפילה ועניני צניעות, כח הקדושה פון שטאט קרית יואל וואס צווואקסט זיך אין אלע זייטן, און ארויסגעברענגט די הצלחה פון די תקנות וואס מען האט געמאכט פון די דירות אין קר"י פאר בלויז דריי הונדערט דאלער א סקווער פוס, און געבעטן דעם גאנצע ציבור זיך צו האלטן צו דעם און נישט קויפן פאר טייערער, און ארומגערעדט איבער די שווערע מצב המלחמה אין ארה''ק מען דארף מתפלל זיין פאר אחב''י און נזהר זיין נישט חלילה משבח זיין די רשעים נישט אריינצופאלן מיט קיין קעלבערנע התפעלות, נישט ליגן אזויפיל אין די נייעס איבער די וואלן אין אמעריקע, מתפלל זיין איבער די גזירות החינוך אין ניו יארק.
דערנאך ארומגערעדט זיך צוצוגרייטן צו יום הקדוש מיט משניות מס' יומא, וליתר שאת דעם רא"ש סוף מס' יומא ווי ער שרייבט אראפ בקיצור די סדר העבודה, טראץ וואס עס איז מצוות לאו ליהנות נתנו איז עס אבער נישט אסור און מען מעג הנאה האבן און איז נישט שייך קיין געשמאקערע זאך ווי זיך צוצוגרייטן צו א מצווה מיט אלע פרטי הלכות און געוואונטשן מען זאל זאל זוכה זיין צו א תשובה שלימה און מסיים געווען ברוב ברכות.

מען האט געענדיגט די דרשה אום 7:35, נאך עטליכע מינוט ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday5 Tishrei 578510/7/2024

Report
ליל שב"ק פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו. בעל תפילה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30. און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, מען האט געזינגען רבון העולמים ביז מלך תמים דרכו.
אשת חיל: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי שם ה' אקרא' געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. ברכת המזון: הרב ליפא טייטלבוים שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה''ק הייטב לב זיע''א בעניני ראש השנה.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק צבי קליין הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ). שחרית: הר"ר שלום האלפערט שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ישעי' ווייס הי"ו. כהן: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן שמואל גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' שלמה הערשקאוויטש הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' נחמי' ב"ר יושע ווערצבערגער הי"ו. מפטיר: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו (מאנטרעאל). גלילה: הרה"ח ר' יוקל שלעזינגער הי"ו (לאנדאן).

מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל בר"ש בוים הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:10.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 7:05. מנחה: הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו (וומסב''ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו. כהן: הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן מתתי' מערמלשטיין הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו (מאנסי).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה און שיר המעלות הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, און די קאפעליע האט געזינגען די נייע ניגונים. ידיד נפש: נכדו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. קל מסתתר: נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב.

דערנאך איז פארגעקומען די נעילת ימי ראש השנה. מען האט געזינגען ניגוני ראש השנה וימים נוראים פאר א לענגערע צייט, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאכן בענטשן האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויף א מייק און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז ווען עס איז דא דריי טעג יו''ט ע''ב שעות ווערט נמשך 'חסד', וואס איז מער פון רחמים, פאר כלל ישראל, און עס ווערט נתכפר אפילו די עבירות הנשכחות און מען ווערט געהאלפן אפילו אויף וואס מען בעט נישט לטב ולחיין ולשלם, 'והי"ה טר"ם יקרא"ו ואנ"י אענ"ה' איז בגי' תשפ"ה, עס קומט בעז"ה א גוט יאר חסד ורחמים פאר גאנץ כלל ישראל און הקב"ה וועט משפיע זיין כל טוב אפילו אויף די זאכן וואס מען בעט נישט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מעריב מוצש"ק: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן 'א גוטע וואך און א גוט יאר' פארן גאנצן ציבור צוזאמען. מען האט געענדיגט ארום 9:20.

יה"ר שיתקבלו תפילתינו לרחמים ולרצון א שנה טובה ומבורכת לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ב' דראש השנה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מערבית. בעל תפילה איז געווען הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 8:30, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן "א גוט יו"ט א גוט געבענטשט יאר" פארן גאנצן ציבור, און אהיים לביתו נאוה קודש.

