רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. לוי: בעל ברית ר' גדלי' בערגער הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' גדלי' בערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד מיטן בעל ברית ובני המשפחה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים בקרב קהלתינו הק'.
ארום 6:35 איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג, און צום ערשט געדאווענט מנחה בהיכל מאיר זעליג. בעל תפילה: ר' אהרן הערש וועבער הי''ו.
ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, און מען האט מרבה געווען בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות. מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו ב"פ, שושנת יעקב: הרה"ג ר' אברהם מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי.
במשך דעם טיש האט רבינו שליט''א געזאגט זיבן מאל תורה. ערשטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און געטייטשט אז הקב"ה איז מצרף פאר אידישע קינדער די טוב העתיד, אפילו יעצט איז מען נאכנישט אזוי אבער בעתיד וועט מען יא זיין, איז הקב"ה שוין משפיע רב ברכות. צווייטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און געטייטשט אז דורך די תורה וואס איז איינס מיטן באשעפער זענען אידישע קינדער יונק חיות דקדושה און ווערן קיינמאל נישט נדחה. דריטע תורה: אויפן פסוק ויגידו למרדכי את דברי אסתר און געטייטשט אז ביי דעם טאג פון פורים איז דא די זעלבע בחינה ווי ביי תקיעת שופר, אידישע קינדער ווערן אנגעווארעמט זייער הארץ צום אייבערשטן. דער רבי האט אנגעהויבן די ניגון 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא' און זיך אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות אש. פערטע תורה: אויפן פסוק כי מרדכי היהודי און געטייטשט אז צו קענען מהפך זיין פון וי צו טוב דארף מען מצרף זיין דעם אלופו של עולם און דאס האט מרדכי הצדיק משפיע געווען. פיפטע תורה: אויפן פסוק כי מרדכי היהודי און געטייטשט אז המן הרשע האט געוואלט צום ערשט אויס'שמד'ן אידישע קינדער און דערנאך זיי הרג'ענען, מרדכי הצדיק האט זיי מציל געווען און זיי געגעבן די וועלט און יענע וועלט. זעקסטע תורה: אויפן פסוק דורש טוב לעמו און געטייטשט אז דורך צדקה מאכט מען לויטער די לופט אז מען זאל קענען נאכדעם דאווענען און אזוי קענען די תפילות ארויפגיין, און דערביי מכבד געווען אלע וואס הייסן יעקב זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו אבני חסד. זיבעטע תורה: אויפן פסוק דורש טוב לעמו און געטייטשט אז מען האט מתקן געווען מתנות לאביונים לזכר הנס אפילו מען איז נישט געווען ראוי צו דעם בשעתו, ובזכות מתנת לאביונים העלפט דער אייבערשטער אפילו מען איז נישט ראוי, און מסיים געווען ברוב ברכות.
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: משב''ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. נאך מעריב זענען אריבער גבאי חבורת לגיון של מלך פון ישיבתינו הקדושות אין וומסב''ג, דער האט זיי איבערגעגעבן די געבענטשטע מטבעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
מוצש''ק ליל פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם הדרת מלך, מעוטף בטלית שאולה, ארויף אויפן באלעמער, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת כנהוג, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררות והתלהבות אש, דער רבי האט געענדיגט די מגילה אום 10:40.
ארום 12:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צום סעודה, פאר די פיש האט מען געזינגען זמירות מלוה מלכה. במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע נגוני שמחה, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים. מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א, שושנת יעקב: הר"ר דוד משה ראזענבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפלה לדוד קרעטשניף קר"י.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה צום ערשט געטייטשט בדרך צחות אויף א תורה וואס ווערט געברענגט אין חיד''א וואס ער האט געהערט פון א פורים רב, און ממשיך געווען בדרך דרוש אין די סוגיא צו ביי א בן נח גייט מען נאך רוב, און אין די סוגיא פון יש אם למקרא.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען לכבוד היום, און דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א האט געזאגט דברי בדחנות, און געזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד די בחורים אין חבורת לגיון של מלך וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די גבאים פון אלע ישיבות מטבעות קודש אויסצוטיילן פאר די בחורים.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' שמואל יואל שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' משה לייב עפשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 10:45. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם יושע פארקאש הי"ו. ב"ר יואל שלעזינגער הי"ו. ב"ר יושע לייב לעווי הי"ו.
בעל תפילה: פורים ראב''ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א, הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' יושע לייב לעווי הי"ו (לינדען).
