בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

שבת קודשי"ג מרחשון תשפ"ד10/28/2023

באריכט
פרייטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ברוך ווידער הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק שטערן הי"ו.
ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו.
ב"ר שבתי אבערלענדער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאך שחרית ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אריבער צום ציון פון רבותינו הק' איינצולאדענען צו די שמחת החתונה קומענדיגע וואך פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, ביים אנקומען צום ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך אריין אין אוהל און געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און ביים ציון פון אמו הרבנית ע"ה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, נאך קדיש האט דער רבי געליינט די קוויטלעך בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.
ב"ר יואל מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל יצחק ראטה הי"ו.
ב"ר ראובן פאלאטשעק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו - ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' משה פנחס ווידער הי"ו - ר' אלקנה יעקב הערש מאיראוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' ציון עבדי' מאסרי הי"ו (וומסב''ג) - ר' אלי' יואל סאלאמה הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו - ר' אברהם שמואל בראך הי"ו.
ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו - ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו.

נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"א מרחשון תשפ"ד10/26/2023

באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ישראל ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים זלמן ווייסבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת דקרית יואל ווי מען האט שוין אנגעהויבן די פארגאנגענע וואך די מאסיווע פראדוקציע צוצושטעלן די גאר מהודר'דיגע מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט פאר אנשי שלומינו פון קרית יואל און איבעראל, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין די בעקעריי איבער אלע אירע אפטיילונגען א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן די יאר עפ"י הוראת רבינו שליט"א.

ארום 2:50 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום סטוארט עירפארט בשכינות קרית יואל פון ווי דער רבי האט אפגערייזט אויף א בליץ באזוך אין מאנטרעאל קאנאדע לרגל שמחת הנישואין בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל אלס אות הכרת הטוב פאר זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהלתינו הק' ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, ובפרט זיין פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש שע"י קהלתינו אין מאנטרעאל יצ"ו.

די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:50, און געלאנדעט ארום 4:35 אינעם ארטיגן לופטפעלד אין מאנטרעאל.

פונעם לופטפעלד איז רבינו שליט''א צוגעפארן אויף א קורצע באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו אלס אות הכרת הטוב פאר זיין אסטראנאמישן סכום מנדבת לבו לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן חשוב'ן נדבן וכל משפחתו שיחיו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול והמפואר, דער רבי איז אנגעקומען ארום 6:15, צום ערשט איז דער רבי אריין בהיכל הכולל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.

נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אנ"ש און די ילדי תשב"ר אריבער שלום נעמען, דערביי האבן אויך שלום גענומען א משלחת פון ראשי קהילת בעלזא מאנטרעאל און קהלת סקווירא ובראשם הגאון הצדיק רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין די ארמון זאלן אין מאנטרעאל צו די שמחת החתונה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:15, מלובש בבגדי שבת אלס קרוב משפחה, א אייניקל פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די כתובה און געמאכט דעם קנין, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דערנאך איז דער רבי ארויס צום חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און בפרט פארן מחותן הנגיד ר' יודא הי"ו.

דערנאך ארום 8:05 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד,
אינעם לופטפעלד האבן זיך געזעגענט ראשי ונכבדי קהלתינו הק' און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, ובמיוחד פאר הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראה"ק.

די פליגער האט זיך געהויבן ארום 8:45 און געלאנדעט ארום 9:30 אינעם טוטער-בארא לופטפעלד פון ווי דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי' מרחשון תשפ"ד10/25/2023

באריכט
דינסטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל התחלת הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת הישיבה און אלע תלמידים.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין ב"פ צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, עב"ג הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע אייגער שליט''א (ב''פ) בן הרה''ג ר' עזריאל מאיר שליט''א מלובלין וחתן הגה"צ ר' אפרים שטיין שליט''א מפאלטישאן, וואס איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:50 און זיך באגריסט מיט די זיידעס און רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ אב"ד לובלין שליט"א צו ליינען די תנאים, עדי תנאים: הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' אהרן מאיר פריעדמאן הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' יחיאל אייזיק וויינשטאק הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, און אויסגערעכענט די גרויסע יחוס, און די קשר פון מר אביו רביה"ק זיע''א צו די זיידע פון די כלה הגה"צ אבד''ק פאלטישאן זצ"ל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו הגדול ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת מעריב, און נאך מעריב ארום 12:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגט' מרחשון תשפ"ד10/24/2023

באריכט
מאנטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן סופר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אליעזר יואל ראזענבערג הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א, די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה א תהילים פאר אלע בחורים וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת קופת זכרון משה פאר מוסדות עטה"ק בארה"ק.

ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין מבצר הכוללים לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם היכל המפואר אופן הינטערשטן שטאק אינעם בנין, דער רבי איז צום ערשט ארום אין אלע פיר שטאקן און זיך ארומגעדרייט צווישן די נאענט צו טויזענט רבני הכולל און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל הכולל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום נייעם היכל ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם היכל, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ולומדי הכולל און פאר די הנהלת הכולל, און משמיע געווען דברות קודש דברי אגדה אויפן פרשה, און ממשיך געווען בשבח פון די לומדי הכולל, דברי הדרכה ועוד און מסיים געווען ברכות לרוב פאר די ראשי ולומדי הכולל, ובפרט פון די הנהלת הכולל וואס האבן אהערגעשטעלט דעם נייעם שטאק און זייער עבודת הקודש פון א גאנץ יאר, בפרט האט דער רבי מדגיש געווען הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו וואס ער איז סיי א נדבן און סיי א עסקן צו שאפן גרויסע געלטער.

מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל השיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א - ר' יוסף לייב קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' משה מענדל ווערטהיימער הי"ו - ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר''ר אביגדור הערשקאוויטש שליט''א - ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו.
ר' יודא שניצער הי"ו - ר' יואל בר"י שטויבער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מעמד הנהדר 'חנוכת הבית בנין בית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד - בנין משה זושא ניישטאדט - אינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה' בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

צווישן די פולע רבני העיר זעהט זיך אן:
הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ראש ישיבה בית מדרש גבוה.
הגאון רבי דוד שוסטאל שליט''א מראשי בית מדרש גבוה.
כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט''א.
כ''ק אדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א.
הגה''צ ר' אברהם שפיצער שליט''א דומ''ץ סקווירא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אברהם יוסף פליישמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר אייזיק ליפא מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יהודה פרידמאן הי"ו.
ב"ר מנחם נייהויזער הי"ו.
ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו.
ב"ר מנחם גרשון אינדיג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 3:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין לעיקוואד ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פאר בית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט א חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורכן נדבן הביהמ''ד הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו פון קרית יואל.

ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן נעבן דעם בנין ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד סיום כתיבת האותיות, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות.
דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור, דער רבי איז געגאנגען הגבה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה. גלילה: דער נדבן הרה"ח ר' משה זושא הי"ו, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די רקודין א לענגערע צייט, און מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.

ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די הכנסת ס''ת, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

נאך לדוד מזמור האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א מראשי בית מדרש גבוה דלעיקוואד וועלכער איז געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שמחה, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכות קדשו, און ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן זיין נייעם ספר אויף חג הפסח.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך בבית הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה בית מדרש גבוה דלעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בקורות ימי אמעריקע נאך די קריג, און די פעולות פון רביה"ק זיע''א און פון הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל צו מחזק זיין אידישקייט אין אמעריקע. דער רבי האט געפרעגט איבער די סדרי הלימודים בבית מדרש גבוה, און איז אריין אין א שמועס במסכת בבא מציעא וואס מ'לערנט יעצט דארט און אויך בהיכל המתיבתא אין קרית יואל. דער ראש ישיבה האט דערנאך מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ דבית מדרשינו און לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין אייראפע צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, און די מצב פון אחינו בני ישראל אין ארה"ק יעצט בעת צרה, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א רב ודומ"ץ קהלתינו לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון חסידות אין לעיקוואד, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך ארום 9:00 איז דער רבי צוריק לבית האכסניא ווי עס איז אריין בקו"פ הגה"צ ר' שאול שמחה פריעדמאן שליט"א רב דקהל שמן למנחה דנאדיפאל אין לעיקוואד. עס האט זיך פארמירט א לענגערע הלכה'דיגע שמועס בעניני סת"ם אינאיינעם מיט הגה"צ דומ"ץ בית מדרשינו שליט"א וועלכער איז אויך אנוועזנד געווען, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארענט פון די אכסניא.

