מאנטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל הכהן רובין הי"ו. ב"ר ישראל הכהן הארטשטיין הי"ו. ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו. ב"ר יחיאל אלטר האפמאן הי"ו. ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 8:35 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די שמחת השבע ברכות פון א אור אייניקל ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אינעם שאטער נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט האדמו"ר מסקווירא שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גרויסן עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די שבע ברכות ארום 8:50.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו. ב"ר עזריאל שפיטצער הי"ו. ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו. ב"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי ישיבה אור ודעת ווי דער רבי האט מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פאר א שטיק צייט אינאיינעם מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צו די חומש סעודה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן, און משמיע געווען דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען מעמדי חתימת שטרות פאר די פילע אנ''ש וועלכע האבן אויפגעטריבן סכומים הגונים ביים 'להעמידם' קאמפיין און דערמיט אפגעקויפט זכותים במוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי''ש בקהלתינו הק', דערנאך זענען ארויף די נדבנים און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי זיינע חשוב'ע שוואגערס בני הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ע"ה אינאיינעם מיט זייער לשובע מאמע תחי' האבן אפגעקויפט א זכות נכבד במוסדותינו הק' אין מאנסי, צום ערשט זענען אריבערגעקומען די עלטערע תלמידים פון מוסדותינו הק' און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און סידורים פאר די וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א. דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל יעקב קאסירער הי"ו אויף א ביקור תנחימון נאך די פטירה פון אשתו ע"ה, דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בני המשפחה און די יתומים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל וויזענפעלד הי"ו ווי בנו הרה"ח ר' חיים הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום און אפגעקויפט א 'זכות קומה' בבנין הבית רחל החדש אין מאנסי, עס איז אנוועזנד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב קהל עצי חיים סיגוט מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און נאך פארשידענע זכרונות, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים. דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. דערנאך איז דער רבי געגאנגען זיך אומקוקן אויפן מקוה וואס הרה"ח ר' ישראל הי"ו האט געבויעט פאר די געגענט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם פאבריק פון די 'גאלדן טעיסט' פירמע אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי, דער רבי האט געגאסן די יסודות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו. דערנאך ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, דער רבי איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע הנאה, און דערנאך געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה. נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די תלמידי ורמ''י הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וברכה פאר די בחורים און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים בקרוב. אויפן וועג ארויס האט דער רבי באגריסט הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין ווי די ישיבה איז סטאנציאנירט, און מיט חותנו בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר. ארום 5:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען ארייין בקו''פ רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים אינאיינעם מיט עסקני והנהלת מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די עפענונג פון די נייע 'זיבעטע' אפיס פונעם מרכז אין שטאט אשדוד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז, און באזונדער האבן די עסקנים געגעבן א באריכט איבער די אנגייענדע 'פודה' קאמפיין אנצושליסן אנ"ש אלץ שותפים אין די הייליגע פעולות פונעם מרכז, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים איבער די פילצאליגע פעולות איבערן ביטערן גזירות הגיוס אין ארה"ק, און די רבנים האבן איבער געגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די היסטארישע עצרת מחאה וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די עדה החרדית עפ"י קריאת כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א אויף כיכר זופניק וואו אלופי אלפי בני העדה זענען זיך צוזאמען געקומען אויסשרייען דעם זעקת הקודש קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, ווי אויך איבער די פילע פלענער אויף להבא למען הצלחת המערכה, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקני ורבני המרכז, און במיוחד האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר האברך ר' הערשל בר"י פריעדמאן הי"ו ראש העסקנים בארה"ב, און פאר הרבני הנגיד ר' יצחק שיפף יו"ר הנהלה בארה"ב.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום משה מנחם עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת שלח מברכים חודש תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו (ירושלים).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו, מנוחה ושמחה: ר' יואל ישראל וואגשאהל הי"ו (מאנסי).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'שלח לך אנשים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה ועשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ירמי' דושינסקיא הי"ו (ירושלים), ברכת המזון: נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מיכל מקירמא זצ''ל וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר"ר מאיר סימאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:35.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' טובי' שרייבער הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו. לוי: ר' משולם איסר לעווי הי"ו. שלישי: החתן אלעזר ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו. רביעי החתן ליפא ב"ר יואל מאיר פריעדמאן הי"ו. חמישי: החתן שמואל מאיר ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אשר זעליג בלייך הי"ו. ר' יואל בר"א אקער הי"ו. ר' אהרן בר"י זילבערשטיין הי"ו.
שביעי: ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' יואל עזרא לעווי הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אהרן שמואל שרייבער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו. נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
מוסף: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יצחק ווינקלער הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' משולם איסר לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' ברוך בר"ל סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בצלאל משה גאלדבערגער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ' און געטייטשט אז מען דארף משים אל הלב זיין עס קומט שוין די זמני תשובה און די תשובה ניצט מכח די אמונה שלימה בביאת המשיח יאר נאך יאר, מען דארף זיך מחזק זיין נישט צו איינשלאפן און ווער עס שלאפט זאל בית אויפוועקן עס קומט א יום הדין וואס מען איז דן אויף יעדע מעשה ומחשבה, ובפרט יעצט בימי הקיץ מען זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די הבלי עולם הזה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.
