בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מיטוואךי"ט אדר א' תשפ"ד2/28/2024

באריכט
דינסטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט שע"י ביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מארמארשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד ווייטצען שליט"א.
ב"ר יודא שלמה פריעדמאן הי"ו.
ב"ר ישראל מאיר קאהן הי"ו.
ב"ר שמעון סאנדער הי"ו.
ב"ר יואל מערץ הי"ו.
ב"ר יוסף גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר משה אברהם יעקב ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק', דער רבי האט באטראכט די ארבייט אין באגלייטונג פונעם מנהל בית האופה ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו און מיט געהאלטן דעם סדר האפיה און דערנאך ביים אויווען, דאן האט דער רבי מפריש געווען חלה און דערנאך אריבער זיך אומקוקן אינעם סטארעדזש און ביי די מעהל אפטיילונג ווי דער רבי האט באטראכט דעם סיסטעם פון מאלן די ווייץ און זופן די מעל.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום בנין בית מדרשינו החדש לב אהרן ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די בוי ארבעט און געהערט א באריכט פון די חברי הנהלת קרן הבנין ר' אהרן ווייס הי"ו ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו און ר' יואל לעפקאוויטש הי''ו, ובמיוחד פון די געטרייע חשובע עסקנים צום גמר הבנין ר' חיים הערש סעגעדין הי"ו און ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו, דער רבי איז ארום געגאנגן בטירחא דגופא און באטראכט די שטאקן פונעם בנין ביהמ"ד און די מקוה, און אויסגעדריקט זיין האפענונג צו זעהן דעם ביהמ"ד מפואר - די זעקסטע ביהמ"ד שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג - על תילה בנוי'ה, און מאציל געווען מברכת קדשו אז מ'זאל קענען ענדיגן דעם מלאכת הבנוי' בכי טוב, און א ברכת הצלחה מ'זאל קענען גרינג שאפן די נויטיגע פאנדן צו דעקן דעם פראיעקט.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' ישראל יאקאב ע"ה.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:10, און מעריב ארום 7:40 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אראפ אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשנו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט''א ובנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק בעניני שמחת חתן כלה און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מיט הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף לביתו נאוה קודש און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט"א אריבער געפארן קיין בארא פארק צו די שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א החתן בן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב''ד ציעשנוב קר''י בן הגה"צ אבד''ק ציעשנוב שליט"א וחתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ בן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:35, און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, און בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און מיט גיסיו הגה"צ אבד''ק ב"פ און אבד"ק מאנטרעאל שליט"א און מיט כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א.
אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן די כלה כנהוג.

נאך די חתונה איז רבינו שליט"א אריבער צום נייעם פראכטפול פארענדיגטן פלייש געשעפט דקהלתינו הק' אויף 13'טע עוו, אינטער די פירערשאפט פון הרה"ח ר' יואל לאנדא הי"ו, דער רבי האט מיט א קורת רוח געהערט א באריכט פון ר' יואל הי"ו און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען אויף ביידע שטאקן פונעם גאנצע געשעפט, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יואל הי"ו אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ח אדר א' תשפ"ד2/27/2024

באריכט
מאנטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה בחצרות קדשנו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, עב''ג הכלה בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל מבארדיוב - דאמבראוו, וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ארי' בוכינגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים וועלכע האבן געלערענט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט.

ארום 2:30 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קר"י אויפן וועג קיין וומסב''ג צום חתונה הגדולה בחצרות קדשנו.

ארום 5:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער להתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד ארום 5:45, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און ארויסגעברענגט די פחד וואס כאפט אן ווען מען הערט די נעמען פון די גרויסע זיידעס וואס קומען אראפ צו די שמחה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך איז מען אריבער צום באדעקן אין די זאלן פון קראסנא, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, קריאת הכתיבה: הגה"צ אב"ד ראדאמישלא שליט"א א עלטער פעטער פון די כלה, ברכות ראשונות: דער זיידע פון די כלה כ''ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א א עלטער פעטער פון חתן און כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ, און הר"ר יוסף פאלאטשעק שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און רבנים שליט''א.

עטליכע מינוט נאך די חופה ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול. נאך מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע איז געקומען וואונטשן מזל טוב לכבוד די חתונה, דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

תיכף דערנאך אום 7:50 איז רבינו שליט''א ערשינען בהיכל הביהמ''ד צו די סעודת החתונה דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 9:15.

רבינו שליט''א איז אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף די זכות פון א חדר תפילה אין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן', די זעקסטע בית המדרש שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג. עס איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין וומסב''ג, ובפרט פונעם נייעם 'ביהמ"ד לב אהרן' וועלכע איז ערווארטעט צו ווערן באנייט אויפן קומענדיגן יו"ט פסח הבעל"ט, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצוה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הרה''ג רבי יעקב אלימלך האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ''ד טיב לבב ב"פ, ברכה אחריתא: הר"ר יושע העשיל האלבערשטאם שליט"א (לאנדאן).

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.

דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א א לענגערע צייט.

דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס האדמו"ר מנאסויד שליט"א, הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.

דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ז אדר א' תשפ"ד2/26/2024

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הבה"ח הרב יואל שליט"א בן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.
מיט הכלה ב"ק תחי' בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל מבארדיוב - דאמבראוו, וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה להתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל שיף הי"ו.
ב"ר שלמה יעקב שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די שמחת החתונה בחצרות קדשנו היינט מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג, ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביים ציון אמו הרבנית ע"ה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה שלמה קאליש הי"ו (מאנסי) - ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:50 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אליעזר גאנדל הי"ו - ר' אלחנן שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת תצוה - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה של החתן נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג

ערש''ק נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א, און דער רבי איז געגאנגען אין ביהמ"ד מיטן חתן און מחותנים און מען האט באגלייט בשירה ובזמרה.

ארום 6:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ"ד, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א, הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען די איידעמער פון הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א. כל מקדש: הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' שלמה פריעדמאן שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ונשמע קולו בבואו אל הקודש' און סגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טענת מודעא.

קה אכסוף: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א, ברהמ''ז: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק ר' שמעון סופר זצ"ל, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י"ז אדר.

קה רבון עלם: הר"ר יחיאל בן הגה''צ יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר חיים מארמארשטיין הי"ו, אז ביום השביעי: הרב חיים מאיר בן הרה"ג ר' יואל משה מרדכי כ"ץ שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ.
בעל קורא: הרה"ח ר' יואל ראזענפעלד הי"ו.

עליות. כהן: ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: הרה"ח ר' עקיבא סג"ל הירש הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א. רביעי: נכד רבינו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א מען האט באווארפן און געזינגען ניגוני שמחה כנהוג. חמישי: החתן ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יחיאל מיכל לאנדא הי"ו.
ר' שלמה מנשה בערקאוויטש הי"ו.
ר' בעריש גאלדשטיין הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר יואל יצחק לעוו הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן ב"ר משה יודא רובינשטיין הי"ו - באווארפען. הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הרה"ח ר' ישראל ראזנער הי"ו. הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריעדמאן הי"ו (ב"פ). החתן ב"ר יוסף יואל ווייס הי"ו. החתן ב"ר יעקב ווידער הי"ו. החתן ב"ר יואל פריינד הי"ו. אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). הגבה: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו.

מוסף: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים מרדכי פערלמוטער הי"ו.

עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג צו די שמחת הקידושא רבא לרגל שמחת העלי' לתורה, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו אליך שמן זית זך' און געטייטשט אז כדי די אבות זאלן אראפקומען פון עולם העליון צו די שמחות דארף מען זיך אויפפירן ווי עס פאסט ס'זאל זיין שמן זית זך בלי שמרים, אז די זיידעס זאלן זיך נישט מצער זיין, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:15. מנחה: הרה"ח ר' אלי' משה ראטה הי"ו. בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. כהן: הר"ר ישעי' יצחק רובין שליט"א. לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' מעכיל פריינד הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' ליפא בר''מ פריעדמאן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קר"י). שיר המעלות: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתה תצוה את בני ישראל' און געטייטשט אז כדאי די תשובה זאל נתקבל ווערן דארף עס גיין צוזאמען מיט תורה ותפילה כראוי וכיאות לפני אדון כל.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריעדמאן הי"ו. שושנת יעקב: הרה"ח ר' אברהם שמואל פייפער הי"ו. מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:40.

בביתו נאוה קודש איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וומסב''ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער עובדות וסיפורים פון צדיקי בית טשערנאבל און די רדיפות וואס די רעגירונג האט אויסגעטיילט פאר די צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו לרגל דאס אננעמען די אדמור"ת ראחמיסטריווקא אין וומסב''ג.

ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ב"פ בבית מדרשינו קדושת יו"ט צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הגה''צ ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באגריסט מיטן זיידן כ''ק אדמו''ר מקיוויאשד שליט''א וועלכער איז דעמאלטס אהנגעקומען.

פון דארט האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא אויף ניחום אבילים ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:20 אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שמועס בסיפורי צדיקים, און ארום 12:45 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג תצוה - פורים קטן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל בר"ה ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר קלמן אליעזר סאאל הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חנני' יו"ט ליפא גרויס הי"ו.
ב"ר יואל רובין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש דער פרעזידענט פון מאונט סיני שפיטאל דעוויד רייך - וועלכער איז געקומען אויף ניחום אבילים צו הרבנית הצדיקת תחי' וועלכע האלט אן א נאנטע קשר מיטן פרעזידענט ארויסצוהעלפן חולי ישראל - אינאיינעם מיט די ראשי חברה הצלה פון קר"י און וומסב''ג און נאך עטליכע עסקנים בעניני רפואה, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים למען חולי ישראל, דער רבי האט זיך באדאנקט פארן פרעזידענט פאר זיינע פילע הילף לטובת די חולי ישראל.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' משה בנימין יצחק כהן הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם שעהנברוין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יחזקאל שרגא פערל הי"ו - ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:45 בביתו נאוה קודש.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד פורים קטן בתופים ובמחולות במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט אויפן פלאץ, און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום.
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירות ותשבחות ברנה ובצהלה נגוני התעוררות ונגוני שמחה וריקוד, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און געמאכט דעם סיום אויף מסכת חולין וואס איז געלערנט געווארן במסגרת חבורת תורתך שעשועי און דערנאך געזאגט קדיש, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה.

במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען דריי מאל דברות קודש.
ערשטע דב''ק אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך אמר עם הספר' און געטייטשט אז בזכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות ביי די עקידה פרעגט הקב''ה אויך נישט קיין קשיות אויף כלל ישראל און אין דעם זכות איז געווען די נס פורים, און ארויסגעברענגט אז אין בין אדר ראשון לאדר שני אלא מקרא מגילה בלבד, במילא קומט אראפ אלע השפעות פורים קטן די זעלבע וואס קומט אראפ אדר שני און מסיים געווען ברוב ברכות.

צווייטע דב"ק אויפן פסוק 'והשתי' כדת אין אונס' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז הקב"ה איז מחויב צוצושטעלן אלע חיובי בעל לאשה לרפאותה ולפרקונה וכדו', און דערנאך ארומגערעדט די שמחה פון די חברי החבורה תורתך שעשועי וועלכע האבן מסיים געווען מסכת חולין און מען גרייט זיך בקרוב צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, און ארויסגעברענגט די הכנה דרבה וואס מען דארף זיך צוגרייטן צו א יו"ט, און מעורר געווען צו לערנען דעם ספר הק' קדושת לוי אויף פורים אזוי ווי מען האט געלערנט פאר חנוכה.
דערביי האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די ניגון 'אום אני חומה' פון הגה''ק הקדושת לוי זיע''א.
נאכן זינגען האט דער רבי ממשיך געווען איבער די עבודה וואס צדיקים האבן געהאט מיט די כח הנגינה אזוי ווי מען האט געזען ביים ייטב לב זיע''א אז ער האט גענומען די הייליגע ניגון פונעם קדושת לוי זיע''א און עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער פון וכך היה מונה יום ביי די עבודה יום הקדוש, די זעלבע האט מען געזען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס פלעגט זיך אינטערזינגען הייליגע תנועות אין פארשידענע צייטן, דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז מען נעמט היינט הייליגע ניגונים און מען פארגרעבט עס און מען זינגט עס אראפ ווילד און גויאיש, און געבעטן הרה''ח ר' עמרם אקער הי''ו ראש המשוררים מסביר צו זיין פארן ציבור די חילוק פון זינגען א ניגון ערליך און גויאיש, און מען האט אויפגעשפילט עטליכע ניגונים געזינגען אויף ביידע אופנים.
דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג 'אם אין דעת הבדלה מנין' אבער אז מען ווייסט יא דארף מען זען אנצוהאלטן די הבדלה אויף אלע אופנים סיי מיט די לבוש און סיי מיט די מוזיק, און מסיים געווען בברכת קדשו.
די דריטע דב"ק האט דער רבי דערציילט א מעשה אז הרה"ק החוזה מלובלין זיע''א האט אמאל פרייטאג צונאכטס און שבת אינדערפרי געוואלט זאגן תורה אבער געזאגט אז מען לאזט אים נישט זאגן און ביי של''ס יא געזאגט, און געטייטשט אויפן פסוק 'ועשית משבצות זהב' מען זאל מאכן קעסטעלעך פון גאלד פאר אידישע קינדער און אנגעוואונטשן גרויס שפע פארן ציבור, האט דער רבי מסביר געווען אז די דריטע סעודה איז אנטקעגן יעקב אבינו וואס האט באקומען די ברכה צו משפיע זיין פרנסה במילא האט דער רבי פון לובלין געקענט משפיע זיין פרנסה ביי של''ס, דער אריה"ק זאגט אז מרדכי הצדיק איז געווען א גלגול פון יעקב אבינו, במילא פורים איז זיכער אז מרדכי הצדיק איז משפיע גרויס שפע פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מכבד געווען די אלע וואס הייסן יעקב ארויפצוגיין אויפן טיש און צוזאמענעמען געלט פאר א וויכטיגע הכנסת כלה צוועק, און דערנאך מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך איז פארגעקומען א פורים שפיל בדברי בדחנות דורך הרה''ח ר' יעקב הערש צין הי"ו און הרה''ח ר' יוסף מאיר סאאל הי"ו.
מיט ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו במאנסי. מען האט געענדיגט ארום 12:00 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ג אדר א' תשפ"ד2/22/2024

באריכט
מיטוואך פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אפרים פישל פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת ישיבת וויזניץ ב"ב וועלכע איז געקומען מנחם אבל זיין הרבנית הצדיקת תחי', עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך האדמו"ר משבט הלוי שליט''א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו - ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יוסף אלי' לעבאוויטש הי"ו (ב''פ) - ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו האט מוסיף געווען א ריזן סכום און אפגעקויפט דעם זכות פונעם שם הבנין פונעם צוגעבויטן פליגל פון בית מדרשינו 'ביהמ"ד בית שמואל' בשכונת דברי חיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד, דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י ובנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש און איינלאדענען צו די חתונה. רבינו שליט"א האט צום שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע קומט פאר קומענדיגן דינסטאג כי תשא אין ב"פ.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' ניסים סאאל הי"ו - ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר מאיר דוד מרדכי גלאנץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בבית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.
אויך האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה''ק שליט''א וועלכע זיצט שבעה נאך די פטירה פון הרבנית מסקווירא ע''ה.

נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אויפן וועג האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אין מאנהעטן אין מאונט - סיני שפיטאל ווי דער רבי איז ארויף אויף א ביקור חולים באזוך ביי ביי ידידו הגאון האדיר דומ''ץ קרית יואל שליט''א - וועלכע איז שוין נעכטן מיטוואך ב''ה באפרייט געווארן פון שפיטאל - עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו אויף א גענצליכע רפואה ושיתחדש כנשר נעוריו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו יו"ר קרן מלמדים, דער רבי האט באטראכט דעם הערליכן כתב פונעם סופר, און האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' אהרן צבי וכל בני משפחתו שיחי'.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"א אדר א' תשפ"ד2/20/2024

באריכט
מאנטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם הערש געלבשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ.
ב"ר אברהם העכט הי"ו.
ב"ר יחזקאל בערגער הי"ו.
ב"ר משה סורקיס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 3:50 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון גינת קליין צום יערליכן 'יום האיחוד' פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינע פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים, דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה, דברי התחזקות ללימוד התורה, און וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, נאך מנחה איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים וואס האבן געלערנט די שעות רציפות. מען האט געענדיגט ארום 5:15.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותניםַ
ר' יושע יודא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה יצחק זילבערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א - ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:50 בביתו נאוה קודש.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשנו, צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די עמלי התורה לומדי כוללינו פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע זענען שוין באהלה של תורה פאר אריבער אכצן יאר קע"ה.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די שבע ברכות האבן עטליכע ת"ח מלומדי הכוללים אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און ענינים וואס איז נוגע פאר לומדי תורה בעבר ובהוה אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון די לומדי תורה ובני ביתם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכות ראשונות: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים בקר"י, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען דערנאך א אסיפה מיט די הנהלה פון איגוד הסופרים בנוגע די לעצטיגע פראבלעמען פון בדיקת ספרי תורה דורכן קאמפיוטער, און די פלענער און סערוויסעס וואס דער איגוד הסופרים וועט צושטעלן פארן ציבור אויף דעם געביט. דער רבי איז איבערגעגאנגן מיט זיי אלע פרטי הדברים א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו שלא יצא מכשול מתח"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג