בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Shabbos Kodesh3 Tishrei 578510/5/2024

Report
ליל שב"ק פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו. בעל תפילה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30. און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, מען האט געזינגען רבון העולמים ביז מלך תמים דרכו.
אשת חיל: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי שם ה' אקרא' געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. ברכת המזון: הרב ליפא טייטלבוים שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה''ק הייטב לב זיע''א בעניני ראש השנה.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק צבי קליין הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ). שחרית: הר"ר שלום האלפערט שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ישעי' ווייס הי"ו. כהן: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן שמואל גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' שלמה הערשקאוויטש הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' נחמי' ב"ר יושע ווערצבערגער הי"ו. מפטיר: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו (מאנטרעאל). גלילה: הרה"ח ר' יוקל שלעזינגער הי"ו (לאנדאן).

מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל בר"ש בוים הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:10.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 7:05. מנחה: הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו (וומסב''ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו. כהן: הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן מתתי' מערמלשטיין הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו (מאנסי).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה און שיר המעלות הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, און די קאפעליע האט געזינגען די נייע ניגונים. ידיד נפש: נכדו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. קל מסתתר: נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב.

דערנאך איז פארגעקומען די נעילת ימי ראש השנה. מען האט געזינגען ניגוני ראש השנה וימים נוראים פאר א לענגערע צייט, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאכן בענטשן האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויף א מייק און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז ווען עס איז דא דריי טעג יו''ט ע''ב שעות ווערט נמשך 'חסד', וואס איז מער פון רחמים, פאר כלל ישראל, און עס ווערט נתכפר אפילו די עבירות הנשכחות און מען ווערט געהאלפן אפילו אויף וואס מען בעט נישט לטב ולחיין ולשלם, 'והי"ה טר"ם יקרא"ו ואנ"י אענ"ה' איז בגי' תשפ"ה, עס קומט בעז"ה א גוט יאר חסד ורחמים פאר גאנץ כלל ישראל און הקב"ה וועט משפיע זיין כל טוב אפילו אויף די זאכן וואס מען בעט נישט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מעריב מוצש"ק: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן 'א גוטע וואך און א גוט יאר' פארן גאנצן ציבור צוזאמען. מען האט געענדיגט ארום 9:20.

יה"ר שיתקבלו תפילתינו לרחמים ולרצון א שנה טובה ומבורכת לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️