נאך קריאת התורה איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן תפילין ר''ת, און נאך עטליכע מינוט אריינגעקומען אין ביהמ''ד און ארויף אויפן בימה, און געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען מנהג מחצית השקל פאר זיך און פאר הרבנית תחי', און דערנאך ארום 12:05 געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט בהתלהבות ובאש קודש. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 1:15.
נאכ'ן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין בחדרו הפרטי און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו און פאר זייערע עלטערן.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און כנהוג טועם געווען פון המן טאשן, קינדל, און נאנט, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה
נאכמיטאג פון 4:30 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים, ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים, ווי רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו. ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, נאך די פיש האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געטרונקען דעם ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים, נאך די זופ און נאך די פלייש האט דער רבי געמאכט נאכאמאל דעם לשם יחוד און געטרינקען נאך א כוס און געוואונטשן לחיים.
ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך, און ביי די פלייש האט מען אריינגעברענגט א העלזל, כנהוג.
רבינו שליט''א האט פארגעזינגען אדון עולם און כבודו מלא עולם בהשתפכות הנפש ובבכיות עצומות, און דערנאך אנגעהויבן דעם לעבעדיגן כבודו מלא עולם און זיך אויפגעשטעלט טאנצן און ממשיך געווען מיטן ניגון שבשפלינו זכר לנו, בשעת דער רבי איז מעודד דעם גאנצן ציבור.
במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגוני דביקות והתעוררות, וניגוני שמחה וחדוה בשעת דער רבי הייבט דעם ציבור און זיך עטליכע מאל אויגעשטעלט טאנצן אין פייערדיגע ריקודים.
רבינו שליט''א האט במשך די טיש משמיע געווען 6 מאל דברות קודש. ערשטע תורה: אויפן פסוק ויגידו למרדכי את דברי אסתר און געטייטשט אז דורך זעהן און הערן גוטע זאכן איז מען מעורר עין ואוזן למעלה צו משפיע זיין פאר אידישע קינדער. נאך די תורה האט דער רבי פארגעזינגען די זמר צמאה נפשי לאלקים לקל חי. צווייטע תורה: אויף שושנת יעקב צהלה ושמחה און געטייטשט אז דורך דעם וואס אידן זענען דבוק אינעם אייבערשטן האבן זיי א חיות דקדושה און ווערן קיינמאל נישט נדחה. מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן. דריטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך אמר עם הספר און געטייטשט אז לגבי דעם אייבערשטן איז דברים שבלב הוי דברים, אפילו מען האט נאר א מחשבה צו טשעפענען אידן באקומט מען שוין א עונש, און דערמאנט די רשעים וואס ווילן שטערן דעם הייליגן חינוך פון תשב"ר, און אנגעהויבן די ניגון וכל קרני רשעים אגדע, און דערנאך פארגעזינגען דעם ניגון פון הרה''ק הקדושת לוי זיע''א 'לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער' און זיך אויפגעשטעלט טאנצן. פערטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און געטייטשט אז אפילו עס איז אמאל דא אויף אידישע קינדער א דיבור קשה, דורך שמע ישראל און אמונה אין בוכ''ע קומט עס נישט אראפ אויף דער וועלט.
פיפטע דב''ק: האט דער רבי פארציילט א עובדה פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע''א וואס האט אויסגעלערנט הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זיע''א צו גיין נאך געלט אפילו מען האט שוין געגעבן, און ממשיך געווען אז די אידן האבן היינט אויסגעטיילט שווערע געלטער, יעצט וועט מען געבן נאכאמאל פארן קופה אבני חסד, און מכבד מכבד געווען אלע וואס הייסן יצחק זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש.
זעקסטע תורה: אויפן פסוק דברי שלום ואמת און געטייטשט אז מען איז מתפלל אז די אלע השפעות וואס קומט אראפ בימי הפורים זאל האבן א המשכה און א קיום לעד ולנצח נצחים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט קרויט, און א בארג סיני קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, דערנאך איז דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א ארויף אויפן טיש און פארגעזינגען דעם קאלובער 'סאל א קאקאש' ניגון, און אני מאמין. מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד, שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם, מען האט געענדיגט ארום 12:55.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת ויקרא שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל ברש"מ עקשטיין הי"ו, ביי לכה דודי האט מען געטוישט די ניגונים כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 9:15, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די ישיבות קטנות אין קר''י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים במוסדות קר''י.
נאך די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה אויפן פסוק 'וכל שרי המדינות מנשאים את היהודים' און געטייטשט בדברי הדרכה אז מען דארף זיך פירן מיט א געהויבענע הנהגה א גאנץ יאר בפרט אין פורים, און אוודאי נישט טוהן אזאך וואס מען זאל זיך שעמען שפעטער און פראווען דעם יו''ט בשמחה ובהתרוממות הנפש ווי עס פאסט פאר טייערע איידעלע חסידישע בחורים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען די מנהלים פון די ישיבה קטנות. כל מקדש: הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט"א מנהל ישיבה קטנה דרך התורה מחוץ לעיר, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א מנהל סניף ייטב פנים.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקרא ה' אל משה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון בל תאחר.
קה אכסוף: הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א מנהל סניף השיב משה, ברכהמ''ז: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון די שתדלנות פון די סיגוטער ראה''ק הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל אין שטאט סיגוט לימין רבותינו הק' זיע''א, לכבוד די יארצייט מיטוואך י"ז אדר.
קה רבון עלם: הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א מנהל סניף דברי חיים, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יואל הערש ווידער שליט"א מנהל סניף זרע קודש. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: ר' ליפא ברש"ל פריעד הי"ו, צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הר''ר שמואל דוד ווייזער שליט''א (וומסב''ג) און הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
עליות. כהן: החתן ב"ר יואל בר"ש כץ הי"ו - באווארפען. לוי: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו. שלישי: הפ"ר הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו. רביעי: החתן ב"ר יעקב יואל גאלדענבערג הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יואל זאלדאן הי"ו - באווארפען. שישי: החתן ב"ר ליפא האלפערט הי"ו - באווארפען. שביעי: החתן ב"ר יצחק יושע קארנבלי הי"ו. הוספות: החתן ב"ר שלמה יקותיאל הערשקאוויטש הי"ו. החתן ב"ר עזריאל מאיר קאהן הי"ו. אחרון: החתן ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו. הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' ליפא האלפערט הי"ו.
מפטיר - זכור: רבינו שליט''א, און דער רבי האט געליינט די קריאה
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמשון רובינפעלד הי"ו. ר' גרשון גפן הי"ו. ר' הערשל ברמ"א זאלדאן הי"ו.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' מנחם ישעי לעווי הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יצחק יושע קארנבלי הי"ו.
מוסף: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:55.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:10. מנחה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו. לוי: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א. שלישי: הרה''ח יואל ישראל גרינבוים הי''ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי"ו (ב"פ).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון זכור 'זכור את אשר עשה לך עמלק' און געטייטשט אז אלע אומות איז מען מכניע דורכן מכניע זיין זייער שר למעלה, אבער די שר פון עמלק איז די ס''מ אליינס קען מען נאר מיט די כח פון שב''ק וואס העלפט מען זאל קענען תשובה טוהן בשלימות, אז עס געפאלט שב''ק ערב פורים איז עס גוטע הכנה אויף פורים. ידיד נפש: הרה''ח יואל ישראל גרינבוים הי''ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי"ו, שושנת יעקב: פורים ראב''ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 8:55. און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ימי אורה ושמחה, פורים - שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא בר"י גרובער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל אפרים פישל שלעזינגער הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב שלמה הי"ו ואחיו הרה"ח ר' מרדכי נסים גרינוואלד הי"ו, ע"פ אחותם ע"ה.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכמיטאג ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט עולה געווען שלישי - מפטיר, און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב.