ארום 9:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול צום מעמד חנוכת הבית איינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
במשך די סעודה האבן זיך אנגעזען פילצאליגע רבני ודייני העיר צווישן אנדערע, הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ראש ישיבה בית מדרש גבוה, הגאון ר' דוד שוסטאל שליט"א מראשי בית מדרש גבוה, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט''א, כ''ק אדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, הגה''צ ר' אברהם שפיטצער שליט''א דומ''ץ סקווירא, און נאך פילע רבנים און דיינים.

עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש המעמד הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו און האט אויפגערופן דעם ראה''ק הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו וועלכע האט משמיע געווען דעם דבר הקהילה, דערנאך האט דער יו''ר מקדם געווען בברכה הגאון רבי מלכיאל שליט"א וועלכע האט דערנאך משמיע געווען דברי תורה וברכה לכבוד המעמד, דערנאך האט דער יושב ראש מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו מנהל מוסדותינו הק' ב"פ, אפצונעמען א מתנה פון רבינו שליט"א אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות פאר קהלתינו הק' אין לעיקוואד.
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' אין לעיקוואד, הרה"ח ר' יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו, הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די שמחה פון קהלתינו הק' מיט די באזוך פון רבינו שליט"א, און די הכרת הטוב פון אנ"ש פארן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' משה זושא הי"ו, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פארן חשובן נדבן א מתנה א פראכטפולע געשטעל פונעם ביהמ"ד, און דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן לכבוד המעמד.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור אנ"ש, און משמיע געווען לענגערע דברות קודש, צום ערשט ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז מחנך אזא שיין ביהמ"ד אין לעיקוואד, און משמיע געווען א לענגערע דרוש אויף די פרשה, און ממשיך געווען בשבח הביהמ"ד, און געזאגט דאס איז א התחלה און צעביסלעך וועט מען בויען נאך בנינים פאר קהלתינו הק' און פאר מוסדות הק' וואס מען וועט מייסד זיין בקרוב, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הנדבן, און פונעם ראה"ק הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו ואתו עמו אלע עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן סיי מיטן בויען דעם ביהמ"ד און פאר אלע אנדערע פעולות פאר קהלתינו הק', און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

נאך די דב"ק האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, און מכבד געווען מיט ברכת המזון דער נדבן הביהמ"ד הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו.

נאכן בענטשן איז געווען א געלעגענהייט פאר אנ"ש אריבערצוגיין שלום נעמען פון רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגח' מרחשון תשפ"ד10/23/2023

באריכט
צהלו ורוני יושבת עיר מאנטרעאל

ברגשי גיל ויראת הכבוד גרייטן זיך אנשי שלומינו בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל לקבל פני קדשו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א דעם מיטוואך, ווי דער רבי וועט מופיע זיין אין די שטאט לרגל שמחת הנישואין בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל ווי דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן און וועט מסדר קידושין זיין ביי די חופה אלס אות הכרת הטוב. וואס אויסער זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהלתינו הק' ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, וועט ער יעצט זיין דער נחשון מיט א פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש שע"י קהלתינו אין מאנטרעאל יצ"ו.

גלייכצייטאג וועט רבינו שליט"א אפשטאטן א קורצן באזוך בקרב אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו המפואר אין מאנטרעאל יצ"ו.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה היא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
החתן מנחם זאב ב"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
החתן מנחם גרשון ב"ר נפתלי משה ווייס הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת תפארת יעקב עטה"ק בירושלים ובני ברק, דערנאך איז מען אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' משה רוזנאי הי"ו (ביתר).

פאר די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה פאר די בחורים אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז די דריי מאל נח אינעם פסוק איז מרומז אויף די דריי סעודת שבת, וואס דורך זינגען שירות ותשבחות ציברעכט מען די קליפות און מען אין צוקומען צו תשובה, און מעורר געווען די בחורים צו פראווענען די סעודת שבת כראוי בשירות ותשבחות לכבוד שבת קודש.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה רוזנאי הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עשה לפני דיבור איז דוחה א לא תעשה לאחר הדיבור.

