בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגכ"ד כסלו תשפ"ד12/7/2023

באריכט
מיטוואך פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ב קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר ליפא ניישטאדט הי"ו.
ב"ר יעקב קליין הי"ו.
ב"ר יום טוב בערגער הי"ו.
ב"ר שמעון ישראל קארנבלי הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ובניו ע"פ בנו /אחיהם ע"ה.
אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' שלמה סטרולאוויטש ע"ה ע"פ אמם ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת וישב

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר נחמי' עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז רבינו שליט''א אריבער אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון הרה"ח ר' ליפא ברא"ש לאנדא ע"ה פון מאנסי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין מאנסי אין ביהמ"ד בארנוב ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מבארנוב שליט"א און כ''ק האחים האדמורי"ם מרחמיסטריווקא שליט"א היושבים ע"פ אשתו /אחותיהם הרבנית מבארנוב ע"ה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת וישב יום ההצלה כ"א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ווייזער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ישכר בער עפשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה ארום 5:40 איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום מעמד ההודאה בישיבה של רביה''ק בעל הנס זיע''א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ א לענגערע צייט אויף חסדי ה' און נאך ניגוני הודאה, דער נואם הכבוד הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א רב דק"ק בעיסוואטער ומרבני נטרונא האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אודה ה' בכל לבב' און ארויסגעברענגט אז מען דארף לויבן הקב"ה אויף דעם אז מיר קענען לויבן און האבן די זכי' צו זיין תלמידים וחסידים פון רביה"ק זיע''א, און ארומגערעדט איבער דעם שווערן מצב וואס כלל ישראל האט זיך געפינען נאך די מלחמה, וויפיל אידישע נפשות זענען ליידער אוועקגעפאלן ביז רביה"ק זיע''א האט אויפגעבויעט דאס יהדות החרדית און זיך אפגעגעבן ווי א טאטע צו א קינד, און די זעלבע מיט די מלחמה מיט די נגע הציונית אפילו מען הערט פון אנדערע אז עס איז דא נאך שיטות, אז מען קוקט אבער די טייכן טרערן מיט וואס רביה"ק זיע''א האט געפירט די מלחמה ווייסט מען דעם אמת, עס איז געווען א מלחמת הקודש וואס די וואס האבן עס געהערט מפה קדשו וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן, דער רבי האט באגריסט דעם חשובן נואם הכבוד און דערציילט א מעשה פונעם ישמח משה זיע''א אז מען זעט אז מען איז מכבד א צווייטן תלמיד חכם און מען פילט די זעלבע ווי מען איז ווען זיך מכבד דעמאלטס איז א סימן אז מען מיינט כבוד התורה און נישט כבוד עצמו, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט אינמיטן די שווערע גזירות החינוך אין ניו יארק, אויב האט מען אמאל געפילט אז מען איז א קול קורא במדבר און קיינער הערט נישט אויס, הערט מען היינט אז עס איז שוין ב"ה דא נאך חשובע רבנים וואס זענען עוסק אין דעם ענין און געלויבט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן, צווישן אנדערע דער חשובער גאסט הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א, דער רבי האט דערמאנט א אסיפה דעם זונטאג פון רבנים מיטן קאנגרעס ספיקער און נאך רעגירונג'ס לייט, פון וואס מען האט היינט געהערט האט ער אבער שטארק הנאה און דאנקט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן, און דערביי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב שליט"א צו פארציילן וואס דארט איז געווען, און דערנאך זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן הצלחה פאר די רבנים און עסקנים להעביר את רוע הגזירה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:30 און דער רבי האט פארלאזט די ישיבה און באגלייטונג פון די תלמידי הישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר''ש בוים הי"ו (מאנסי) - ר' יקותיאל אהרן דוד רובינשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שמחה לאנדא הי"ו - הרה''ג ר' דוד יואל צימעט שליט"א רב אור לשמים סטאבניץ, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אהרן דוד שמואל מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברמ''ל טרעגער הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' משה נתן ראזענבערג הי"ו - ר' יעקב זאב כ"ץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00ַ

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"א כסלו תשפ"ד12/4/2023

באריכט
זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף לייב פריינד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יהודא ברילל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 4:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין די סעפייער זאל צו די מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך איגוד יושבי אוהל דקהילתינו הק' לכבודו פון הרה''ג וואלף אהרן טעללער שליט''א מנהל מבצר הכוללים קר''י, און לכבודו פון הרה''ג ר' לוי יצחק האניג שליט''א מגי''ש ביושבי אוהל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די חתנים, מחותנים, און זיידעס, און משמיע געווען דב"ק ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם איגוד יושבי אהל וואס געט די געלעגענהייט פאר אינגעלייט עוסק צו זיין בדבר הלכה, און ארומגערעדט בשבח פונעם מחותן הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו וואס האט געהאט די זכי' מנדב צו זיין דעם בנין הכנסת אורחים בעיר האבות סיגוט יצ"ו, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:05, און מעריב ארום 6:15 בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים בנציון וויינפעלד הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה פישער הי"ו, באולם גינת קליין.
הר"ר מענדל ווייס שליט"א - ר' אלי' יודא ראטה הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג.

בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן 60 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'בנינו ודורותינו' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר
דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.

לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.
אזוי אויך איז פארטיילט געווארן פאר אלע נדיבים בעם די צענטע באנד פונעם הערליכען רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פון רבינו הגה"ק שליט"א משנת תשע"ז לפ"ק.

דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב זאנוויל וויינבערגער הי''ו פון ארה''ק, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' יושע קאלער הי''ו.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון ר' פנחס שלעזינגער שליט"א ראש ישיבתינו אין לאנדאן יצ"ו. דערנאך האט הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר די מוסדות בכלל און יעצט ביים מעמד ההודאה.

ארום 9:00 האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הגה''צ אבד''ק שליט''א וועלכע האט ארומגערעדט איבער די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדע סאטמאר'ער חסיד אין דעם טאג, און איבער די הערליכע פירות וואס קומט ארויס פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג.

ארום 9:30 האבן רבבות אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין דאנקן השי''ת על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן, אויף די ניגוני הודאה פון חסדי ה', והיא שעמדה, און נאך.

דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל.
דער חשובער יו"ר שליט"א האט ממשיך געווען בחיוב ההודאה און ארויסגעברענגט די שמחה וואס פלאקערט אין די הערצער פון אנשי שלומינו איבעראל אין די גאנצע וועלט, און דערנאך האט זיך זיך דער רבי נאכאמאל אויפגעשטעלט און ממשיך געווען אין א פייערליכע טאנץ אויף בך בטחו און ניגוני הודאה.

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, און האט ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג.
דערנאך האט ר' מרדכי אלעזר הי"ו אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסענדיג דער מעיאר עריק עדעמס יר"ה, וועלכע איז געקומען און באגלייטונג פון הרה''ח ר' נפתלי משה אינדיג הי''ו, דער מעיאר האט אויפגעטרעטן זאגענדיג זיין שטענדיגע הילף פאר קהלתינו הק', בפרט פאר די חינוך הטהור אין ניו יארק, און זיך באדאנקט אויף די שטיצע ביי די מעיאר וואלן לטובתו, און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף אין עתיד פאר די ריינע חינוך אין ניו יארק.
דערנאך איז דער מעיאר יר"ה צוגעגאנגען אפנעמען ברכת קדשו פון רבינו שליט"א, און ר' מרדכי אלעזר האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.

ארום 10:45 האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון מרן רבינו שליט"א, צום ערשט האט דער רבי גערעדט בשבח המוסדות, און די חיוב שטיצן די הייליגע מוסדות, און דערנאך משמיע געווען דברי תורה במשנתו פון רביה"ק בעל הנס זיע"א, און ממשיך געווען איבער לימוד התורה בחבורת יסודי התורה וועלכע האט יעצט אנגעהויבן מס' סוטה, איבער די וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה פארן דאווענען, די נושא פון מלבושי נשים און די עגמת נפש וואס קומט ארויס ווען מען איז מזניח אינעם צניעות.
דער רבי האט דערמאנט דעם מצב המלחמה אין ארה"ק בפרט די רציחה אויף א ת"ח א מורה הוראה פארגאנגענער וואך הי''ד במהרה לעינינו, די ווייטאג אויף אלע אידישע נפשות וואס ווערן ליידער פארלוירן, עס איז נישט 'אונז' און 'זיי', מיר האבן נישט קיין חלק אין די מדינה, זייער מיליטער איז נישט אונזער מיליטער, מיר זענען זיך משתתף אין די צער פון אחב"י אין ארה"ק, און מיר זענען מתפלל אויף די הצלה אבער נישט אויף די הצלחה פון די ציונים, דער רבי האט אויסגעשריגן זיין ווייטאג ווען מען זעט געוויסע מנהיגים זענען מחזק דעם ציוני'סטישן מיליטער, זיי שיקן טאנצן פאר אוכלי נבילות וטריפות, און דערמאנט א אסיפה נאכן הקמת המדינה ווי רביה''ק בעל הנס זיע''א האט געזאגט אז די מדינה איז נישט קיין מציאות א זאך וואס איז נגד התורה איז נישט קיין מציאות!, במיוחד האט דער רבי דערמאנט די פראטעסט אין וואשינגטאן, ווי די אגודת ישראל פארטיי האט אפיציעל געשטיצט זיך צו באטייליגן ביי דעם פארזאמלונג, וואס איז געווען לחיזוק הציונית, בתערובת אנשים ונשים, רובם ככולם מחללי שבתות פורקי עול.
דערנאך האט דער רבי א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם מצב אינעם קאמף למען חינוך הטהור אין ניו יארק, דער רבי האט דערמאנט די פריערדיגע גזירות בעניני דת, מציצה בפה, ביי קאראנא צו פארמאכן די בתי מדרשים, מוסדות התורה און די קעמפס, ועוד, ווי כלל ישראל איז געווען אנטשלאסן און די רעגירונג האט געזעהן אז מיר זענען א עם קשה עורף, אויך יעצט ווען די רעגירונג פארלאנגט מען זאל אויסוועלן איינס פון זיבן פעטוועיס פאר די מוסדות דארף מען שטיין פעסט און מען זאל נישט ענטפערן פאר די רעגירונג, עם ה' חזקו ונתחזקה און אויסגערופן א ריף צו אלע ערליכע מוסדות חלילה זיך נישט לאזן פון די וואס פארפירן דעם ציבור און נישט ענטפערן די רעגירונג, דער רבי האט דערמאנט א אסיפה אין מאנסי דורך די רעגירונג אינסטאנצן ווי אלע אלע מוסדות אין ראקלענד קאונטי, האבן אינאיינעם באשלאסן צו איגנארירן די אסיפה און קיינער איז נישט אנגעקומען, יפה עשיתם, און נאר אזוי וועט מען בעז''ה מצליח זיין, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו לכל העם הנאספים.

