בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday10 Adar II 57843/20/2024

Report
דינסטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געליינט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א רב דק"ק שערי איש בשכונת ראויעל-גראוו, דזשעקסאן ניו דזשערזי, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ווי ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו החדש 'שו"ת פתחי בינה' ב"כ על ד' חלקי שו"ע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איהער פארשידענע שאלות לויט די היינטיגע טעכנאלאגישע ערפינדונגען און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועלן פארטיילט ווערן פאר די תלמידי מוסדותינו הק' אין וומסב"ג, וועלכע האבן אריין געברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק'.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️