רבינו שליט''א האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק יושע קארנבלי הי"ו ר' משה בר"א סימאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' יעקב יוסף פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' זלמן גראסבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר בנימין זאב שווארטץ הי"ו. ב"ר יעקב קלעפנער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת רבינו אבני חסד פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו''ט פורים, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש און מאציל געווען מברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די גבאים.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון יוסף זאלדאן הי"ו בבית אביו הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו - ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' מרדכי הערש היימאן הי"ו (מאנסי) - ר' שאול יחזקאל פראמאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' ירמי' שמואל ווייס הי"ו - ר' שלמה אפרים צוויבל הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שמחה האלפערט הי"ו (וומסב''ג) - ר' נפתלי הירצקא בראך הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday10 Adar II 57843/20/2024
Report
דינסטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געליינט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א רב דק"ק שערי איש בשכונת ראויעל-גראוו, דזשעקסאן ניו דזשערזי, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ווי ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו החדש 'שו"ת פתחי בינה' ב"כ על ד' חלקי שו"ע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איהער פארשידענע שאלות לויט די היינטיגע טעכנאלאגישע ערפינדונגען און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועלן פארטיילט ווערן פאר די תלמידי מוסדותינו הק' אין וומסב"ג, וועלכע האבן אריין געברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק'.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday9 Adar II 57843/19/2024
Report
מאנטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי בערגער הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ליו"ט פורים הבעל"ט, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א - ר' שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א - הר"ר אביגדור דניאל פיש שליט"א. הר''ר אליעזר זוסיא סופר שליט''א - הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם מאיר וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו. ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד דברי יואל צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' דניאל שמעון אלטמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל משה מאלח הי"ו, באולם כינור דוד. ר' פנחס ישעי' וויינשטאק הי"ו - ר' ישראל ברוך פאגעל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' יעקב שלום שטיינבערג הי"ו (וומסב''ג) - ר' ארון לייב קעניגסבערג הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
נאך די זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו''ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים: החתן יחיאל שלמה ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו. החתן יודא לייב בהר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 9:05. נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר די ישיבה קטנה במוסדותינו הק' אין אנטווערפען, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 9:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: הב' יואל האלבערשטאם בן הגה''צ ר' אברהם מאיר שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18טע עוו. ב"פ, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' באנטווערפען.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו (ירושלים).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.
קה אכסוף: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכהמ''ז: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זיע''א וואס די יארצייט איז געווען זונטאג ז' אדר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו (אנטווערפען), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם ב"ב. מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:15.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:35. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
פארן ליינען האט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויפגעטרעטן מיט א ווארימע דרשת החתזקות והתעוררות בנוכחתו פון רבינו שליט''א זיך מחזק זיין בעניני טעכנעלאגיע. אויך איז פארגעקומען בפקודת רבינו שליט''א דרשות דעם שבת 'שבת חזק' אין אלע בתי מדרשים אין קרית יואל דורך די רבנים אין דיינים זיך מחזק זיין אין דעם ענין.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: הר''ר שלמה אליעזר ברא''ה שפילמאן שליט''א. ר' איתמר טובי' רובינשטיין הי"ו. ר' שלמה מנשה פארגעס הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר אברהם שמואל גוטמאן הי"ו. הוספה: החתן ב"ר יעקב קאפיל סימאן הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו (ב"פ). הגבה: הרה"ח ר' סיני ראטה הי"ו (מאנטרעאל). גלילה: הרה"ח ר' מרדכי פייערשטיין הי"ו. מען האט געזאגט די הפטורה פון פרשת ויקהל און די ערשטע צוויי פסוקים פון פקודי כנהוג.
מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:35. מנחה: הרה"ח ר' ישכר בצלאל יאקאב הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בירושלים. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל נחמן שימענאוויטש הי"ו. כהן: הרה"ח ר' שלמה ברז"ל גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו. שלישי: הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית בירושלים עיה"ק. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש גאנדל הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' און געטייטשט אז מען האט דעם רצון צו תשובה און מען קען נישט טרעפן דעם פתח כחודו של מחט, איז די עצה אויף דעם תפילה וואס דעיס העלפט אז מען זאל קענען כאטש אנהייבן צו תשובה טוהן.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל), קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הערש גאנדל הי"ו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, און געזאגט שבע ברכות. מעריב מוצש''ק: הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:00.
במוצאי יום גילה
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ב"פ אין שטוב פון הר"ר חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א צו די שמחת השבע ברכות פון בתו הכלה מיט החתן נכד גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס הרבנים האדמורי"ם שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א און פאר גיסו הגה''צ ראש ישיבת וויזניץ שליט''א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז מען ארויס אין א רקידה לכבוד די שמחה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף ניחום אבלים בבית הרה''ח ר’ יואל זינגער הי''ו ומשפחתו ע''פ אשתו ע''ה, ווי דער רבי האט מנחם געווען די משפחה און די יתומים א לענגערע צייט.
דערנאך ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריבער בבנין בית מדרשינו 18 עוו. ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות צוגעשטעלט דורכ'ן ביהמ''ד לרגל די שמחת החתונה בבית תומכי ונדיבי בנין ביהמ"ד החדש. הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתנים, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה. ארום 1:20 האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר''י.