פארן טיש האט דער רבי געצינדן די נרות יו"ט בביתו נאוה קודש, און דערנאך ארום 11:10 אריבער צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות ווי דער רבי האט געצינדן די איבריגע לעכט.
הגבהות הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א. דער רבי האט אנגעטוהן א נייעם קאפטן פאר שהחיינו און אויפן טיש איז געווען שהחיינו פירות, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די שהחיינו פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוימען פארן גאנצן עולם.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה' און געטייטשט אז אינעם שופר איז מרומז דעם שם הוי''ה און איז משפיע עשירות וואס אזוי שאדט נישט דער נסיון העושר.

ברכהמ''ז: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

ונתנה תוקף קדושת היום

דעם צווייטן טאג יו''ט אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 7:55.

כמעשהו בראשונה האט דער רבי אפגעראכטן די עבודת הקודש, דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם. פסוקי דזמרה: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב"ד איהעל ב"פ. שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א און הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש.
עליות. כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א. לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב"פ). חמישי: רבינו שליט"א. הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' שמעון הירש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי סטרולאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געהייסן מאכן א מי שברך לחולה פאר הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש.
מפטיר: הרה''ג ר' וואלף בראווער שליט"א. הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט 11:45.

עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.

ארום 12:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע דרשה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט מען בלאזט שופר דריי מאל ביי די תקיעות דמיושב, ביי די שטילע שמו"ע, און ביי די הויכע שמו"ע, צו אויסבעטן פאר זיך צו זיין ערליך האבן ערליכע קינדער און און ערליכע אייניקלעך, און מאריך געווען בבכיות נוראות וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות יעדער זאל איינרייסן ביי די תפילות און תקיעת שופר אז די קינדער און אייניקלעך זאלן נישט פארפאלן גיין אין אזעלכע שווערע נסיונות וואס איז דא אינעם היינטיגן דור, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 12:55.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' חיים פאלאטשעק הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט מן המיצר און פאר די ברכה אנגעטוהן א נייעם שאהל, און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 1:25, בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה''צ ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית דוב.
שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפילה ותחנונים, ולהתחנן על עמך ישראל, כמעשהו בראשונה זענען די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, מיט בכיות מפעם לפעם און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו, הרה"ח ר' שלמה היימאן הי"ו, הרה"ח ר' נפתלי ליכטענשטיין הי"ו.

הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו און הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו זענען מכובד געווען אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.

צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל מאיר הכהן גליק הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 4:15.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט אז אויב איז נישט דא קיין מליצי יושר דארף מען מאכן צוויי טעג יו"ט, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאך די סעודה איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שב"ק, פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי אריבער בהיכל השלחנות ווי דער רבי האט געצינדן די נרות שבת, דער רבי האט געמאכט די ברכה און געצינדן די לעכט און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט ממשיך געווען און אנגעצינדן די איבריגע לעכט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום תרועה יהיה לכם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דעם ערשטן טאג יו''ט אינדערפרי ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית.

רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בינו לבין קונו בלב קרוע ומרתח ובקש רחמים כעני בפתח, מיט בכיות נוראות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד וואס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי הכוללים. דער רבי האט געזאגט 'וכרות' פסוק בפסוק. שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט.

דער רבי איז געווען בעל קורא, און געליינט די קריאה בבכיות ובהתעוררות רב.
עליות. כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה ישעי' פריעדמאן הי"ו.
ר' וואלף בר"ש לאנדא הי"ו.
ר' פנחס נחמן ברא"ל גלויבער הי"ו.
ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו.
אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך לחולה פאר הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש.

הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' חיים אהרן קליין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' ארי' אשר שטעסל הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו. מען האט געענדיגט 11:50.

נאכ'ן ליינען זענען פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' בערל פישער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל נתן פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלעזר יואל גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.

אום 12:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און אינטער'ן קיטל א ווייסן קאפטן.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה און אנגעהויבן די פייערדיגע 'תקיעת שופר דרשה' אויפן פסוק 'בחצוצרות וקול שופר הריעו' וואס איז ר"ת בוש"ה כמובא בחת"ס, מען שטייט ראש השנה דארף מען תשובה טוהן הן אויף די עצם עבירה און הן אויפן פארשפעטיגן די תשובה ביז יעצט, אז מען שטייט פארן הייליגן באשעפער דארף מען שפירן אז פחד כעומד לפני מלך, אז עס איז כאטש דא די בושה, עס איז אזיל סימקא ואתי חיוורא איז ווי מען ווערט נסתלק מן העולם איז דא כפרות עוונות, און ממשיך געווען בבכיות עצומות הקב''ה איז א מבי"ט ומקשיב ער קוקט אהן די פנימער צו ס'איז טאקע מתבייש בה, מבין ומאזין, מבי"ן איז די אותיות בני"ם און איז ר''ת ב'ל י'דח מ'מנו נ'ידח יעצט איז דער זמן מתפלל זיין אויף ערליכע אידישע דורות און די אלע פארפאלענע נשמות זאלן זיך צוריקקערן און נתעורר ווערן צו תשובה, און מסיים געווען ברוב ברכות בכל ענינים פארן גאנצן ציבור. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:25.

עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע כהנא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אויף די בימה, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט מן המיצר און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש בערך אום 2:00.

בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.
רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה.
גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות זכרונות ושופרות, ובקול חוצב ובלב שופך כמים, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו, הרה"ח ר' חיים הערש ברי"מ שווארטץ הי"ו.

הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו, און הרה"ח ר' אורי יהודה קויפמאן הי"ו זענען מכובד געווארן אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 5:15, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה,
פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 5:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז דער כח פון יעקב אבינו איז דא אין יעדן איד און אזוי ווערט מען נישט נדחה.
מיטן ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
'תחל שנה וברכותיה'

יו"ט ראש השנה תשפ''ה - שב''ק פרשת האזינו-שבת שובה, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו.
ע''ב שעות של קדושה והתרוממות הנפש וואס איז משפיע 'חסד' ורחמים


ערב יו"ט ארום 5:10 פארטאגס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' אין ביהמ''ד הגדול.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יצחק משה פראנקל הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 7:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שלמה משולם ברא"מ לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יצחק ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב יואל גליק הי"ו.
ב"ר ישראל פישער הי"ו.

נאכן דאווענען האט מען מסיים געווען תהילים כנהוג בחודש אלול. נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט''א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעות, און זיי באדאנקט און אנגעוואונשן א כתיבה וחתימה טובה.

ליל יו''ט פארנאכטס ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בהתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.

נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים דקרית יואל' מיט אירע טויזענט לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.

דערנאך ארום 8:00 איז דער רבי צוגעגאנגען צו מערבית, און נאכן דאווענען פארגעזאגט כנהוג 'לדוד מזמור' באש קודש.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכת הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און נאכגעזאגט בקול חינוק בדמעות בשם זקינו הרה"ק רבי מאטעלע האנרסטייפלער זיע"א וואס האט נאכגעזאגט פון זיין גרויסן שווער דער הייליגער צאנזער זיידע זיע''א, אז עס איז דא א ברכה אין אידישע שטיבער איז א כבוד פארן הייליגן באשעפער און דעמאלטס איז הקב''ה א מלך הכבוד, און געוואונטשן לכל הקהל הקודש ברכות לרוב, 'לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום' ויענו כל העם בקול 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און דערנאך געוואנטשן א גוט יו''ט.
נאכן אראפגיין האט דער רבי עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און די אנדערע רבנים, און דערנאך אריבער בהיכל השלחנות ווי דער רבי האט געצינדן די נרות יו"ט, דער רבי האט געמאכט די ברכה און געצינדן די לעכט אין היכל און דערנאך אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט ממשיך געווען און אנגעצינדן די איבריגע לעכט.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די רינדעכיגע חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, און פארטיילט שיריים פון די עפל פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, און נאכן טועם זיין געטרינקן לחיים און געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר א שנה טובה ומתוקה', נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן זיסע מייערן און דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שירבו זכיותינו.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ימים נוראים, מיטן זינגן לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז דורך די תקיעות דמעומד וואס איז שמחה של מצוה ווערט נתכפר סיי די עבירות און סיי דער חשבון פון די זמנים וואס מען האט געקענט טוהן מצוות.

ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days