קה אכסוף: הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי), ברכהמ''ז: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המאור עינים זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג י"א חשון.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:25.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הר"ר שלום ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קירמע וומסב''ג, וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק, שחרית: הרה"ח ר' יוסף לייב ברש"ז כהנא הי"ו.

הוצאה והכנסה: הרה''ג מאיר לייב קטינא שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק מאנסי.
עליות. כהן: ר' אפרים פישל גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לעווי הי"ו. שלישי: החתן ב"ר נפתלי משה ווייס הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר יודא ווייס הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל זאב שעהר הי"ו.
ר' ישראל מענדל שווארץ הי"ו.
ר' שלמה מנשה לעבאוויטש הי"ו.
ר' לייבוש בר"י קראוס הי"ו.
ר' יוסף מארקאוויטש הי"ו.
ר' הלל מאיר פריעדמאן הי"ו.
ר' אהרן ברמ"מ וויינשטאק הי"ו.
ר' אהרן בר"ב קליין הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו (ב"פ). מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. הגבה: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב קויפמאן הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געמאכט דעם מי שברך לבה"ב.

מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב אינדיג הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 6:35. מנחה: הרה"ח ר' גרשון מענדל טויב הי"ו (מאנסי). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל זאב שעהר הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן). לוי: ר' שלמה ברז"ד ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' משה שווארץ שליט"א (בני ברק). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' שמואל ווירצבערגער הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'את האלקים התהלך נח' און געטייטשט אז די אידן זענען בטבע בענוה אבער מען דארף האבן אין זיך גאוה דקדושה ויגבה לבו בדרכי ה', טראכטן ביי זיך איך קען יא אנקומען און יא ראוי און נישט האבן א ענווה פסילה, דאס צו האבן קען מען נאר דורך לימוד התורה, יעצט דעם נייעם ווינטער זמן דארף מען זיך מחזק זיין בלימוד התורה אזוי וועט מען האבן דעם ריכטיגן דעת לעבודת ה'.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו, דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' משה שווארץ שליט"א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:00.

מוצש''ק ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף עטליכע מינוט אין די זאלן פון גינת קליין צו די מסיבת מלוה מלכה צוגעשטעלט דורך מוסדות קרית יואל פאר די אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט די לעצטע דריי יאר, לטובת די מוסדות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די זכי' צו קענען שטיצן די מוסדות, און מסיים געווען בברכת קדשו, דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 10:30.

פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין וומסב''ג צו די מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדותינו הק' אין וומסב''ג, אין די זאלן פון עידן פעלעס.

רבינו שליט''א איז אנגעקומען ארום 11:50, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט נכד רבינו הב' זלמן לייב בן הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א געמאכט דעם סיום און דערביי אויפגעטרעטן לכבוד המעמד מיט קורצע דברי אגדה, דערנאך האט איינע פון די תלמידים פארגעזינגען הערליכע חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען קורצע דברות קודש, התחזקות והדרכה פארן נייעם זמן, דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די בחורים א מתנה ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין. ארום 12.35 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגה' מרחשון תשפ"ד10/20/2023

באריכט
פרייטאג ערש''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי, אין ביהמ''ד מהרש''א אין קר''י.

נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן מנהל און אלע בחורים, און משמיע געווען קורצע דב''ק בשבח הישיבה און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייב הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר דוד אבערלענדער הי"ו.
ב"ר מנחם מענדל גרינפעלד הי"ו.
ב"ר יואל בכור סרוגא הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב, די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו ע"פ אחיו ע"ה, און משפחת הרה"ח ר' אורי שווארץ ע"ה.

נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יצחק אליקים שווארץ הי"ו - ר' יוחנן מאנן הי"ו.
ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו - ר' מאיר העכט הי"ו.

נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' ישראל יעקב לאנדא שליט"א גאב"ד קהילת חרדים באר שבע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני שחיטה וכשרות, ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו שו"ת באר ישראל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו.
ב"ר יואל בר"י לעווי הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח, דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מיכל פריעדמאן הי"ו (טאהש) - ר' יוסף צבי ראטענבערג הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שלמה דוב ווידער הי"ו (וומסב''ג) - ר' מענדל הערש ראזענבערג הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א - ר' אהרן הערש טויב הי"ו.

נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די עסקנים פון די צדק ארגאנאזאציע אין שפיץ פון הרה''ח ר' משה מארגרעטן הי"ו, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פולע פעולות, און אהנגעפרעגט דעם רבי'ן דעת קדשו איבער פארשידענע נושאים העומדים על הפרק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךג' מרחשון תשפ"ד10/18/2023

באריכט
דינסטאג פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע גפן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח, און די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל התחלת הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ כ''ק אדמו"ר מאלעסק וומסב''ג שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12.00,
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון כתר ריזל אין וומסב''ג ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש שמחת החתונה פון נכד רביה''ק זיע''א, הכלה בת הגה"צ רבי סיני ט"ב שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס, האדמורי''ם ממעליץ און בורשטין שליט"א, און הגה"צ אב''ד באלחוב שליט"א, אויך האט אב''ד באלחוב שליט"א איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן דעם ספר 'אור הנצח' עובדות וסיפורים פון הרה''ק מ'זידיטשוב זיע''א וואס איז ארויסגעקומען לרגל די חתונה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודי קודש, און דער רבי האט אפגעראכטן די געהויבענע מצוה טאנץ א לענגערע צייט, און געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און מיט די חשובע זיידעס, און עקסטער ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגה"צ שליט"א, און דערנאך מיט די גאנצע משפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגב' מרחשון תשפ"ד10/17/2023

באריכט
מאנטאג פרשת נח ב' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל גאלדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדר הפרטי, דערנאך האט זיך דער רבי באדאנקט פאר הגה"צ אב"ד בוטשאטש שליט"א און זיין משפחה פאר די אכסניא די לעצטע וואך

אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך רבינו שליט''א אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל נאכן וויילן די לעצטע וואך אויף מנוחת הנפש.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (מאנסי) - ר' ליפא לעבאוויטש הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 11:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יוסף חביב בר"ש מאסרי הי"ו - ר' יעקב סאאל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת נח א' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א.
ב"ר אפרים פישל פריעד הי"ו.
ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו.
ב"ר הלל כהנא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
מוסף: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאך שחרית ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד זוועהיל אין מאנסי צו די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל הרב ישראל האגער שליט"א בן הרה"צ ר' ברוך שליט"א חתן גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מ'האט געזינגן ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערציילט סיפורי קודש פון הרה"ק ר' מיכל מ'זלאטשוב זצוק''ל פון וועם דער רך הנימול איז אן אייניקל. דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ''ד ארום 11:40.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:40 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

נאך מנחה האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון בת הרה"ח ר' ישראל שיפף הי"ו מראשי קהלתינו במאנסי, אין די זאלן פון אטריום.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8.00 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגל' תשרי תשפ"ד10/15/2023

באריכט
שב''ק פרשת בראשית מברכים חודש חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אין פארשעי מאנסי ווי דער רבי וויילט למנוחת הנפש

פרייטאג צונאכטס ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 8:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

רבינו שליט''א האט געפראוועט די שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.
ארום 10:15 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב נחמן ווארפמאן הי"ו (ב"פ), מנוחה ושמחה: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף 'קישור סוף התורה לתחילתה' און געטייטשט בדרך דרוש בענין שבירת הלוחות.

קה אכסוף: הרה"ח ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו, ברכהמ''ז: הגה"צ ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אליעזר'ל דזיקוב'ער זיע''א.

קה רבון עלם: ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו, נאך די פירות האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה''ק מרוזין זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ג' חשון.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה ברוין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד לויעוו-טשערנאבל.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרב יצחק אייזיק ווארפמאן הי''ו. בעל קורא: הב' אברהם דוד ווארפמאן ני"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' יצחק ישעי' שאבערד הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אברהם ארזעל הי"ו. שלישי: הרב נחמן ווארפמאן שליט''א. רביעי: הרה"ח ר' משה וויינגארטן הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב אפמאן הי"ו. שביעי: הרה"ח ר' משה יושע ווייס הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' מנחם שענקער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' רפאל ראקאווסקי הי"ו. גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

רבינו שליט"א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב.

