בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגג' כסלו תשפ"ד11/16/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש קעסלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.
ב"ר מענדל בער ווידער הי"ו.
ב"ר דוד זאב עקשטיין הי"ו.
ב"ר שמואל פארגעס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו - הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' אליעזר זוסיא פליישמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל יצחק ראטה הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי אינאיינעם מיט זיין שווער הר''ר משה גראס שליט"א מ'קערעסטיר, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו"פ הגה"צ רב דביהמ"ד צאנז קרית יואל שליט"א און געברענגט דעם נייעם איבערגעדריקטן ספה"ק דברי חיים לחנוכה, דער רבי האט מעיין געווען אינעם ספר א לענגערע צייט און דערנאך אריין אין א לענגערן שמועס בקורות ימי זקה"ק מצאנז זיע"א.

אויך האט דער רבי פארהערט הבה"ח יוסף מאיר בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א אויף הלכות שבת.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️