מאנטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא מערץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אהרן צבי האלענדער הי"ו. ב"ר יואל אליעזר בלוישטיין הי"ו. ב"ר יואל בר"ד פריעדלענדער הי"ו. מען האט געזאגט תחנון צוליב דעם יום המר והנמהר ה' אייר כהוראת רביה"ק זיע''א. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' משה חיים קאהן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' יואל ברא"ל בראך הי"ו. דערנאך איז דער רבי אריבער צום צווייטן זאל שע"י ביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מעמד 'הכרת הטוב' צוגעשטעלט דורך די וועד הפעולה שע"י העדה החרדית פאר די צענדליגער עסקנים און די נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון פאר די 'קיום התורה' קאמפיין שע"י קרן תמכין דאורייתא בנשיאות כ''ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א, ווי עס איז פארטיילט געווארן צום דריטן מאל אויף יו''ט פסח אזויפיל ווי נאענט צו צוויי מיליאן שקל פאר קרוב צו צװײ טויזענט משפחות פון די עדה החרדית.
עס האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א און ארומגערעדט וואס עס מיינט פאר די עניי ארה''ק צו באקומען די חלוקה בדרך כבוד, און די געוואלדיגע זכיה פון מרים זיין די קרן התורה פון די רבנים ומו''ץ פון די עדה החרדית, און אויפגערופן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דעם דבר המעמד איבער די געוואלדיגע זכי' פון קענען שטיצן די בני העדה החרדית, ובפרט די רבנים ודיינים, און באזונדער מפליג געווען בשבח פון ידידו הגאון פוסק הדור שליט"א וועלכער האט מייסד געווען און שטייט אין שפיץ פון די וועד הפעולה מיט אירע אקטיוויטעטן, און איז מרים די כח פון די עדה החרדית לוחם צו זיין קעגן דעם שלטון הרשע בארה"ק.
רבינו שליט''א האט מיט א קורת רוח איבערגעקוקט די ליסטעס פון די אסטראנאמישע פסח חלוקה פון 2 מיליאן שקל, און די קאפיעס פון די טויזענטע טשעקס וואס די קרן האט פארטיילט פאר די צויי טויזענט משפחות, און באזונדער די שיינע תמיכה וואס איז געגעבן געווארן פאר די אריבער הונדערט דייני העדה החרדית, ועל צבאם הגאו"צ חברי הבד"ץ שליט"א. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק וברכה פאר די עסקנים, דער רבי האט זיך באצויגן צו די ווערטער פונעם דיין שליט"א, און ממשיך געווען אז די עדה החרדית איז דער יסוד פון יהדות החרדית בעיה"ק ירושלים און קהילתינו הק' איז אייביג געשטאנען צו די רעכטע האנט פון די עדה החרדית און בפרט רבותינו הק' זיע''א האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט פייער צו מחזק זיין די עדה החרדית, און ארומגערעדט בשבח פון די עסקנים וואס האבן גענומען אויף זיך א עול צו מחזק זיין די רבנים און חברי הבי''ד ומורי הוראות, און בכלל פאר די גאנצע ציבור דארט וואס זענען זיך מסתופף בצל פון די עדה''ח וועלכע פלאגן זיך צו שפייזן די געבענטשטע משפחות, און נאכגעזאגט פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אז מיטן שטיצן די בני ארה"ק איז מען מקיים מצות ישוב ארץ ישראל, און מסיים געווען בברכת קדשו אז די עדה החרדית זאל האבען א קיום און מען זאל עס נישט קענען צעברעכן, און פאר אלע עסקנים און נדבנים.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו וועם דער רבי האט ממנה געווען אלס יו'''ר הנהלה בארה''ב, און פאר העסקן הדגול ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ממשיך זיין מיט די זמני כניסה.
זונטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק א', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת הזמן החדש.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאכמיטאג ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון האשה החשובה והישישה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר אנשיל גרובער שליט"א (מאנסי), נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת לילדי ספרד עטה"ק בצפת, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה כנהוג צווישן פסח און שבועות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קדושים תיהיו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור ביי א מצוה.
קה אכסוף: בנש"ק הב' יחזקאל שרגא האלבערשטאם ני"ו נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ברכת המזון: נכד רבינו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זיע''א וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג א' אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:20.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו.
עליות. כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א. לוי: ר' אברהם שמחה הירש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: ר' ישראל ברוך אונגאר הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. רביעי: ר' מנחם זאב זילבערשטיין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: ר' משה שמאיע הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יצחק לאנדא הי"ו.
שביעי: ר' מענדל ב"ר יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' יעקב גרובער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:40. מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו. שלישי: בנש"ק הב' יחזקאל שרגא האלבערשטאם ני"ו. נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענים בה"ב. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר זאפיר הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קדושים תיהיו' און געטייטשט אז צו קענען זיין קרוב אל ה' און צו הערן דעם קול ה', קענען אידישע קינדער מכח די אבות הקדושים און בזכות שב''ק, דורך דעם וואס מען פירט זיך שבת בקדושה בדיבורים קדושים און מען איז נזהר בדבורים האסורים, און אז מען פירט זיך בקדושה בקדש עצמך הקדושה לך איז מען זוכה צו הערן דעם קול ה', ישלח עזרך מקודש.
ידיד נפש: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו (מאנסי), דער רבי האט געבענטשט על הכוס. מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), און נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:50.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 12:00 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש לרגל די שמחת קישור החיתון פונעם הויז בחור החתן חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday4 Iyar 57845/12/2024
Report
פרייטאג ערש''ק קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:30, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר משה יודא הירש הי"ו. ב"ר יושע וואלף שווארטץ הי"ו.
בעל תפילה: הב' יוסף גרובער ני"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יוסף בראדער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש נאכן וויילן די פארגאנגענע טעג אויף מנוחת הנפש.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג קדושים ב' דר"ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:25, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר יואל ברא''י עקשטיין הי"ו. ב"ר יואל זארגער הי"ו. בעל תפילה: הבחור המשב''ק חנני יו''ט ליפא דייטש הי"ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:50, בעל תפילה: ר' משה כ''ץ הי"ו, און מעריב ארום 9:40, בעל תפילה: הב' שמואל יהודה הערשקאוויטש ני"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
ארום 10:15 איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו - הרה"ח ר' אהרן דוד רובינשטיין הי"ו. הרה''ח ר' יצחק שטיינמעץ הי"ו - הרה"ח ר' וואלף רעטעק הי"ו.
תיכף דערנאך איז די רבי צוריק געפארן לבית האכסניא.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך קדושים א' דר"ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו .ב"ר משה אברהם גראס הי"ו. ב"ר יושע ביקעל הי"ו. ב"ר נפתלי פריינד הי"ו. בעל תפילה: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.
פתיחה: הרה"ח ר' משה אברהם גראס הי"ו. כהן: הב' הבר מצוה בן הר"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו. לוי: הב' אהרן ב"ר צבי מאנדל הי"ו. שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר נפתלי פריינד הי"ו. רביעי: הב' הבר מצוה ב"ר משה אברהם גראס הי"ו. הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יושע ביקעל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארן קיין אייראפע אויף מקומות הקדושים, און בפרט איבער פארן קיין אוקריינע אין די יעצטיגע מלחמה טעג.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:45, בעל תפילה: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו. און מעריב ארום 9:30, בעל תפילה: הר''ר חיים דוד פארגעס הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
ארום 10:10, איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי''ו און הרה''ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו. תיכף דערנאך איז דער רבי צוריק געפארן לבית האכסניא.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:00. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר חיים משה אלימלך כ"ץ שליט"א. בן הר"ר ברוך בר"א עקשטיין שליט"א - שו"ב. בעל תפילה: הב' שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני שחיטה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:45, בעל תפילה: הב' שמואל יודא הערשקאוויטש ני"ו און מעריב ארום 9:45, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday29 Nissan 57845/7/2024
Report
מאנטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית מיט א ענגע מנין בבית האכסניא ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג). בעל תפילה: ר' משה ברא"ש כ"ץ הי"ו. כהן: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. לוי: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הב' הבר מצוה. הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: הב' שמעון ב"ר ישראל יעקב דייטש הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:45, בעל תפילה: ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו. און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15, בעל תפילה: הב' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל שאלילאף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר ישראל פריינד שליט"א. ב"ר יואל שלמה זאלדאן הי"ו. ב"ר ישראל מנחם שניצלער הי"ו. ב"ר יודא ארי' לאוב הי"ו. ב"ר משולם זושא לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געמאכט דעם סיום הש"ס און ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק והכנה לפני עלי' לציון, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' און ארויסגעברענגט אז די איינציגסטע וועג צו שטייגן אין עבודת השם איז נאר דורך די תורה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע יגיעות התורה פון רביה"ק בעל הילולא זיע''א וואס האט יעדע איבריגע מינוט עוסק געווען אין לימוד התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:25 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש ותלמידי הישיבה, ביים אנגעקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה אין אריין אין אוהל הק', געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט, און געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע''א דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא. דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
פארנאכטס האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו וואס געפינט'זיך אין א שטילע געגנט אין קר"י ווי דער רבי וועט וויילט אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע טעג, דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:45, און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצש''ק ארום 12:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור וסעודת הילולא לרגל די הילולא קדישא פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א. דער רבי האט זיך געוואשען צום סעודה, פאר די פיש האט מען געזינגען זמירות למלוה מלכה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו של רבי הבעל ההילולא זיע''א. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קעניזשא מתלמידי בעל הילולא
ארום 1:20 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' און געטייטשט במשנתו של בעל הילולא, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון רביה"ק בעל הילולא זיע''א בג' עמודי עולם, זיין גרויסקייט אין תורה, זיינע הייסע תפילות, און איז געווען א אב הרחמן ללבות נשברות, די ווארימע דרשות, די זיסע תורות, און די עבודת הקודש לחזק ולרומם קהלתינו ומוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט, 'והיה כאשר ירים משה וגבר ישראל' דער רבי האט דערמאנט די פילע פעולות פון רביה''ק זיע''א אין מלחמת הציונות, און ארויסגעברענגט דעם שווערן מצב בארה"ק מיט די גזירות הגיוס וואס מען דארף אסאך רחמי שמים, און דער מצב המלחמה בארה"ק וואס האט פארשפרייט אסאך שנאת ישראל איבער די גאנצע וועלט און מען דארף אויך רחמי שמים אז עס זאל חלילה גארנישט קאסטן פאר כלל ישראל, און דערנאך ארומגערעדט איבערן גזירת החינוך אין ניו יארק מען דארף רחמי שמים ניצל צו ווערן פון די גזירה, מען איז מתפלל די ערליכע עסקנים זאלן קענען אויפטוהן און מבטל זיין די גזירה, און בפרט אז עס זענען דא אנדערע עסקנים וואס זענען חלילה גרייט צו מאכן פשרות אינעם חינוך רח"ל. דער רבי האט דערמאנט די פולע פעולות בעניני צניעות, און אויפגעפאדערט אלע אנ''ש די בכל אתר ואתר נזהר צו זיין אין דעם, און מחזק געווען די תקנת המוסדות נישט אנצונעמען קיין תלמידים פון אזעלכע שטובער ווי מען גייט מיט לאנגע צולאזטע שייטלען, און די זעלבע מיט די יצר הרע פון די טמא'נע כלים. די פעולות פון רביה"ק זיע''א מרחיב זיין די גבולי הקדושה איבער די גאנצע וועלט, און דער רבי האט מעורר געווען אנשי שלומינו צו דאווענען דוקא בבתי מדרשינו און נישט דאווענען אין פרעמדע פלעצער ווי מען קען נשפע ווערן פון פרעמדע השקפות און מיינונגען, און מעורר געווען נישט נשפע צו ווערן פון די מחנה מגושמים, עס איז געווארן א מאדע צו קומען שבת אינדערפרי אין ביהמ"ד אן א שטריימל, נישט אזוי קומט מען אין ביהמ"ד! "בבית אלקים נהלך