נאך די דברות קודש האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג ארויס האט זיך רבינו שליט"א באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויס געהאלפן למען הצלחת המעמד, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ' כסלו תשפ"ד12/3/2023

באריכט
מוצש''ק איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער דינער לטובת 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,000 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אינאיינעם מיט'ן פייערליכן מעמד יובל החמישים אפצייכענדיג 50 יאר פון התייסדות ק''ק ומוסדות קרית יואל, פארגעקומען אינעם גיגאנטישן בית רחל אודיטאריום מיט אירע צוגעלייגטע גאלעריען.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הר''ר משה אהרן פילאפף שליט''א, זכרני ימים מקדם: איז פארגעקומען א פאנעל דורך הרה''ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי''ו פון די ערשטע תושבים אין קר''י און הרה''ח ר' משה יודא הירש הי''ו פון די ערשטע תלמידים אין מוסדות קרית יואל, בקורת ימי עיר הקודש קרית יואל, אלס נואם הכבוד האט געדינט הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א וואס האט ארומגערעדט איבער די רגש'דיגע מאמענטן ווען מען האלט 50 יאר פון התייסדות ק''ק ומוסדות קרית יואל.
שעה של הודאה בשירה ובזמרה דורך די מלכות קאפעלע אינאיינעם מיטן בעל מנגן הרב יעקב דאסקאל הי''ו פון ארה''ק, ומעמד ההודאה אנגעפירט דורך הר''ר עמרם אקער הי''ו ראש המשוררים בחצרות קדשינו.

ארום 10:20 האט מען מקבל פנים געווען דעם מרא דאתרא קדישא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ עטליכע מינוט חסדי ה' און נאך נגוני הודאה בשבח והודאה שטייענדיג 50 יאר פון תורה ויראה בעיר הקודש קרית יואל.