מוסף: הגה"צ אב"ד בוטשאטש שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק ראזענפעלד הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:45. מנחה: הרב משה ברמ"צ כהנא שליט"א. הוצאה והכנסה: ר' שניאור זלמן העכט הי"ו. כהן: הרב שמואל הערש ברא"י כהנא שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"צ האפמאן הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' יואל ברמ"י פריעדמאן הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הב' ב"ר חיים אליעזר העללער הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה אהרן אשר גאלד הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און געטייטשט אז דורך לימוד התורה באקומט מען צוריק דעם צלם אלוקים אויפן פנים און די תפילות ווערן נתקבל, ובפרט דערמאנט דרי ארצינו הקדושה וואס זענען בעת צרה און דארפן האבן רחמי שמים מרובים, מען דארף מתפלל און בעטן אז דער שומר ישראל זאל שומר ומציל זיין אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם. און געפאדערט יעצט בתחלת השנה דארף מען זיך מחזק זיין בלימוד התורה יעדער לפי מדרגתו.

ידיד נפש: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטטער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יעקב אפמאן הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, צווישן אנדערע איז אריבערגעקומען הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו ב"פ לרפו"ש, דער רבי האט אים ווארעם באגריסט און געוואונטשן ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 8:45.
ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד נייטרא ווי דער רבי האט מפאר געווען ביי די שמחת הפארשפיל פון החתן בן הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויס און א מחול לצדיקים אויפן אויבן אהן און עקסטער מיט ידי"נ הגה"צ מנייטרא מאנסי שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט''א באזוכט בבית מדרשינו החדש אין שכונת דזשיל אין מאנסי, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד, און זיך אראפגעזעצט צו א מסיבת לחיים מיט די מתפללי הביהמ''ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט"א דומ''ץ הביהמ"ד, און הרה"ח ר' יחזקאל לאנדא הי"ו דער בריח התיכון פונעם ביהמ"ד און די אנדערע ראשי הקהילה, און פארן גאנצן ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ח תשרי תשפ"ד10/13/2023

באריכט
פרייטאג בראשית

ארום 9:00 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יצחק שניטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק, דער רבי האט תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים תאומים בני ר' משה אברהם ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בחדרו הפרטי פארן בר מצוה בחור ב"ר שלום יצחק וויינבערגער הי"ו מתלמידי מוסד הק' שערי חמלה, דער רבי האט אים תפילין געלייגט מיט א שטארקע התרגשות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די גאנצע משפחה.

דערנאך איז פארגעקומען בהיכל הביהמ"ד א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס איז געשריבן געווארן דורך משפחת מענדלאוויטש און מתפללי ביהמ"ד הלכה ברורה אין קר''י, לע"נ הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל רב הביהמ"ד בן משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ס''ת, גלילה: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די ריקודים מיטן ס''ת, און מכבד געווען משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו און די משפחה צו טאנצן מיטן ספר תורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע ילדי תשב''ר תלמידי מוסדותינו הק' במאנסי אינעם גיגאנטישען בנין התלמוד תורה החדש 'בנין משה חיים גאלדשטיין'.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און די הנהלת המוסדות, דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און ארום צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים.

פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א.
בן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.
ב"ר שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו מנהל המוסדות.

עליות. כהן: הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א. לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א. גלילה: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער 'מעמד פתיחת שערים' דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער ביהמ"ד, און מכבד געווען צו קובע מזוזה זיין, הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, נדבן הבנין הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די אריבער טויזענט ילדי תשב''ר תלמידי המוסדות, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און די קינדער האבן ממשיך געווען מיטן זינגען שיינע חרוזים לכבוד המאורע.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם געוואונטשן פארן נדבן הבנין ובני משפחתו, פארן רב, הנהלת המוסדות, מרביצי תורה, און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק, צום ערשט אנגעהויבן מיט א תפילה פאר אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק הנתונים בצרה 'המקום ירחם עליהם וישמרהו ויצילהו מכל צרה וצוקה בכל מקום שהם'. מיט א שמחה האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם חנוכת הבית פון אזא בנין גדול ומפואר וועלכע וועט מחנך זיין במשך די יארן טויזענטער קינדער, און געזאגט הדרכה פאר די קינדער, און גערעדט בשבח פונעם חשובן נדבן הבנין הרה''ח ר' משה הי''ו, ובשבח פון די הנהלת המוסדות בפרט פונעם איבערגעגעבענעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו וועלכע שטייט במסירות נפלאה בראש פונעם מוסדות און האט אהערגעשטעלט דעם בנין האדיר ומפואר אין אזא קורצע צייט שלא כדרך הטבע, חוץ די אנדערע בניני הבית רחל וואס מען האט געבויעט און מען האלט אינמיטן בויען, בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי בראשות דעם רב שליט"א וועלכע איז נודע לתהילה בכל העיר, און מסיים געווען בברכות לרוב.