ברגש" בדרך כבוד ווי עס פאסט, און די זעלבע נזהר צו זיין בכבוד ביהמ"ד נישט צו רעדן ביים דאווענען וכו', אזוי אויך איבער די שלעכטע מנהג פון די גרויסע קידושים נאכן דאווענען וואס ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די מצב פון די דירות מאנגל אין קר"י און געזאגט אז מען האט בס"ד אויפגענומען א וועד בעלי בתים וואס קוקן אדורך אלע מעגליכקייטן וואס מען קען טוהן וחפץ ה' בידינו יצליחו, ביים סוף האט דער רבי דערמאנט די כולל עצי חיים אין בני ברק וואס איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק בעל הילולא זיע''א לשמו ולזכרו פון אביו מרן בעל עצי חיים זיע''א און שטייט היינט בנשיאות אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות און א מסירות, און מען דארף זען ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת אחרי מברכים חודש אייר - כ''ו ניסן יומא דהילולא קדישא של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק פארן זמן האט רבינו שליט''א געצינדן בביתו נאוה קודש א נר נשמה לע''נ אביו רביה''ק זיע''א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און קבלת שבת.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט אין ביהמ''ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' אלימלך אשכנזי בן הרה''ג ר' חיים הערש שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט''א מראשי מבצר הכוללים.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחרי מות שני בני אהרן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא.
קה אכסוף: הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון רביה''ק הבעל הילולא זיע''א.
קה רבון עלם: הר''ר אלחנן חיים טייטלבוים שליט''א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' מענדל מאיר מיטטלמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה און שחרית, און מען האט געזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זיינוויל פאלאטשעק הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט''א.
עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי''ו. לוי: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. רביעי: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. חמישי: הב' הבר מצוה ב''ר יואל שלמה זאלדאן הי''ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' יואל בר''ה גאלדבערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב''פ). גלילה: הרה"ח ר' אברהם וואלף פילאפף הי"ו.
רבינו שליט''א האט ר''ח געבענטשט און צוגעגאנגען צו מוסף, פתיחה לאנעים זמירות: ר' יואל ברמ''י ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).
עטליכע מינוט נאכ'ן דאווענען אין רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צד צפון צום קידושא רבא לרגל די הילולא קדישא, דער רבי האט קידוש געמאכט און מען האט געזינגען ניגונים מבית מדרשו של רבי הבעל הילולא זיע''א. ביי די לחיים האט דער רבי געוואונטשן זכותו יגן עלינו, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכמיטאג ארום 7:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו פרקי אבות און זיך געשטעלט אויף די משנה 'משה קבל תורה מסיני' און געטייטשט אויף עטליכע אופנים אז פאר מען הייבט אן לערנען איז מידות טובות, ובדרך דרוש אין די סוגיות פון ביטול ברוב, מקדש במלוה, דין חירות פאר מתן תורה. ביים סוף מעורר געווען זיך צו האלטן צו אלע תקנות הקהילה ובפרט און די זמני תפילה אין די וואכן און שבתים. מען האט געענדיגט ארום 8:00.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און נאך קדיש געמאכט א ברכה און זיך מתעטף געווען בטלית. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם מרדכי גראס הי''ו (וומסב''ג). כהן: הר''ר יעקב ברז''ל גליק הי''ו לוי: הרה''ח ר' נחמן דוב העללער הי''ו (וומסב''ג). שלישי: הרה''ח ר' שאול פריעדמאן הי''ו (ב''פ). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של''ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' און געטייטשט אז דורך מצוות מילה ווערט נשפע אין אידישע קינדער די כח פון מסירות נפש פארן הייליגן באשעפער.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלאקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' משה כהנא הי''ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור בכללית א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק אחרי ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר בנציון לעווי הי"ו. ב"ר יצחק אפעל הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון זקינו מרן הגה''ק בעל דברי חיים מצאנז זיע''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא ברוב עם בחדר אברהם יודא בביהמ"ד הגדול. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, און דערציילט עובדות וסיפורי קודש א לענגערע צייט.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג פרשת אחרי ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה חיים מאסרי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו. ב"ר שמואל הערשקאוויטש הי"ו. ב"ר שלמה אלי' מאלח הי"ו. ב"ר ישעי' בנימין הירש הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין חצר פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש אויף ברכת אילנות, דער רבי האט באטראכט די בלומען אויף די ביימער און געמאכט די ברכה, און דערנאך אריין אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע קלאגסברוין הי"ו - הרה"ח ר' שאול פיש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק בעל דברי חיים זיע''א, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday24 Nissan 57845/2/2024
Report
מיטוואך פרשת אחרי ב' אסרו חג פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד ברא"ז ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מרדכי דאנציגער הי"ו. ב"ר שמואל מאיר דייטש הי"ו. ב"ר מתתי' אירגאס הי"ו. ב"ר משה אלי' ווערצבערגער הי"ו. ב"ר אברהם קליין הי"ו. ב"ר שמואל ברוך שטערן הי"ו. ב"ר אייזיק ליפא פארגעס הי"ו. ב"ר וואלף פריעדמאן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו, מערבית: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35. דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד דברי יואל. דער רבי האט אויפגעדעקט די מצה און אויך איינגעטינקן די מצה אין די ברויפען נאך די פיש, און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג, מען האט אריינגעברענגט מצה פערפל, מצה קיגל, געמאכט אין שטובער פון נכבדי אנ"ש.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא.
ברכהמ''ז: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
יום אחרון של פסח
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:50. פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען. הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג און הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
עליות. כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר"י. לוי: הר''ר משה בער לאנדא הי"ו. שלישי: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א. רביעי: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל 'מירל' נאך הרבנית מזאלישא ע"ה.
חמישי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. גלילה: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. הגבה: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. גלילה: נכד רבינו הרב אנטשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
מוסף: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן פיוט נכדו הבעל שמחה הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א. דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאכמיטאג ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה ונעילת החג, מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
נאך מנחה האט זיך רבינו שליט''א געזעצט צום טיש און מען האט געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים, און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, כנהוג, און פארן גאנצן ציבור.
נאכן זמן האט רבינו שליט''א געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דב''ק אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט 'חסל סידור פסח כהלכתו' און געטייטשט אז דורך זיך פירן בענווה פסק'נט מען אין הימל כל איז א כל שהוא שיקט מען נישט פון הימל אפילו אביסל צרות, מצה זאגט דער חתם סופר איז די ר''ת מ'כל צ'רה ה'צילנו, און דער פסוק וברכתיך בכל אשר תעשה מיינט אפילו נאר מיט א כל שהוא השתדלות וועט אריינקומען א שפע פון פרנסה, און כל המחלה אשר שמתי במצריים לא אשים עליך אפילו אביסל פון א מחלה זאל אויך נישט קומען, עס וועט קומען א געזונטן זומער מיט גרויס שפע און מסיים געווען ברוב ברכות.
רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' א לענגערע צייט און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל 'לשנה הבאה בירושלים' כנהוג.
מעריב מוצאי יו''ט: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזונטן זומער, און מען האט ארויס באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה. מען האט געענדיגט ארום 10:15.
תיכף ביים אהנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום שביעי של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:55. דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, שחרית יוצר והלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים. רבינו שליט''א איז געווען בעל קורא, און געליינט די שירה בהתעוררות ובהתלהבות אש.
עליות. כהן: ר' חיים וואלף ברי"א פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו. חמישי - שירה: רבינו שליט"א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יואל ברש"י ליבערמאן הי"ו. ר' יעקב משה פאלאטשעק הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל ליבערמאן הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו. גלילה: ר' ארי' לייב ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו (ב"פ).
מוסף: הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א, פתיחה צו אנעים זמירות: ר' עזריאל בר"מ גוטמאן הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ברי"צ ראטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט יום ליבשה חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, ברכהמ''ז: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א
ערב יו''ט נאכמיטאג בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א אנגעצינדן די יזכור ליכט לע''נ הוריו רביה''ק זיע''א והרבנית הצד' ע"ה.
פארנאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש, מערבית: הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40, דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד יום טוב, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז עס איז א כבוד פארן באשעפער ווען קדושים וטהורים זאגן פאר אים שירה נישט א פשוט'ע בשר ודם, דורך אמונה אינעם בוכ''ע ווערט מען אנגערופן קדוש און דורך דעים ווערט נפקע דער שיעבוד און מען קען זאגן שירה פארן הייליגן באשעפער, און אזוי אויך דורך אמונה וועט מען זוכה זיין צו זאגן שירה לעתיד לבוא.
מען האט ממשיך געווען בשירה ובזמרה, שירה חדשה, בבקעך ים סוף, און ארום 1:45 האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן די שירה בדביקות ובהתלהבות אש, ואתו עמו דער ריזן ציבור האלפים א לענגערע צייט. דערנאך האט מען געזונגען כי לה' המלוכה.
ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול ארום 9:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
פתיחה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), און הרה"ח ר' אברהם יעקב לאנדא הי"ו (לאנדאן). כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). שלישי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים. הגבה: נכד רבינו הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. גלילה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
מוסף: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירה ציילן. מען האט געענדיגט ארום 9:40, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען, כל מקדש: הרה"ג ר' מענדל באכנער שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב קר"י, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו"ץ.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתם מכרתם את יוסף חייכם שאתם אומרים עבדים היינו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון הקדש מפקיע מידי שיעבוד.
קה אכסוף: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב קר"י, ברכהמ''ז: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הדברי חיים זיע''א וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ה ניסן.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אהרן בר"י פאללאק הי"ו, און ביי ר' ישי בר"י גאלדבערגער הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. מען האט געענדיגט ארום 2:15.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית והלל. פארן ליינען האט מען געזאגט שיר השירים כנהוג.
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' במאנסי, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מו"ץ.
עליות. כהן: בעל ברית ר' אהרן בר"י פאללאק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' נחמי' כ"ץ הי"ו. ר' אברהם עביר בר"י שווארטץ הי"ו.
שביעי: ר' אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הגבה: נכד רבינו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. גלילה: ר' נחמי' כ"ץ הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו. הגבה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. גלילה: ר' אברהם עביר בר"י שווארטץ הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון אביו רביה''ק זיע''א קומענדיגן שב"ק כ"ו ניסן, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו.
נאכ'ן דאווענען זענען פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' אהרן בר"י פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' מענדל בר"י פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:25. מנחה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ישראל נחמי' ווערצבערגער הי"ו. שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' שמואל יעקב טעללער הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין שיר השירים 'אני חבצלת השרון שושנת העמקים' און געטייטשט אז אין זכות וואס כלל ישראל טוט מצוות לפנים משורת הדין בפרט אין יו"ט פסח ווען מען איז מחמיר בחומרות יתירות, פירט זיך הקב"ה אויך לפנים משורת הדין און איז מקיים מצוות השבת אבידה און מצוות פריקה וטעינה מיט כלל ישראל כאטש הקב"ה איז א זקן ואינו לפי כבודו, און מעורר געווען מען זאל זען אנצוהאלטן די מסורת אבות און נישט נאכצולאזן קיין שום חומרא וואס מען האט געזען ביי די עלטערן אום יו"ט פסח.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אבא וויינבערגער הי"ו (לאנדאן), קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא כ''ו ניסן קומענדיגן שב''ק. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:25. מוצש"ק שפעט אין די נאכט, אום 1:30, איז רבינו שליט"א ארויס געגאנגן מלוה זיין די מיטה פון הרה"ח הישיש ר' חיים הערש ווייס ע"ה (וומסב"ג) וואס איז אריבער געגאנגן לפני ביתו נאוה קודש אויף צאנז קארט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday18 Nissan 57844/26/2024
Report
פרייטאג ב' דחוה"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:50. בעל תפילה: הר"ר שרגא גאנדל שליט"א. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
פתיחה: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו און ר' יעקב אליעזר רובין הי"ו. כהן: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שלום לאנדא הי"ו. שלישי: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי. הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו בקר"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל שטיינמעטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג א' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו, צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל). כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים. שלישי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. הגבה: הר"ר מאיר מייער שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' מנחם ישראל באסול הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א מו''ץ ודומ"ץ דינוב קר"י. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאכמיטאג ארום 6:15 איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס צווישן אנדערע איבער פארשידענע שאלות און מכשולות וואס מאכט זיך אום פסח, פרישע הידורים ביי שחיטה און סופרות, און איבער הלכות מעקה, דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן א הגדה של פסח לב אהרן, און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און מעריב ארום 9:15, דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מעריב, מערבית ואמירת הלל: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן סדר איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.
ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטלית שאולה און קיטל און זילבערנעם קאפל, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 13 מאל דברי תורה אויף, קדש, כרפס, יחץ, מגיד, ויוצאינו ה' משם, מצוה עלינו לספר, עד שדרשה בן זומה, ברוך שנתן תורה, בעבור זה, פסח מצה ומרור, והיא שעמדה לאבותינו, אני ולא שליח, שפוך חמתך.
נכד רבינו הילד בן הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב האט געזאגט די סימנים אויף אידיש. הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א.
ביי מה נשתנה האבן אלע אייניקלעך געפרעגט צוזאמען. מען האט געגעסן די כזיתים פון מוציא מצה הארט פאר חצות, ארום 2:00 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן דעם אפיקומן מיט א דביקות. דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען הויז בחור הב' ליפא דייטש הי''ו.
ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט די טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל מיט א געוואלדיגע התעוררות און דערנאך די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:55.
נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין צד צפון אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן פיוט 'פודה כהלכה' און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. מען האט געענדיגט 4:35.
יום ב' דפסח
דעם צווייטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 11:05. פסוקי דזמרה: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ נכדו הרב יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה פארגעס הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עליות. כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו. שלישי: הב' החתן ב"ר יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג). רביעי: הרה"ח ר' אבא וויינבערגער הי"ו (לאנדאן). חמישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' הלל טייטלבוים הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' שלום הלוי לאנדא הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו.
מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט, מיט די פיוט פון ברח דודי האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח יואל בהר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל), אשר הניא: הבה"ח מנחם זאב בהר"ר יחזקאל מוקאבעצקי שליט"א (לאנדאן), שושנת יעקב: הבה"ח בנימין ב"ר משה יעקב בר"א וועלץ הי"ו (ב"פ). מען האט אריינגעברענגט א קוגל לכבוד סעודת אסתר, און דער רבי האט געהייסן זינגען ותוסף אסתר.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ' און געטייטשט אז בזכות פון אסתר וואס האט אויך חושש געווען אויף מצוות דרבנן איז מען ניצל געווארן פון די גזירת המן. דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן אם על המלך טוב, און מכבד געווען מיט ברכהמ''ז הבה"ח מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו וועלכע האט זיך פארהערט ביים רבי'ן טויזענט בלאט גמרא. מען האט געענדיגט ארום 4:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטן מועד און אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:30.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
יום א' דפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 10:50. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און דערנאך צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף שמואל בערגער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א.
נאכ'ן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יצחק מאיר פארקאש הי"ו (מאנסי).
הגבה: הרה"ח ר' משה יוסף הירש הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' משה גוטמאן הי"ו (וומסב''ג). מפטיר: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). הגבה: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) גלילה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.
פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' שמואל ישעי' רעטעק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל צבי שטערן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, און דער רבי האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די פיוט 'ברך דודי'.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו עליכם בניכם מה העבודה הזאת לכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה, נאך די תורה האט דער רבי מרחיב בדיבור געווען בהדרכה ישרה פאר די חתנים וואס וועלן דאס יאר בס''ד אויפשטעלן אידישע שטובער און בהמשך הזמן אליין פירן דעם פסח, און דערציילט א מכשול וואס האט דאס יאר פאסירט פון בליעות איסור חמץ אין א אידישע קאך נאר ווייל מען איז נישט נזהר געווען און זיך נישט געפירט צו נעמען נאר וואס מען האט געמאכט אליינס אינדערהיים, אל תטוש תורת אמך פסח קען מען נישט און מען דארף נישט אלעס האבן און מען דארף עס געדענקן א גאנץ לעבן.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח שמעון ב"ר מנחם צבי כהן הי"ו (ב"ב). מען האט געענדיגט ארום 4:30.
נאכמיטאג ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה. מנחה: הרה''ג ר' ישראל העניך שעהר שליט''א. נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י לטובת דעם יערליכן אפיעל פון כולל שומרי החומות.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
מאנטאג ערב פסח
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירמי' בנציון קאפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 9:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו. הוצאה והכנסה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יעקב בר"ש פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן ווייס הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו. גלילה: ר' אלי' ברח"א שפיטצער הי"ו.
תיכף נאכן דאווענען האט דער רבי געטרינקן לחיים בחדרו הפרטי אויף ביר כנהוג, און דערנאך בביתו נאוה קודש האט דער רבי פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, דער רבי האט געמאכט דעם קנין און איבערגעגעבן דעם שטר, דערנאך ארום 10:20 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן די חמץ און דעם לולב, און צוגעווארט די חמץ זאל פארברענט ווערן, און געזאגט די יהי רצונ'ס מיט כל חמירא בהשתפכות הנפש, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט ַ
נאכמיטאג ארום 2:20 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך ארום 2:55 אנגעקומען אינעם מצה בעקעריי בבנין ישיבה קטנה אויף געציל בערגער, דער רבי האט אריין געגאסן דאס וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר עטליכע מיירעס, דער רבי האט פארגעזאגט הלל ברגש קודש והשתפכות הנפש, און געוועלגערט א מצה, און דערנאך זיך אומגעקוקט ביי די רעדלערס און ביים אויווען. און דערנאך מפריש געווען חלה.
דערנאך ארום 4:15 איז דער רבי אריבער צום צענטראלן מצה בעקעריי דקהלתינו הק', און זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' און אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט, דער רבי אריין געגאסן וואסער אין די מעל און מפריש געווען חלה, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם נייעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן מלכות'דיגע סדר טיש ווי עס האבן מיטגעהאלטן בצל הקודש די אריבער 300 חתנים אנ''ש וועלכע זענען פלאצירט געווארן צווישן ביידע הייליגע סדר נעכט.
פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען נאכאמאל אין מקוה לכבוד יו"ט.
ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח. מערבית: הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתלהבות אש, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:55.
פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.
ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, און מיט א זילבערנעם קאפל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים בליל התקדש חג הפסח, כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט א געניטשאפט, אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א דביקות ושמחה של מצוה.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה, די מצות און די סימנים, און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע, און פארגעזאגט 'קדש' און אלע סימנים בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבותינו הק' זיע''א.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה, פאר קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא, עבדים היינו, ר' יוסי הגלילי אומר, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, רשע מה הוא אומר, והיא שעמדה, ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו, ואומר לך בדמיך חי, אני ולא מלאך, ויאפו את הבצק, שפוך חמתך.
במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, געזאגט די סימנים אויף אידיש.
דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א. נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.
תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הננו מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די סדר ההגדה ברגש ובנעימה. ביי מגיד האט דער רבי געזאגט דעם נוסח פונעם ספר הזוהר הק' 'פקודא בתר דא'. פאר מה נשתנה האט דער רבי צוזאמגעקלאפט די הענט כף על כף כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ע"פ מנהג בעלזא. ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א אויף אידיש, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.
נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות. ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין.
מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, געעפענט דעם טיר, נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות ונגוני יו''ט. מען האט געענדיגט ארום 3:30, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.