בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday13 Sivan 57846/19/2024

Report
מאנטאג פרשת בהעלותך - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע איגר שליט"א בן הגה"צ רבי עזריאל מאיר שליט"א מלובלין וחתן הגה"צ רבי אפרים שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישאן

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'.

נאכמיטאג ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:10, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות, און מסיים געווען בברכות לרוב.
מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל אייזיק וויינשטאק הי"ו (ב"פ), דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. קריאת הכתובה: עלטער פעטער פון די כלה הגה"צ רבי אברהם איגר שליט"א אבד"ק לובלין שווייץ. ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א. ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א.
עדי קידושין: הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים שליט''א.

דער רבי איז אריין געקומען צו די סעודת החתונה ארום 8:15, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצע אויבנאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 10:00, און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצווה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא ארה"ק, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' פייוויל איגר שליט"א (ב"פ).

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.

דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ברגש קודש א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע טאנץ מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

דאן האט מען אויסגערופן צו די מצוה טאנץ דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און נאכן אפרעכטן די ריקודי קודש האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט מחותנו א לענגערע צייט.

דערנאך האט מען אויסגערופן דעם זיידן הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, און דעם אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️