ארום 12:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דאנערשטאג אין ביהמ"ד בית ברוך, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday22 Sivan 57846/28/2024
Report
פרייטאג ערש''ק שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אברהם בראך הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, פארן בר מצוה בחור, און אלע תלמידי הישיבה, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי אגדה בעניני נישואין און מסיים געווען בברכות לרוב. דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאכמיטאג איז פארגעקומען א ברית אין ביהמ"ד הגדול לבן הנולד אצל הר"ר חיים הערש בן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן בעל ברית.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' יואל פריינד הי"ו - הרה"ח ר' ישראל אברהם פעדער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. הרה"ח ר' יואל בר"ב באכנער הי"ו - הרה"ח ר' נתנאל יאזשעף הי"ו, באולם גינת קליין.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ש איידליס הי"ו - הרה"ח ר' זאב שערצער הי"ו.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב''ג בת הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דבית מדרשינו בית שמואל. דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:55 און זיך באגריסט מיט די זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א צו ליינען די תנאים, אלץ עדות האבן געדינט הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק עקשטיין הי"ו, ערב קבלן: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, הרה"ח ר' מאיר הכהן גראס הי"ו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין, און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז זיך משדך מיט אן אייניקל פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט פארענדיגט ארום 12:00, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday21 Sivan 57846/27/2024
Report
מיטוואך פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יעקב נפתלי קאסירער הי"ו. ב"ר זאב דוב וויזענפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 4:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון ירושלים, אזוי אויך האט דושינסקיא רבי שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון ישיבה גדולה שיעור ד' ווי דער רבי שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית פארגאנגענע וואך, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
נאך די שקיעה ארום 8:45 (צוליב כ' סיון) האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א - הר"ר יואל פאסטערנאק שליט"א, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' מאיר שאול יחזקאל העכט הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. הרה"ח ר' טובי' גדלי' פאשקעס הי"ו - הרה"ח ר' מענדל הערש ראזענבערג הי"ו, באולם גינת קליין.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מרדכי שעהר הי"ו. ב"ר צבי אילאוויטש הי"ו. ב"ר יחזקאל שרגא הירש הי"ו. ב"ר דוד מרדכי איידליס הי"ו. ב"ר שמואל יודא בערקאוויטש הי"ו. ב"ר נפתלי הירצקא ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג איז דער רבי אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון הכלה בת הרה"ג ר' אהרן מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה ב"פ, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, פארגעקומען בבית בנו הרב מרדכי דוב מייזליש שליט"א אין וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בתולדות רבותינו הק' לבית העצי התמרים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, פאר גיסו הגה"צ מאנטרעאלער רב שליט"א, און פאר די שוועסטער הרבנית ממאנטרעאל תחי'
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון האברך הנגיד ר' יחזקאל שרגא בראך הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, געטרינקן לחיים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בקורות גדולי ישראל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' יחזקאל שרגא הי"ו און פאר אביו הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, און לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו למז"ט האט רבינו שליט"א געגעבן א מתנה פאר'ן בר מצוה בחור ספרו לב אהרן על מס' פסחים.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט, ווי ס'איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ ר' יהודא דייטש שליט"א מעיה"ק ירושלים ת"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט אינעם נייעם הערליכן ספר אוצר גנזי ש"י וואס דער חשובער מחותן האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה, ווי עס זענען געדריקט געווארן פילע כתבי ידות פון גדולי ישראל צדיקים הקודמים און דאס מעתיק געווען במילואו, דער רבי האט פארציילט גאר אינטערעסאנטע געשיכטע'ס בשייכות מיט עטליכע פון די כתבי ידות, דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן און מחותנים.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday19 Sivan 57846/25/2024
Report
מאנטאג פרשת שלח
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יודא ווערצבערגער הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' אלי' צבי משה גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי יעקב דרעזדנער הי"ו, באולם קרן ויואל משה. הרה"ח ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' שמואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו - הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו, באולם גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:15 איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון העסקן ר' משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה געטרינקן לחיים, דערביי איז פארגעקומען די חאלאקע פון בנו ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר אנגעטוהן א קאפל און ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"י רובין הי"ו - הרה"ח ר' מאיר פייערשטיין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די חתונה פון החתן יחזקאל שרגא בן העסקן הדגול איש המעש הרה''ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל משה ציק הי"ו (מאנטרעאל), עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין מאנטרעאל און איבער דעם הערליכן נייעם פלייש געשעפט וואס שטייט אינער די פירערשאפט פונעם מחותן ר' יואל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס, און עקסטער א ברכת הצלחה פארן מחותן ר' יואל וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר ישכר דוב היימאן הי"ו. ב"ר אהרן קראוס הי"ו. ב"ר יצחק שפיטצער הי"ו. ב"ר יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין בארא פארק באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' אין ב"פ, ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וואס איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין ב"פ. דער רבי איז אריין אין היכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט"א, הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, האדמו"ר מבורשטין שליט"א, האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און נאך פילע רבני העיר, די קינדער האבן געזינגען חרוזים לכבוד המאורע און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א מנה"ר, דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יודל ווערצבערגער שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער. דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה, געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן. מען האט געענדיגט ארום 3:10.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם גיגאנטישער שטח אויף 18 און 53 וואס איז נארוואס אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' צו בויען א נייעם מאיעסטעטישן בנין פאר די בית רחל הויך שולע, און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו און און הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו אדמיניסטראטאר, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
פון דארט ארום 3:40 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי ברית'ן און נאך פילע שאלות בהלכה בהלכות מעקה ובהלכות מקוה, דער רבי האט געטרונקען לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 4:40 איז דער רבי אנגעקומען אין וומסב''ג צו די מעמד יציקת הבורות אין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן', צום ערשט אריין אינעם אלטן ביהמ"ד אויף סאוט 8 ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וחתימת שטרות מיט די נדבנים פונעם ביהמ''ד החדש, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד און דערמאנט לשבח די מתפללי הביהמ''ד וואס האבן אין די לעצטע שטיק צייט אויפגעטריבן דעם אסטראנאמישע סכום פון אריבער זעקס מיליאן דאלער צו קענען ענדיגען דעם ביהמ"ד, דערנאך זענען די נדבנים ארויף אויפן אויבנאן און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט יעדעם עקסטער מאציל געווען מברכת קדשו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אז ווען מען באנייט א ביהמ"ד פאר תורה און תפילה איז א שמחה פאר יעדעם איינעם, און געזאגט הדרכה ווען מען איז מחנך א ביהמ''ד עס זאל זיין מיוסד אויף די סאטמאר'ע יסודות אז די ביהמ"ד זאל באלאנגען פאר די מחנה אלקים און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די מחנה מגושמים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חשוב'ע נדבנים, פארן חשובן דיין שליט"א וועלכע איז עוסק בדבר ה' זו הלכה א גאנצן טאג, און צוגעענדיגט מיט ברכות קדשו פאר די עסקני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 5:20. פון דארט איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד החדש ווי דער רבי האט באטראכט דעם שיינעם היכל, מיט די חלקים וואס וועלן גענוצט ווערן פאר די חדרי התפילה, וואס בשבתות וימים טובים וועט דאס געעפענט ווערן צו א פראכטפולער היכל פון קרוב צו 5 טויזענט ס.פ מיט הונדערטער זיצן בליעה"ר. דערנאך איז דער רבי אראפ צו די מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די בורות און דערנאך מכבד געווען צו גיסן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און די נדבני הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף צום היכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען ביי די דב"ק די חשיבות ביים רבוש"ע ווען א איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה רייסט זיך אוועק אין ביהמ"ד צו דאווענען און לערנען, און אנגעוואונטשן אז מען באנייט א סאטמארע ביהמ"ד זאל זיין דא תורה עבודה וגמ''ח, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע מתפללי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 5:50.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום שטח הבני' פונעם בנין החדש והמפואר פון די ישיבה לצעירים שע''י מוסדותינו הק', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו יו"ר הנהלת הישיבה, דערנאך האט דער רבי געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען צו גיסן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל הישיבה, און די חברי הנהלה, און דערביי געוואונטשן ברכות לרוב פאר די חברי הנהלה ועוסקים במלאכת הקודש צו בויען דעם שיינעם בנין. ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
נאכמיטאג ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד אהל פיגא צו די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט בשבח פונעם חתן און פון הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט, פארן זמן ר"ת האט מען געבענטשט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. נאכן בענטשן האט אויפגעטרעטן הר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א בשם די מתפלל הביהמ"ד, און דערנאך הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' אלי' שווייצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר אברהם יואל גראסבערג שליט"א (מאנסי) - הר"ר מנחם זאב זילבערשטיין שליט"א. הרה"ח ר' יואל קרויס הי"ו - הרה"ח ר' אלי' שטיינמעטץ הי"ו. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביהמ"ד בביתו נאוה קודש.
נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעד ע"ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday18 Sivan 57846/24/2024
Report
שב''ק פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן לייב ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: ר' דוד ברי"מ גלויבער הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40. און עס איז פארגעקומען די אפיעל פאר 'מרכז עזרה ויעוץ' בארה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותדבר מרים ואהרן במשה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שמואל יאקאבאוויטש הי"ו (ירושלים). ברכת המזון: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן בו ביום, שב"ק ט"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עמרם הערמאן הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 2:00.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' דוד הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: החתן נח ב"ר אברהם יושע לאנדא הי"ו - באווארפען. לוי: החתן אשר לעמיל בן הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א - באווארפען. שלישי: החתן לייב ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן זאב ב"ר יודא שניטצער הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שלמה ב"ר יושע יאקאב הי"ו. ר' שמואל אליעזר ברילל הי"ו.
שביעי: החתן יצחק ב"ר יעקב קעסלער הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן אלעזר ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו - באווארפען. החתן שמואל מאיר ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו - באווארפען. החתן ב"ר יואל מרדכי גוטמאן הי"ו. החתן אשר לעמיל ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו. החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו. החתן ישעי' ב"ר משה מנחם שלעזינגער הי"ו. החתן אהרן ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו. אחרון: החתן בן הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אייזיק הערש שפילמאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל מרדכי גוטמאן הי"ו (ב"פ).
מוסף: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר יצחק ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:05. מנחה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל משה ברילל הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יושע צבי פריינד הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און געטייטשט אז די כח פון אהרן הכהן איז געבליבן עד היום הזה און ער איז עומד ומדליק את הנרות און מחזק לבבות נשברות פאר אידישע קינדער און משפיע אלעס וואס אידישע קינדער דארפן צוקומען.
ידיד נפש: הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
פרייטאג ערש''ק בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' יוסף אלעזר ניישטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' גדלי' ברמ"י פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי משולם זושא שניטצלער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אהל ישראל מאיר בהנהלת הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' ישראל מאיר בר"י פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, און דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אינעם ביהמ"ד און אין די מקוה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו. ב"ר יוסף הערש גרינפעלד הי"ו. ב"ר מנחם פרידמאן הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 7:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א אינאיינעם מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ב"ב שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדיהם למז"ט וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און איבער פרטים פון די היסטארישע חתונה הזמנה פון הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו - הרה"ח ר' מיכאל משה ברילל הי"ו, באולם כינור דוד.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די חופה בבית ספינקא - זידיטשוב פון די מחותנים הרה"ג ר' יהודה הורוויץ שליט"א און הר"ר יוסף דוב ראזענפעלד שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און אויסגעווארט ביז נאך די חופה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, די זיידעס און אנוועזנדע רבנים ובני המשפחה.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך ארום 9:00 איז דער רבי אריין אין די תנאים זאלן ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס זענען געלאדענט געווארן די גבאים פון די וועדי קרן נשואין פון אלע בתי מדרשים שע"י ק''ק קרית יואל וועלכע שטעלן צוזאם גרויסע געלטער ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות, במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו וועלכע האט אויסגעשמועסט פארשידענע לעזונגען צו ביליגער מאכן די הוצאות החתונה און מהנה געווען מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה. דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון אלע בתי מדרשים אין קר"י ווי עס איז פארהאן תורה, עבודה, וגמ''ח, און איבער די חשיבות פון גיין נאך געלט פאר א צווייטן, און מחזק געווען די עסקנים ממשיך זיין ביתר שאת, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הרה"ג ר' אברהם יושע איגר שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים. מען האט געענדיגט ארום 11:00.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביהמ"ד בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"א ביקעל הי"ו, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. הרה"ח ר' יואל מרדכי גוטמאן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הגה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו החתן למז"ט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת הקודש.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' נחמן קליין הי"ו - הרה"ח ר' משה זאבעל הי"ו. הרה"ח ר' הלל הירש הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יהודה מאשקאוויטש הי"ו.
עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מ'מיאלען שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה העסקן הרה''ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו אפנעמען ברכת הקודש לקראת די פריימערי וואלן ווי ר' אהרן בנציון הי"ו לויפט יעצט פאר די ראקלענד קאונטי אסעמבלי זיץ, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די פולע פעולות לטובה פון ר' אהרן בנציון הי"ו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday13 Sivan 57846/19/2024
Report
ימין ושמאל תפרוצו
הנהלת מוסדותינו הק' אין בארא פארק, אין שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו, האבן היינט אין א מזל'דיגע שעה, ובברכתו ועידודו של רבינו הגה"ק שליט"א, 'געקלאוזט' אויף א גיגאנטישער שטח פון איבער 12 טויזענט סקווער פיס! אין הארץ פון בארא פארק - אויף די 18טע עוו. קאר. 53 סטריט. ווי עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן א נייע מייעסטעטישער בנין פאר די בית רחל הויך שולע, א פערציג מיליאון דאללאר'דיגער פראיעקט, לתפארת מוסדותינו הק' אין בארא פארק.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת בהעלותך
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מענדל פייערשטיין הי"ו בבית חמיו הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר''ר יחזקאל שרגא שטיין שליט''א - הרה''ח יואל ברי"צ פריינד הי"ו, באולם כינור דוד.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
אינטערוועגנס האט רבינו שליט"א אהנגערופן הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו און געוואונטשן א ברכת תתחדש צום באנייאונג פונעם פראכטפולן חתונה זאל 'גינת אסתר' ווי די ערשטע שמחות זענען אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין די יעצטיגע טעג, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים וויזוי די ערשטע שמחות זענען אדורך, און געזאגט אז ער הערט צוריק גאר שיינע גריסן פון מחותנים און קרובים, און אים מאציל געווען מברכות קדשו צו קענען מרבה זיין שמחות ביי אידישע קינדער מיט הרחבת הדעת.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הגה''צ ר' בנציון שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא ב"פ ואחיו החשובים שיחי' היושבים ע"פ אמם ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן א באריכט פון די צווייטע מהודר'דיגע ווייץ שניט דעם מאנטאג אין די פעלדער אין וואדלענד קאליפארניע - במקום שאין גשמים מצויין בימות הקיץ, פון ווי דער רב שליט"א האט זיך נארוואס אומגעקערט, און דער רבי האט פאר א לענגערע צייט אויסגעפרעגט אלע פרטים פונעם שניט.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הצעירה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת בהעלותך - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע איגר שליט"א בן הגה"צ רבי עזריאל מאיר שליט"א מלובלין וחתן הגה"צ רבי אפרים שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישאן
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'.
נאכמיטאג ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:10, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל אייזיק וויינשטאק הי"ו (ב"פ), דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. קריאת הכתובה: עלטער פעטער פון די כלה הגה"צ רבי אברהם איגר שליט"א אבד"ק לובלין שווייץ. ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א. ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א. עדי קידושין: הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א. ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים שליט''א.
דער רבי איז אריין געקומען צו די סעודת החתונה ארום 8:15, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים. ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצע אויבנאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 10:00, און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצווה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא ארה"ק, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' פייוויל איגר שליט"א (ב"פ).
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.
דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ברגש קודש א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע טאנץ מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דאן האט מען אויסגערופן צו די מצוה טאנץ דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און נאכן אפרעכטן די ריקודי קודש האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט מחותנו א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אויסגערופן דעם זיידן הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, און דעם אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער. דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר דוד משה ראזענבוים שליט"א. ב"ר שלום זושא היימאן הי"ו. ב"ר משה יצחק רייזמאן הי"ו. ב"ר יצחק אייזיק קאהן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון מקבל זיין תורה פון א רבי. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א וואס איז פארגעקומען מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' בעל דברי יואל און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה, און דערנאך געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה, מען האט געענדיגט ארום 12:45.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' משה הערש האלפערט הי"ו - הרה"ח ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' יואל פרנס הי"ו - הרה"ח ר' שמעון גרינפעלד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 1:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יצחק פארגעס ע"ה - הרה"ח ר' יהוסף מערץ הי"ו. הרה"ח ר' שלמה קלמן פעלדמאן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו.
נאך די תנאים'ס האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת נשא - שבת של שמחה עלי' לתורה פון החתן הרב ישראל דושינסקיא בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו. החתן יחזקאל שרגא ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו. החתן שלמה מנשה ב"ר יואל בראך הי"ו. החתן ליפא ב"ר יואל בראך הי"ו.
נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א און אים געבענטשט בברכת קדשו, אויך איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, דער רבי האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און דורש דעווען בשלומו.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן און די מחותנים, מען האט געזינגען כנהוג. ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' שמואל זלמן שפיץ שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הג"ר שמעון יואל בראך שליט"א מו''ץ בקהלתינו בני ברק.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הג"ר נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הג"ר שמעון יואל בראך שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכת כהנים און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מלאכה שאינה צריכה לגופה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו (מאנטרעאל). רבינו שליט''א האט מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א צו זאגן תורה, און דערנאך מכבד געווען מיט ברכת המזון.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אייזיק'ל מזידיטשוב זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק ט' סיון.
קה רבון עלם: דער מחותן הר"ר אברהם יושע איגר שליט"א מלובלין. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הג"ר אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת בית יוסף צבי בארה"ק ת"ו. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו (וומסב''ג), דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יחזקאל קארפען הי"ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה"ח ר' חיים מאיר סאנדער הי"ו. לוי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - באווארפען. שלישי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. רביעי: הרב ר' אברהם יושע איגר שליט"א. חמישי: החתן נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א, מען האט געזינגען ביים באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יואל ישראל מאיר אקער הי"ו. ר' קלמן אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. הוספות: החתן שלום אליעזר זוסיא ב"ר מרדכי מתתי' האלפערט הי"ו - באווארפען. החתן שלמה מנשה ב"ר יואל ברש"א בראך הי"ו - באווארפען. החתן מאיר בהר"ר אנטשיל קארפען שליט"א - באווארפען. החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו - באווארפען. החתן אשר לעמיל ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו - באווארפען. החתן ליפא ב"ר יואל בר"ה בראך הי"ו - באווארפען. החתן אהרן ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - באווארפען. אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מרדכי מתתי' האלפערט הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הג"ר אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אביגדור וויינבערגער הי"ו (ירושלים).
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און מען האט געזינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט קורצע דברי תורה אויפן פסוק 'יברכך ה' וישמרך' און געטייטשט אז כדי מען זאל זוכה זיין צו ברכת ה' ביים בויען א אידישע שטוב דארף זיין ילמוד תורה ואח"כ ישא אשה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:10. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"ה בראך הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב''פ). לוי: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו. שלישי: הרב ר' מנחם איגר שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרב ר' שמעון איגר שליט"א.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין ברכת כהנים 'יברכך ה' וישמרך' און געטייטשט אז נאך יו''ט שבועות ווען אידן האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות וחשובות מאד דארף מען זעהן צו אפהיטן די השתוקקות וואס מען האט געהאט יו''ט אויף שפעטער.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו (ב"פ). קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו. מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
נעכטן זונטאג תיכף נאכן דערהויבענעם יו"ט שבועות, זענען אראפגעפארן בשלוחת הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קיין וואדלענד קאליפארניע - במקום שאין גשמים מצויין - די דיינים המכשירים הג"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג, און הג"ר יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, צום צווייטן ווייץ שניט, חטים מהודרים בלי שום פקפוק וחששות פון מצומחות אדער מבוקעות. לקראת חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט.
מיט זיי זענען מיטגעפארן די ממונים ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.
אזוי אויך איז ספעציעל אראפגעפארן הגה"צ רב דקהלתינו וומסב"ג שליט"א מיטצוהאלטן פון דער נאנט דעם יעצטיגן ווייץ שניט.
ווי שוין געמאלדן איז פארגעקומען דער ערשטער שניט אין יומע אריזאונע אין די וואך פון ל"ג בעומר, ווי מ'האט געשניטן קרוב צו א פערטל מיליאון עיקער לאנד און נאנט צו א האלב מיליאון פונט ווייץ לשם מצות מצוה. די מהודר'דיגע ווייץ איז שוין ב"ה אהנגעקומען קיין ניו יארק א וואך פאר שבועות.
אזוי ווי, לויט ווי ס'ווערט געשאצט איז דער סכום ווייט פון גענוג אויפן קומענדיגן יאר און לויטן ברייטן פארלאנג אויף די מצות מהודרים פעלט'זיך אויס פיל מער ווייץ, וואס די פעלדער וואס מהאט געפלאנצט אין אריזאונע האבן נישט געקענט נאכקומען, צוליב דעם וואס איינע פון די ארטיגע פעלדער האט נישט מצליח געווען ארויסצוקומען הונדערט פראצענט לויט די מהודר'דיגע סטאנדארטן וואס רבינו שליט"א האט אראפגעשטעלט און לחומרא יתירה האט מען דאס איבערגעלאזט. איז מען ע"פ הוראת קדשו פון מרן רבינו שליט"א אראפגעפארן זוכן אין די קאליפארניע פעלדער, ווי מ'האט בס"ד געטראפן די ריכטיגע פעלדער און גאר מהודר'דיגע ווייץ
וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני'ה, מיט אלע חומרות והידורים ווערט היינט - אהנגעהויבן אום 1 אזייגער כחצות היום (4 אזייגער ניו יארקער צייט) - געשניטן ווידעראמאל דעם זעלבן סכום פון קרוב צו א האלב מיליאון פונט ווייץ לשם מצות מצוה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הבה"ח הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א. מיט הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע אייגער שליט''א, בן הרה''ג ר' עזריאל מאיר שליט''א מלובלין, חתן הגה''צ ר' אפרים שטיין שליט''א אבד''ק פאלטישאן.
אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה להתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday10 Sivan 57846/16/2024
Report
פרייטאג נשא אסרו חג שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יעקב זאב כ"ץ הי"ו. ב"ר אלי' סאלאמה הי"ו. ב"ר יוסף ישעי' יחיאל זאבעל הי"ו. ב"ר טובי' עהרנפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים משה בראך הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום שני של שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי אום 9:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זיך משתתף זיין ביים מעמד הנשגב 'נעשה ונשמע' לימוד התורה ברבים, צום ערשט איז דער רבי ארום געגאנגן אין אלע סניפים פון ביהמ"ד אהנגעהויבן ביים היכל התורה, און דערנאך אינעם גיגאנטישן היכל בית המדרש, און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט ברוב קורת רוח אויף די טויזענטער לומדים זקנים עם נערים, ומה נהדר היה המראה ווי דער רבן של ישראל גייט ארום צווישן די טויזענטער לומדים אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם, דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי עוסק זיין בתורה מיט א חברותא נכדו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד לייבוש ווייסמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:00. אמירת הברכות: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל. נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.
הוצאה והכנסה: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג, און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' מאנסי. פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
עליות. כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג). לוי: הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א (וומסב''ג). שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הר"ר ברוך שטערן שליט"א (וומסב''ג). מפטיר: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו (ב"פ). הגבה ספר שני: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי) גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור, צוליב די שטארקע געדרענג די פארגאנגענע יארן איז אהערגעשטעלט געווארן א נייע סדר בהסכמת רבינו שליט''א, און איז אויסגעשפרייט געווארן ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און גאלעריען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס אויפאיינמאל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. נאך עלינו האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א הי"ד. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 3:00.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר''מ בישיבת אהבת התורה. מוהל: דער אבי הבן שליט"א. סנדק: רבינו שליט"א. ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: יקותיאל זלמן יו"ט ליפא ע"ש פונעם זיידן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידושא רבא לרגל די שמחת הברית מילה, דער רבי האט קידוש געמאכט און מען האט געזינגען ניגוני שמחה. ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויפן פיוט 'ובאו כולם בברית יחד' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה קען יעדע איד מקיים זיין די תורה, דאס קומט וויבאלד מען האט נישט קיין ערלת הלב, וואס קומט אראפ דורך מצוות מילה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 3:30. ביים מיטאג טיש מיט די בני המשפחה וסעודת ברית מילה בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אתה נגלית הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, יום ליבשה: הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א. דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיתם לי סגולה מכל העמים' און געטייטשט אז בזכות פון מצות מילה ווערן אידן איינס מיט הקב"ה און דורכדעם ניצט תשובה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנס הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א, און הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
נאכמיטאג ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה ונעילת החג. עס האט געדאווענט פארן עמוד: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן פלאץ און געטאנצן פאר עטליכע מינוט, און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט. הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומסב''ג האט אנגעגאסן פארן רבי'ן דעם כוס, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור. דער רבי האט טועם געווען מזונות און מען האט פארטיילט שיריים, און דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום מסכת בכורות במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם הדרן, מיט קדיש האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה.
מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג, דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו, און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה.
דער רבי האט געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געטייטשט אז משה רבינו האט אנגעצינדן אין אידישע הערצער א ניצוץ קדוש וואס ברענט עד היום הזה אז די תורה בלייבט אין יעדע משפחה פון כלל ישראל עד סוף כל הדורות, און גערעדט בהתפעלות פון די סדר לימוד תורה ברבים עליונים ששו ותחתונים עלזו אידן האבן געוויזן אז לכבוד יו''ט שבועות גיבט מען אן איינגאבע פון לימוד התורה וועט מען פון הימל משפיע זיין גרויס שפע און שוין געבן אן איינגאבע, און דערמאנט דעם סיום מס' בכורות בחבורת תורתך שעשועי וואס בעז"ה ביז א יאר וועלן זיי מסיים זיין כל הש''ס כולו, אידן וואס קיקן זיך צו און זענען מקנא זאלן דאס אויך נאכטוהן. נאך א אופן געטייטשט אז עס איז דא א שפע פון פרנסה איז דא נסיון העושר, אבער אז די ברכה קומט פונעם אייבערשטן אליינס העכער פון די מערכת המזלות שאדט עס נישט און עס קען גיין תורה וגדולה במקום אחד, און מסיים געווען בברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אין א פייערליכע טאנץ, ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.
צו מעריב מוצאי יו''ט איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף, דער רבי האט געמאכט קידוש לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויף 'טובים מאורות' און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה, און דער רבי האט משמיע געווען די 'ברכת הקודש' אויפן פסוק ו'עתה' אם שמוע תשמע בקולי... מען דארף זיך מתגבר זיין קעגן עצת היצר פון אפשטופן יעדע גוטע קבלה אויף שפעטער נאר אנהייבן יעצט תיכף מיט די קבלות טובות אנשים נשים וטף, און יעצט ווען ס'קומט שוין די זומער חדשים דארף מען געדענקן 'הגבל את ההר וקדשתו' מען דארף מגבל זיין דעם יצר הרע שנדמע להר, בקדש עצמך במותר לך, יעדער לפי מדרגתו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב. מען האט געענדיגט ארום 11:30, בשעת ווען אלופי אלפי ישראל זענען פארבליבן אויף די גאס בחצר ביהמ"ד הגדול א לענגערע צייט, טאנצן פייערליך אין צענדליגער רינגען פון חסידים ואנשי מעשה, ברוב שבח והודאה להשי"ת אויף די געהויבענע זמנים וואס מ'האט זוכה געווען.
מוצאי יו"ט זענען אריין זיך געזעגענען בביתו נאוה קודש בחורי אנ''ש פון מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו''ט בצל הקודש, דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכות קדש.
ליל א' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערב יו"ט בביתו נאוה קודש האט דער רבי געצינדן יזכור לעכט.
פארנאכטס ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, מערבית: הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען גאר א לאנגע צייט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט דער רבי עוסק געווען בתיקון הלילה ביז צום טיש, און געזאגט די תיקון ליל שבועות חלק התורה.
ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני יו''ט נגוני מתיקות ועריבות התורה. מיטן די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אהבה רבה: הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב וומסב''ג, פיוט מערבית: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומסב''ג. דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות ובבכיות.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געטייטשט אז ווען מען איז מתפלל במחיצתו פון א צדיק איז עס מסוגל אויף קיבול תפילות, בשעת מתן תורה איז יעקב אבינו דארט געווען כדאי ווען אידן זענען מתפלל אױף זיך און אויף די קינדער זאל נתקבל ווערן די תפילות, אזוי איז עד היום הזה דא דער כח אז מען קען מתפלל זיין זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער און אייניקלעך.
ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות. יום ראשון של שבועות
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ש ראזענבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:10. אמירת הברכות: הרב החסיד בנש"ק ר' משה גראס שליט"א (מאנסי). פסוקי דזמרה: הגה"צ דומ"ץ קהלתינו הק' ירושלים שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל, ביי אהבה רבה האט מען געזינגען דעם ניגון המקובל פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זיע''א מיט גרויס התעורורות ובבכיות.
הוצאה והכנסה: הרב הגאון ר' שלום לאנדא שליט"א מרבני איגוד הרבנים ומו"ץ בקהלתינו הק' מאנטשעסטער, און הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטרעאל. פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 18 ב"פ.
דער רבי איז ארויף אויף די בימה מען האט אויסגערופן דעם כהן הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול חוצב להבות אש ברגש קודש ובגעגועין, און דאן געליינט די קריאה בהתעוררות רב.
לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. רביעי: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א. חמישי: רבינו שליט"א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יושע ברח"ה גאלדבערגער הי"ו. ר' חיים דוד פארגעס הי"ו. ר' רפאל בר"מ ווערטהיימער הי"ו. ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו.
הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל שיף הי"ו (ב"פ). מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען). די געסט האבן גומל געבענטשט. הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג). די הפטורה האט דער רבי געזאגט שטייענדיג כנהוג.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שיף הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 3:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און פון די טייג פון די מילכיגע קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע. מען האט געזינגען ניגוני יו"ט און דער רבי האט משמיע געווען דעם 'קרעפל פשעטל' בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין. מען האט געענדיגט ארום 3:50.
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50, מנחה: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ בקהלתינו בני ברק. נאך מנחה האט זיך דער רבי אראפגעזעצט ביים ארון הקודש, מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור. מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א מסטאניסלאוו מאנסי. דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתיצבו בתחתית ההר' און געטייטשט אז פארדעם האט מען געגעבן די תורה נאך דעם דריטן טאג צו נעמען חיזוק פון די ביהמ''ק השלישי אז אייביג קען מען האבן א תקומה.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו. מען האט געענדיגט ארום 9:55 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב, מערבית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:25, דער ציבור איז א לאנגע צייט אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות. במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אהבה רבה: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג, פיוט מערבית: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז בזכות פון יעקב אבינו איז דא די כח פון תשובה און דורכדעם האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
יו''ט שבועות תשפ''ד 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב ק''ק קרית יואל יצ''ו
הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!
ברוך המקום ברוך הוא ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, ובאו כולם בברית יחד א פרישע קבלת התורה, ויחן שם ישראל נגד ההר כאיש אחד בלב אחד אריבער א רבבה מישראל כ"י בליעה"ר תחת קורת גג אחד, א קיבוץ גלויות פון אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, במחיצת הקודש פון אבינו רועינו כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וואס האט אנגעצינדן די ניצוץ הקדוש ביי יעדן זיך מדבק זיין אין די תורה הקדושה און מיטן נותן התורה אנו וזרעינו וזרע זרעינו, און האבן זוכה געווען אז וירד משה מן ההר אל העם מיטצונאלטן די הייליגע תפילות און טישן און צו הערן דברות קודש מלהבות אש, הקהל לי את העם אשר ילמדון דעם צווייטן טאג יו''ט בלימוד התורה ברבים, סדורא בהן קדושתא זיך אנגעזאפט תורה וקדושה, מיט א תפילה לקל חי מיר זאלן זוכה זיין מקבל זיין די אלע השפעות קדושות פונעם יו''ט בגשמיות וברוחניות, וימים על ימי מלך תוסיף רבינו שליט''א זאל אונז משפיע זיין נאך לאנגע געזונטע יארן צו זוכה זיין לשאוב ממעיין טהור, ולחסות בצל תומר מתוך בריות גופא ונהורא מעליא עדי נזכה לביאת הגואל במהרה
דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך צו קענען אראפלייגן מיט ווערטער די רגשי הלב פונעם פייערליכן יום טוב בצל הקודש. דא וועלען מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוויתן סדר הימים הנעלים והקדושים העעל"ט, ויותר ממה שקראנו לפניכם כתוב כאן.