שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - ברכהמ''ז ומצוה טאנץ.
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - סעודת החתונה.
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מעמד החופה.
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מעמד קבלת פנים.
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - ברכות הקודש ביום החופה.
מאנטאג פרשת בהעלותך - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע איגר שליט"א בן הגה"צ רבי עזריאל מאיר שליט"א מלובלין וחתן הגה"צ רבי אפרים שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישאן
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'.
נאכמיטאג ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:10, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל אייזיק וויינשטאק הי"ו (ב"פ), דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. קריאת הכתובה: עלטער פעטער פון די כלה הגה"צ רבי אברהם איגר שליט"א אבד"ק לובלין שווייץ. ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א. ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א. עדי קידושין: הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א. ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים שליט''א.
דער רבי איז אריין געקומען צו די סעודת החתונה ארום 8:15, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים. ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצע אויבנאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 10:00, און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצווה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא ארה"ק, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' פייוויל איגר שליט"א (ב"פ).
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.
דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ברגש קודש א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע טאנץ מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דאן האט מען אויסגערופן צו די מצוה טאנץ דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און נאכן אפרעכטן די ריקודי קודש האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט מחותנו א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אויסגערופן דעם זיידן הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, און דעם אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער. דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"א סיון תשפ"ד6/17/2024
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הבה"ח הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א. מיט הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע אייגער שליט''א, בן הרה''ג ר' עזריאל מאיר שליט''א מלובלין, חתן הגה''צ ר' אפרים שטיין שליט''א אבד''ק פאלטישאן.
אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה להתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.
יום שני של שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי אום 9:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זיך משתתף זיין ביים מעמד הנשגב 'נעשה ונשמע' לימוד התורה ברבים, צום ערשט איז דער רבי ארום געגאנגן אין אלע סניפים פון ביהמ"ד אהנגעהויבן ביים היכל התורה, און דערנאך אינעם גיגאנטישן היכל בית המדרש, און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט ברוב קורת רוח אויף די טויזענטער לומדים זקנים עם נערים, ומה נהדר היה המראה ווי דער רבן של ישראל גייט ארום צווישן די טויזענטער לומדים אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם, דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי עוסק זיין בתורה מיט א חברותא נכדו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד לייבוש ווייסמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:00. אמירת הברכות: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל. נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.
הוצאה והכנסה: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג, און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' מאנסי. פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
עליות. כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג). לוי: הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א (וומסב''ג). שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הר"ר ברוך שטערן שליט"א (וומסב''ג). מפטיר: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו (ב"פ). הגבה ספר שני: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי) גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור, צוליב די שטארקע געדרענג די פארגאנגענע יארן איז אהערגעשטעלט געווארן א נייע סדר בהסכמת רבינו שליט''א, און איז אויסגעשפרייט געווארן ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און גאלעריען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס אויפאיינמאל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. נאך עלינו האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א הי"ד. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 3:00.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר''מ בישיבת אהבת התורה. מוהל: דער אבי הבן שליט"א. סנדק: רבינו שליט"א. ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: יקותיאל זלמן יו"ט ליפא ע"ש פונעם זיידן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידושא רבא לרגל די שמחת הברית מילה, דער רבי האט קידוש געמאכט און מען האט געזינגען ניגוני שמחה. ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויפן פיוט 'ובאו כולם בברית יחד' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה קען יעדע איד מקיים זיין די תורה, דאס קומט וויבאלד מען האט נישט קיין ערלת הלב, וואס קומט אראפ דורך מצוות מילה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 3:30. ביים מיטאג טיש מיט די בני המשפחה וסעודת ברית מילה בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אתה נגלית הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, יום ליבשה: הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א. דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיתם לי סגולה מכל העמים' און געטייטשט אז בזכות פון מצות מילה ווערן אידן איינס מיט הקב"ה און דורכדעם ניצט תשובה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנס הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א, און הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
נאכמיטאג ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה ונעילת החג. עס האט געדאווענט פארן עמוד: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן פלאץ און געטאנצן פאר עטליכע מינוט, און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט. הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומסב''ג האט אנגעגאסן פארן רבי'ן דעם כוס, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור. דער רבי האט טועם געווען מזונות און מען האט פארטיילט שיריים, און דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום מסכת בכורות במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם הדרן, מיט קדיש האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה.
מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג, דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו, און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה.
דער רבי האט געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געטייטשט אז משה רבינו האט אנגעצינדן אין אידישע הערצער א ניצוץ קדוש וואס ברענט עד היום הזה אז די תורה בלייבט אין יעדע משפחה פון כלל ישראל עד סוף כל הדורות, און גערעדט בהתפעלות פון די סדר לימוד תורה ברבים עליונים ששו ותחתונים עלזו אידן האבן געוויזן אז לכבוד יו''ט שבועות גיבט מען אן איינגאבע פון לימוד התורה וועט מען פון הימל משפיע זיין גרויס שפע און שוין געבן אן איינגאבע, און דערמאנט דעם סיום מס' בכורות בחבורת תורתך שעשועי וואס בעז"ה ביז א יאר וועלן זיי מסיים זיין כל הש''ס כולו, אידן וואס קיקן זיך צו און זענען מקנא זאלן דאס אויך נאכטוהן. נאך א אופן געטייטשט אז עס איז דא א שפע פון פרנסה איז דא נסיון העושר, אבער אז די ברכה קומט פונעם אייבערשטן אליינס העכער פון די מערכת המזלות שאדט עס נישט און עס קען גיין תורה וגדולה במקום אחד, און מסיים געווען בברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אין א פייערליכע טאנץ, ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.
צו מעריב מוצאי יו''ט איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף, דער רבי האט געמאכט קידוש לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויף 'טובים מאורות' און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה, און דער רבי האט משמיע געווען די 'ברכת הקודש' אויפן פסוק ו'עתה' אם שמוע תשמע בקולי... מען דארף זיך מתגבר זיין קעגן עצת היצר פון אפשטופן יעדע גוטע קבלה אויף שפעטער נאר אנהייבן יעצט תיכף מיט די קבלות טובות אנשים נשים וטף, און יעצט ווען ס'קומט שוין די זומער חדשים דארף מען געדענקן 'הגבל את ההר וקדשתו' מען דארף מגבל זיין דעם יצר הרע שנדמע להר, בקדש עצמך במותר לך, יעדער לפי מדרגתו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב. מען האט געענדיגט ארום 11:30, בשעת ווען אלופי אלפי ישראל זענען פארבליבן אויף די גאס בחצר ביהמ"ד הגדול א לענגערע צייט, טאנצן פייערליך אין צענדליגער רינגען פון חסידים ואנשי מעשה, ברוב שבח והודאה להשי"ת אויף די געהויבענע זמנים וואס מ'האט זוכה געווען.
מוצאי יו"ט זענען אריין זיך געזעגענען בביתו נאוה קודש בחורי אנ''ש פון מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו''ט בצל הקודש, דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכות קדש.
פרייטאג ערש''ק בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד בית מנחם זאב אין שכונת ויואל משה לרגל די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אהרן ווייס הי"ו (וומסב"ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד. סנדק: רבינו שליט"א. סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'שמעון' נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געעפענט די חלה מיט די הענט כנהוג אום ערב שב"ק, און עס האבן אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו נדבן הביהמ"ד. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און די חשובע זיידעס, און דער רבי האט ארומגערעדט זכרונות פון די ליכטיגע טישן ביי רביה"ק זיע''א אין די בראשית יארן ווי דער רבי איז געשטאנען אינטערן בענקל פון רבי'ן אינאיינעם מיט הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, און ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע ביהמ"ד וועלכע איז נודע לשם ולתהילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכ'ן סעודות ברית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' זלמן שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
דינסטאגכ' אייר תשפ"ד5/28/2024
באריכט
שב''ק פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' יואל ברי"א שטיין הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20, עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד אור יוסף אין פראנקרייך, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (לאנדאן).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה רזונאי הי"ו (בית שמש).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון התופס לבעל חוב במקום שחוב לאחרים.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו, ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען מאנטאג י"ט אייר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פאר נכד רבינו בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים אויף ביר און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו (מאנטשעסטער), און מען האט ממשיך געווען צו טאנצן תורתו מגן לנו לכבוד ל"ג בעומר. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' גדלי' צבי גליק הי"ו (מאנטשעסטער), דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט.
עליות. כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו. לוי: הרב פנחס שלום טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מלויעוו טשערנאבל שליט"א. שלישי: החתן שלמה יקותיאל ב"ר הלל ניימאן הי"ו - (באווארפען). רביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו. חמישי: ר' שלמה משה ראטה הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' מיכאל יעקב יואל אינדיג הי"ו.
שביעי: ר' יעקב ב"ר יוסף פערל הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' יעקב אליעזר רובין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' הלל ניימאן הי"ו.
מוסף: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם לייב וועכטער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:25.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:45. מנחה: הרה"ח ר' יעקב פארקאש הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. לוי: הר''ר יודל וואזנער הי"ו. שלישי: הר"ר מאיר גרינוואלד שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' וואלף גלויבער הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר' און געטייטשט אז די תורה איז געגעבן געווארן אויפן הר סיני צו לערנען זיך פירן בענווה ושפלות רוח אזוי איז דא השראת השכונה, און ווען עס איז דא א ברכה פונעם אייבערשטען פון שפע איז ברכת ה' הוא תעשיר און עס שאדט נישט פאר די קינדער.
ידיד נפש: הרה"ח ר' הר"ר מאיר גרינוואלד שליט"א, קל מסתתר: הרב פנחס שלום טווערסקי שליט"א. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען. מען האט געענדיגט ארום 10:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגי' ניסן תשפ"ד4/18/2024
ווידיאו
שמחות השבע ברכות בחצרות קדשנו החתן נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, אין ביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים אין קר''י. צוגעשטעלט דורך די תושבי השכונה לכבודו פון רבינו שליט"א און דער מחותן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב ביהמ''ד בית שמואל.
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב חיים יחזקאל שרגא ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ד' תזריע בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מצוה טאנץ פון די זיידעס און אבי החתן און אבי הכלה שליט''א.