נאך די דב''ק האט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' אויפגערופן דעם חשוב'ן נדבן וועלכע האט געמאכט א התרגשות'דיגע ברכת שהחיינו מלובש בבגדי שבת, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט, דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער לכבוד המעמד. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכן מעמד איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגען אין די פערציג חדרים אין ת''ת וועלכע זענען שוין אין באנוץ, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.

ארום 2:00 האט רבינו שליט''א פארלאזט דעם בנין בשעת די אריבער טויזענט תלמידים שטייען אויסגעשורה'ט און באגלייטן דעם רבי'ן בשירה וזמרה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף ניחום ביי האברך ר' יצחק נפתלי שפיטצער הי"ו ע"פ בנו ע"ה.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 און מעריב ארום 7:55 אין ביהמ"ד בוטשאטש. צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ"ש בחדר הפרטי.

נאך מעריב זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מציונים תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הר"ר ישראל יצחק זינגער שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים מסכת גיטין א לענגערע צייט, און דערנאך פארטיילט א סעט תורת משה פאר אלע בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
מיטוואך בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:00 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יחיאל מיכל גלאנץ הי"ו.
ב"ר יואל בר"א עקשטיין הי"ו.
ב"ר שאול בראך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 און מעריב ארום 8:10 אין ביהמ"ד בוטשאטש. צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ"ש בחדר הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יואל בנימין אלטר פאנעט שליט"א.
ב"ר וואלף שניטצער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי זיידע פון א בר מצוה בחור, איבער הרה''ק הקדושת לוי זיע''א און הגה''ק החתם סופר זיע''א וואס איז געווען די יארצייטן בו ביום.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די סוגיא פארלערנען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און איבער די השתלשלות הענינים ווי דער רבי האט איבערגעדריקט דעם ספר תולדות אדם פון זקינו הגה"ק מטאלטשאווע זיע''א און די הסכמה וואס דער רבי האט באקומען פון רביה"ק זיע''א.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 און מעריב ארום 8:25 אין ביהמ"ד בוטשאטש, צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ"ש בחדר הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת בראשית - אסרו חג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי''ש פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אלימלך דייטש הי''ו.
ב"ר חיים הערש מיטטעלמאן הי''ו.
ב"ר ישעי' בנימין שפילמאן הי''ו.
ב"ר אברהם שמחה הירש הי''ו.
ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי''ו.
ב"ר ארי' שפיטצער הי''ו.
ב"ר אברהם דוד לעבאוויטש הי''ו.
ב"ר יואל אברהם וואלף אפפעל הי''ו.
ב"ר מאיר משה גרין הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסיא שטערן הי"ו.
ב"ר דוד יחזקאל שמואל שרייבער הי''ו (לאנדאן).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע אליעזר הערשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

בחדרו הפרטי האט דער רבי פארטיילט פאר אנ"ש תושבי ירושלים עפלעך שיריים פון די סוכה לשמירה ולהצלחה.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביים נייעם פליגל בביתו נאוה קודש ווי עס ווערט פארברייטערט די זאלן צו קענען אקאמעדירן די הונדערטער חתנים בליל הסדר, ווי אויך ווערט פילפאכיג פארגרעסערט די ספרים שטוב פון רבינו שליט"א.

פארמיטאג האט רבינו שליט"א פארטיילט פירות וועלכע זענען געהאנגען אין די סוכה פאר די בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען די סוכה און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין פארשעי מאנסי, ווי דער רבי האלט זיך אויף אין די טעג אויף אפרוה.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 7:40 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג