בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"א אדר א' תשפ"ד2/20/2024

באריכט
מאנטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם הערש געלבשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ.
ב"ר אברהם העכט הי"ו.
ב"ר יחזקאל בערגער הי"ו.
ב"ר משה סורקיס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 3:50 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון גינת קליין צום יערליכן 'יום האיחוד' פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינע פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים, דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה, דברי התחזקות ללימוד התורה, און וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, נאך מנחה איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים וואס האבן געלערנט די שעות רציפות. מען האט געענדיגט ארום 5:15.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותניםַ
ר' יושע יודא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה יצחק זילבערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א - ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:50 בביתו נאוה קודש.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשנו, צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די עמלי התורה לומדי כוללינו פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע זענען שוין באהלה של תורה פאר אריבער אכצן יאר קע"ה.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די שבע ברכות האבן עטליכע ת"ח מלומדי הכוללים אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און ענינים וואס איז נוגע פאר לומדי תורה בעבר ובהוה אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון די לומדי תורה ובני ביתם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכות ראשונות: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים בקר"י, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען דערנאך א אסיפה מיט די הנהלה פון איגוד הסופרים בנוגע די לעצטיגע פראבלעמען פון בדיקת ספרי תורה דורכן קאמפיוטער, און די פלענער און סערוויסעס וואס דער איגוד הסופרים וועט צושטעלן פארן ציבור אויף דעם געביט. דער רבי איז איבערגעגאנגן מיט זיי אלע פרטי הדברים א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו שלא יצא מכשול מתח"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️