דאן איז פארגעקומען א לענגערע מייסטערהאפטיגע נגינה פרעזענטאציע פרקי חרוזים בקורת ימי העיר אפצייכענונג 'פופציג יאר קרית יואל'.
דער יושב ראש האט ממשיך געווען מיט זכרונות פון קרית יואל מימי נעוריו, און האט אויסגערופן מיט'ן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי''ו מנהל המוסדות, ווי ער האט געגעבן א רעפעראט איבער'ן מצב הגשמי און דעם אומגלויבליכע בודזשעט פון מוסדות קרית יואל פון אזויפיל ווי 73 מיליאן דאלאר א יאר, מיט אירע 12,000 קינדער און 1300 איינגעשטעלטע בליעה''ר כן ירבו, און ארויסגעברענגט די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה פון 'מוסדות קרית יואל' וועלכע בויעט יעצט צוויי גיגאנטישער בנינים סיי פאר די ת''ת און סיי פאר די בית רחל און וואס מען זעהט שוין יעצט אז ווען מען וועט ענדיגן דעם בנין הבית רחל וועט שוין נישט זיין קיין פלאץ און מען וועט שוין תיכף דארפן בויען א פרישן בנין, און דערנאך אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה, נאך די דברי תורה האט דער רבי באש קודש דערמאנט דעם גזירות החינוך אין ניו יארק, בזמן שהקול קול יעקב אין הידים ידי עשיו, דורך די תורה פון תשב''ר האבן די ידי עשיו נישט קיין שליטה, בעזר ה' וועלן מיר שטיין על המשמר אויף טהרת החינוך מיט מסירת נפש, דער רבי האט ממשיך געווען איבער די גרויסע הצלחה פון מוסדות קרית יואל אין אלע תחומים וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט, און ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע התרגשות ווי אריבער הונדערט בחורים פון די מוסדות האבן זיך פארהערט שווערע הונדערטער בלעטער גמרא בע"פ, די געוואלדיגע הצלחה וואס מען זעט ביי חינוך הבנות, און ארויסגעברענגט דעם פראבלעם ווי די היינטיגע מאדעס דרינגען אריין אין די שולע, און מען דארף זען אנצוהאלטן דעם הויכן סטאנדארט אין צניעות, און אויפגעברענגט א פלאן פון די הנהלת המוסדות אויפצושטעלן א פאבריק צוצושטעלן מערערע אויסגעהאלטענע בגדים אונטער די השגחה פון די מוסדות, און דערמאנט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדות קרית יואל ווי עס בויעט זיך צוויי גאר גרויסע בנינים אדירים, און מעורר ומעודד געווען אנ"ש יעדער איינער דארף שפירן ווי דאס איז זיין פראיעקט און האבן א חלק אין דעם כפי יכולת.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם 'קרן מלמדים' וועלכע געבן סכומים הגונים פאר די מלמדים בעת שמחתם, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וואס טוען עס יעצט אויסברייטערן צו פארטיילן אויך פאר די מרביצי תורה פון די ישיבות קטנות, און ארומגערעדט בדברי הכנה ליו''ט חנוכה דורכצולערנען די קדושות לחנוכה פונעם הייליגן קדושת לוי.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם נייעם מסגרת אין מוסדות אין קרית יואל וואו מען גיט אריין אין די קינדער ברייטע און רייכע ידיעות התורה, און געזאגט 'אלמלא לא ראיתי לא האמנתי' ווי סאך און ווי גוט די קינדער קענען. דער רבי האט געוואונטשן די עסקנים מיט הצלחה אויף להבא, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די הנהלה און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
שב''ק פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן וואלף ב"ר משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א מיט אן אפיעל לטובת די דינער פון מוסדות קרית יואל היינטיגן מוצאי שבת.
קבלת שבת: הרה"ג ר' ליפא יואל פישער שליט"א, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא שליט"א מ'זידיטשוב ירושלים.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'הצילינו נא מיד אחי מיד עשיו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין אונאה לעכו"ם.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב ביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, ברכהמ''ז: הרה"ג ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש מאנסי.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם גרויסן מגיד הרה''ק רבי ר' בער זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שבת י"ט כסלו.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אויך איז פארגעקומען די שלום זכר לבן הנולד אצל הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' פנחס שלעזינגער שליט"א ראש ישיבתינו הק' לאנדאן יצ"ו, דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען חסדי ה' לכבוד די יום ההצלה כ"א כסלו די וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא שליט"א מ'זידיטשוב ירושלים.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד סופר שליט"א אב"ד פאקש וומסב''ג.

עליות. כהן: החתן ב"ר מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר מענדל ווייס הי"ו – באווארפען. רביעי: החתן ב"ר ישראל שעהר הי"ו. חמישי: החתן בהר"ר וואלף אהרן טעללער שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הרה"ג ר' אברהם שמשון הורוויץ שליט"א.
ר' יעקב בר"י קרויס הי"ו.
ר' דוד צוויבל הי"ו.
ר' אהרן העניך טייטלבוים הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו. הוספות: החתן ב"ר מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו. החתן ב"ר אפרים ווייס הי"ו. אחרון: החתן ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' יוסף יואל כהן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו. כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו. שלישי: הרה"ג אב"ד בוטשאטש מאנסי שליט''א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ג ר' מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישלח יעקב מלאכים לפניו' און געטייטשט אז די נסיון העושר איז באמת גרעסער ווי די נסיון העוני, אבער אז די ברכה קומט פונעם אייבערשטען אליינס ווערט מען ניצל פון דעם, מיטן כח פון שב''ק איז מען זוכה אז ברכת העושר זאל זיין א ריינע ברכה.

ידיד נפש: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, קל מסתתר: הרה"ח ר' פסח אונגאר הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל ברא"ה בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יושע קאהן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר''ר מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו - ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו - ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו.
ר' ישראל ארי' בערקאוויטש ע"ה - ר' בצלאל חיים באש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט
געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם יששכר כייעם הי"ו.
ב"ר אליעזר דוד גליק הי"ו.
ב"ר שלום ברעכער הי"ו.
ב"ר שלום אליעזר בראך הי"ו.
ב"ר יצחק חננאל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר לוי יצחק ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר משה דוד וויינגארטן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א - הר''ר בנציון אליהו זאלדאן שליט''א, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי וואלטער הי"ו - ר' יואל ברמ"י גרינפעלד הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:55 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברש"נ הירש הי"ו - ר' גדלי' אפפעל הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הצדיק רבי משה ראטה שליט"א גאב"ד קהל יראי ה', עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בהלכות סת"ם ובהכות עירובין ומענין לענין בעניני חנוכה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט בכבוד.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' יחזקאל שרגא ראזענבוים שליט''א רב דביהמ''ד קרעטשניף - סיגוט וומסב''ג, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךט"ז כסלו תשפ"ד11/29/2023

באריכט
דינסטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
תאומים בני ר' יקותיאל מנשה ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו.
ב"ר יוסף טובי' גדלי' זיכערמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

ביים אהנקומען אין וומסב"ג איז דער רבי צוגעפארן צום בנין הבית רחל בנין ריספלער אויף סענפארד סטריט, און איז אריינגעגאנגן באאבאכטן די ארבייט וואס ווערט אריינגעלייגט צו פארעענדיגן דעם נייעם פראכטפולן חתונה זאל 'גינת אסתר' וואס שטייט יעצט אין די לעצטע פאזע פון דעקאראציע און וועט עווענטועל בעז"ה דינען פאר א הערליכע חתונה זאל לשמחת אנשי שלומינו אויף א בעלבתי'שן אבער ביליגן סטאנדארט.

דער רבי האט באטראכט דעם גאנצן היכל האולם און די ארבייט וואס ווערט אריינגעלייגט און דערביי באקומען א באריכט פונעם ענערגישן אדמיניסטראטאר הר"ר יואל וועלץ הי"ו אינאיינעם מיטן בוי מייסטער הר"ר יצחק בערקאוויטש הי"ו וויפיל ארבייט עס פעלט נאך אויס צו פארענדיגן ברוב פאר והדר ביז צום קומענדיגן חתונה סעזאן אויף ווען מ'נעמט שוין אהן רעזערוואציעס בס"ד, און דערביי מאציל געווען ברכת קדשו לברכה ולהצלחה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:05 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:55, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א מסיבת לחיים בבית הרב הגאון רבי מאיר האלבערשטאם שליט"א אבד''ק קשאנוב ומו"ץ בבית מדרשינו המפואר בנין בראך, לרגל שמחת נישואי בתו למז"ט.
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.

דערנאך ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין בארא פארק צו די שמחת החתונה פון ש"ב החתן בן הנגיד החסיד הרב מנשה הורוויץ שליט"א רב ביהמ"ד ריגליץ נכד רביה"ק העצי חיים זיע''א.

ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען צו די שמחת החתונה אין די זאלן פון עטרת חי', דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די חתן און מחותנים און אלע זיידעס, דערנאך האט דער בדחן הרה"ח ר' פנחס מרדכי וועבער הי"ו אויסגערופן דער רבי צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן זיידעס און מחותנים.

ארום 1:10 איז רבינו שליט"א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג).
ב"ר אברהם חיים לאוב הי"ו (ב"פ).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ג', און ארומגערעדט איבער די 7 דרכים וואס די רעגירונג אין ניו יארק האט ארויסגעשטעלט צו אויספירן דעם גזירת החינוך, זאגנדיג אז דאס זענען די 7 שמות פונעם יצר הרע, און עס איז א געוואלדיגע סכנה יעדע דרך, און פייערדיג אויסגעשריגן 'מיר, אונזערע מוסדות גייען נישט ענטפערן, שב ואל תעשה עדיף', און צו די זעלבע צייט גערופן צו אלע ערליכע מוסדות 'איך רוף כל אחד אשר יראת ה' בלבו, הנהלות פון אנדערע מוסדות נישט זיך לאזן צורעדן פון דעי עסקנים וואס האבן זיך געלאזט פארקויפט פארן שטן און פאפן ארום די מנהלים', אז אלע חסידישע מוסדות וועלן נעמען די זעלבע שטעלונג פאר די רעגירונג אז מען ענטפערט נישט און מען לאזט זיי נישט אריין, וועט מען מיטן כח הרבים בעז''ה מצליח זיין.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער בביתו החדש פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - ר' משה גאלדבערגער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) - ר' יצחק פאלאטשעק הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אפרים ווייס הי"ו - ר' יוסף יואל כהן הי"ו, באולם גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הנהלת ק''ק קרית יואל לכבודו פונעם משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע לייסטונגען פאר קהלתינו הק', עס איז געלאדענט געווארן די חשובי ופני העדה נגידים וחברי הנהלת הקהילה און גדולי עסקני הקהילה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה איבער די חשיבות פון עוסק זיין בצרכי ציבור, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 8:25.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברא''מ ראזענבערג הי"ו - ר' ישראל פריינד הי"ו.
ר' יואל ברפ''נ גלויבער הי"ו (מאנסי) - ר' שי שלום וואלבערג הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א, מו"ץ.
ב"ר אלי' מאיר גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יואל עקשטיין הי"ו.
ב"ר חיים הערש פישער הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר בנציון צאהלער הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר משה שלום ראזענצווייג הי"ו (ב"פ).

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר''ר משה אברהם שעהנברוין שליט''א - הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, באולם כינור דוד.
ר' משה באסול הי"ו - ר' משה נסים מזרחי הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:50 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר אנטשיל קארפען שליט"א - הרה"ג ר' שלמה הערש סופר שליט"א.
ר' יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו - ר' יודא פריעדמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א צוריק אריבער צו די שמחת החתונה פון הכלה בת משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און נאכן בענטשן געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, און געטאנצן מיטן חתן און מחותנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ג כסלו תשפ"ד11/26/2023

באריכט
שב''ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן ישראל מאיר בן הר''ר יואל עקשטיין שליט''א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה''ח ר' משה ישראל שווארץ הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר תלמוד תורה בת עין אין צפת עטה"ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב אורי האלבערשטאם שליט''א (מאנסי), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' בצלאל טוסיג הי''ו (ירושלים).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותאמר אסף אלוקים את חרפתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.

קה אכסוף: הרה''ח ר' אנטשיל אילאוויטש הי''ו (בני ברק), ברכהמ''ז: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו יו''ר קהלתינו ומוסדותינו הק' בבית שמש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א עובדא אויף די סדרה פון הרה''ק ר' מאיר מ'פרעמישלאן זיע''א, ומענין לענין נאך סיפורים פון הרה''ק ר' מאיר'ל זיע''א.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו (לאנדאן), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל קנאפלער הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אהרן עקשטיין הי"ו (אנטווערפן).

עליות. כהן: הרה''ח ר' אליעזר דוד הכהן גליק הי"ו. לוי: החתן ב"ר אהרן יוסף הלוי בערגער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יודא אשר בר''א ראטה הי''ו.
ר' יצחק נפתלי קנאפלער הי''ו.
ר' משה יעקב אהרן בוקסבוים הי''ו.
ר' בנימין שאלאמאן הי''ו.
ר' יואל בר''ל האלפערט הי''ו.
ר' מרדכי בר''י שווארץ הי''ו.
ר' מאיר הערש זאלדאן הי''ו.

שביעי: החתן ב"ר יואל ב''ר מיכל ווייס היו. הי"ו. הוספה: החתן ב''ר לוי יצחק לאנדא הי''ו. אחרון: החתן ב"ר יו''ט ליפא וויינבערגער הי"ו. מפטיר: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א. הגבה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (וומסב''ג) גלילה: הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו.

מוסף: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הר''ר אליעזר ניסן פרידריך שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה''ח ר' ישראל שפיצער הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בנימין הירש הי"ו. כהן: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו. לוי: הרה''ח ר' שמואל בערגער הי''ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' בנציון זאלדאן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע' און געטייטשט אז יעקב אבינו האט צום ערשט געהאלטן אז אויב מען איז חלילה פארטינקן אין די נ' שערי טומאה האט מען נישט קיין תקומה, איז אים נתגלה געווארן אז ניין, אכן יש ה' במקום הזה אפילו מען איז אין די גרעסטע חשכות קען מען דורך די תורה הקדושה ארויסגיין פון דארט און מען טאר נישט פארלירן די האפענונג.

ידיד נפש: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' ישעי' סנדר גליק הי"ו (מאנסי), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:25.

תיכף נאך הבדלה האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה''ח ר' זלמן לייב קאפל הי''ו, ע''פ אמו ע''ה.
בקרב קהלתינו הק' אין בארא פארק איז פארגעקומען דער יערליכער דינער 'הבן יקיר לי' לטובת מוסדותינו הק' מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חי' אין שטאט.
ארום 10:55 האט מען מקבל פנים געווען נשיא המוסדות כ''ק רבינו שליט''א, דער נואם הכבוד הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו המפואר לעיקוואד האט פארענדיגט זיין דרשה, עס האבן אויפגעטרעטן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א, און דער מנהל המוסדות הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און נאך די דברי תורה ארומגערעדט בשבח המוסדות אין ב''פ, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס ווערט נתרבה בכמות ובאיכות סיי די ת''ת, בית רחל, די כולל, און די גאנצע קהילה, די בשורה איבער די גמר המקח פארן ביהמ''ד, מקוה, היכל התורה, און א בית הוראה אויפן גיגאנטישע שטח אויף 18'טע עוו. און אויך מבשר געווען די בשורה טובה אז ס'וועט זיך עפענען א דריטע ישיבה קטנה דורך הנהלת מוסדותינו הק' בבארא פארק וואס וועט זיין סטאנציאנירט מיט א דארמיטארי און אש''ל מלא אין לעיקוואד און וועט געפירט ווערן דורך הגה''צ דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הכנה צו יו''ט חנוכה זיך צוצוגרייטן צו א יו''ט מיט א ווארימקייט עוסק זיין אין די ספרי קודש, בפרט דורך לערנען ביז חנוכה דעם ספר הק' קדושת לוי אלס הכנה צום יו''ט, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:05.

נאכן דינער איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון נכדת כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א הכלה בת חתנו הרה''ג ר' יוסף הורוויץ שליט"א ראה"כ חיים ושלום מונקאטש, פארגעקומען בבית הרבני הנגיד ר' אלטר אשר ישראל פרענקל הי''ו מנהל ת"ת מונקאטש, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויס אין א ריקוד קודש מיט האדמו''ר ממונקאטש שליט''א און דערנאך מיטן חתן ומחותנים.

אינטערוועגנס ארויס פון די שבע ברכות האט דער רבי באגריסט הגה"צ רבי מרדכי געלבער שליט"א רב דביהמ"ד מונקאטש אין בני ברק וואס געפינט זיך דאהי לכבוד די שמחה בחצר הקודש מונקאטש, ווי ער האט געגעבן א ווארימע גרוס פון קהלתינו הק' אין בני ברק און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די שבע ברכות אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשי"ב כסלו תשפ"ד11/25/2023

באריכט
פרייטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר אהרן הערש טויב הי"ו.
ב"ר יואל ברא"מ שווארץ הי"ו.
ב"ר יואל ברב"א ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר יואל קליין הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"מ גאלדבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה מאיר דוב גליק הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל ברע"מ ווייס הי"ו - ר' איתמר טובי' ווידער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו - ר' משה יודא מענדלאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת, שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שמעי' ארי' דרוממער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' ישראל דוד סעגעדין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל שמעון הכהן רובין הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"י ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו - ר' אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו - ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יואל ב"ר מיכל ווייס הי"ו (וומסב''ג) - ר' בנימין ארי' לייבוש הירש הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אברהם הערש וויינבערגער הי"ו - הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
הרה''ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א, מו"ץ - ר' ישכר בעריש מויזקאפף הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךט' כסלו תשפ"ד11/22/2023

באריכט
דינסטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

איידער תפילת שחרית האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מבקר חולה געווען הגאון הגדול זקן ראשי הישיבות רבי אליקים שלעזינגער שליט"א לרפו"ש ראש ישיבת הרמה לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און זיך נאכגעפרעגט איבער'ן מצב הבריאות און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד מהרש''א אין קר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה יואל קארנבלי הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק מ', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקרית יואל, און דערנאך איז געווען די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת שבע ברכות לנכד הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי"ו פון וויען, וואס איז פארגעקומען בבית חתנו המחותן הרה"ח ר' יואל פרענקל הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, איבער דעם געהויבענעם שבת שקלים פאראיאר 'שבת ישיבה של מעלה' מיט די תלמידי הישיבות אין אייראפע און ארה"ק אין שטאט סיגוט, אויף וואס דער רבי האט זיך אויסגעדריקט 'דאס איז געווען א שבת צום געדענקן!', דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און די מחותנים און ספעציעל פאר די צוויי געהויבענע זיידעס הר"ר חיים הי"ו און הר"ר מאיר שטערן הי"ו, און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.
ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שאול ארי' גלאנצער הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מרדכי וואגשאל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יודא לייבוש ברש"ז פרענקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר ישעי' אשר זעליג סאמעט הי"ו.
ב"ר זאב קרויס הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר כאירה הי"ו.
ב"ר יואל גאנדל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' לוי יצחק לאנדא הי"ו - ר' אליעזר דוד גליק הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה - ר' יקותיאל יודא פיש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל בר"מ לעווי הי"ו - ר' יצחק פייערשטיין הי"ו.

נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
ב"ר יחיאל אלטער טויב הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסיא ראזענבערג הי"ו (ב"פ).

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ט, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט בחדרו הפרטי, און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו - ר' אלעזר ניסן פרידריך הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' הערש אלימלך ברילל הי"ו (וומסב''ג) - ר' יעקב יוקל בר"מ הירש הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמואל לייב פריעד הי"ו - הר"ר דוד ליכטענשטיין שליט"א.
הר''ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א - הר"ר יואל בר''א פאסטערנאק שליט"א.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א רב דקהילת סאסוב בית שמש בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו החתן למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און פאר בנו החתן.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגו' כסלו תשפ"ד11/19/2023

באריכט
שב''ק פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן וואלף ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר תלמוד תורה משאת בנימין אין קוממיות עטה"ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו יו''ר קהלתינו ומוסדותינו הק' בבית שמש.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א ר"מ בישיבת דרך התורה.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו' און געטייטשט בדרך אגדה אז די אבות הק' האבן געקענט מיט זייער לעכטיגע אויגן דערקענען אויף א זאך צו עס איז כשר דורכ'ן זען צו עס לייכט אויף דעם די שם הוי"ה.

קה אכסוף: הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א, ברכהמ''ז: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט צום ערשט א עובדא פון הגה''ק הישמח משה זיע''א בשייכות מיט די תורה, און דערנאך פון הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאבל זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ט' כסלו.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' פסח עקשטיין הי"ו (ירושלים), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב יחיאל מיכל גאלדשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:20.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ציממערמאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי"ו (ב"פ).

עליות. כהן: ר' צבי אביגדור הערמאן הי"ו - וומסב''ג. לוי: החתן ב"ר שמואל אפרים גאלד הי"ו - באווארפען. שלישי: החתן ב"ר מענדל יאנקאוויטש הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הר"ר מעכיל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א.
ר' קלמן אליעזר פעקעטע הי"ו.
ר' אברהם יושע העשיל גראס הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר נחום שמשון שווארטץ הי"ו. אחרון: החתן ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו - באווארפען. מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל יוסף עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: ר' יואל ברש"צ פעלדמאן הי"ו (וומסב''ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יעקב בוקסבוים הי"ו. כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו. לוי: הרה''ג ר' שמואל אפרים גאלד שליט"א. שלישי: הרה"ח ר' נתן יוסף גרין הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו' און געטייטשט אז יצחק אבינו האט געזעהן ברוח קדשו אז עס וועט זיין א בלבול המוחות אין די עננים פון גלות וגאולה, אמונה בביאת המשיח, האט ער מרמז געווען מען זאל גלייבן אז נאר דער איין איינציגער באשעפער ער קען און ער וועט אונז אויסלייזן און צוריק געבן ארץ ישראל, און נאר ער וועט נקמה נעמען אויף די פארגאסענע אידיש בלוט.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארץ הי"ו (לאנדאן), קל מסתתר: הרה"ח ר' משה דוד רייך הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:30.
מוצש''ק ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צו די סיום הלכות שבת דורך 'כולל קנין שבת' שע"י מבצר הכוללים קר''י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות און וויכטיגקייט פון לערנען הלכות שבת, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע לומדים און די הנהלת הכולל. דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשה' כסלו תשפ"ד11/18/2023

באריכט
פרייטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל גראס הי"ו.
ב"ר יואל פאסטערנאק הי"ו.
ב"ר יואל משה מאלח הי"ו.
ב"ר יואל משה מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים בעריש שפילמאן הי"ו.
ב"ר יואל ווערצבערגער הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

בביתו נאוה קודש האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א יוצאי תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה וומסב''ג אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה א זילבערנע בעכער און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש קעסלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.
ב"ר מענדל בער ווידער הי"ו.
ב"ר דוד זאב עקשטיין הי"ו.
ב"ר שמואל פארגעס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו - הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' אליעזר זוסיא פליישמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל יצחק ראטה הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי אינאיינעם מיט זיין שווער הר''ר משה גראס שליט"א מ'קערעסטיר, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו"פ הגה"צ רב דביהמ"ד צאנז קרית יואל שליט"א און געברענגט דעם נייעם איבערגעדריקטן ספה"ק דברי חיים לחנוכה, דער רבי האט מעיין געווען אינעם ספר א לענגערע צייט און דערנאך אריין אין א לענגערן שמועס בקורות ימי זקה"ק מצאנז זיע"א.

אויך האט דער רבי פארהערט הבה"ח יוסף מאיר בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א אויף הלכות שבת.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב הערש ניישטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
ב"ר יוסף פנחס קעניגסבערג הי"ו.
ב"ר יוסף דוב הלוי ראטה הי"ו.
ב"ר ראובן אליעזר שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אברהם מאיר ראזענפעלד הי"ו - ר' יואל בר''מ אינדיג הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו - ר' חיים טורנהיים הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג