בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגט' מרחשון תשפ"ד10/24/2023

באריכט
זונטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אברהם יוסף פליישמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר אייזיק ליפא מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יהודה פרידמאן הי"ו.
ב"ר מנחם נייהויזער הי"ו.
ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו.
ב"ר מנחם גרשון אינדיג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 3:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין לעיקוואד ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פאר בית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט א חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורכן נדבן הביהמ''ד הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו פון קרית יואל.

ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן נעבן דעם בנין ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד סיום כתיבת האותיות, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות.
דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור, דער רבי איז געגאנגען הגבה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה. גלילה: דער נדבן הרה"ח ר' משה זושא הי"ו, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די רקודין א לענגערע צייט, און מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.

ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די הכנסת ס''ת, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

נאך לדוד מזמור האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א מראשי בית מדרש גבוה דלעיקוואד וועלכער איז געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שמחה, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכות קדשו, און ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן זיין נייעם ספר אויף חג הפסח.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך בבית הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה בית מדרש גבוה דלעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בקורות ימי אמעריקע נאך די קריג, און די פעולות פון רביה"ק זיע''א און פון הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל צו מחזק זיין אידישקייט אין אמעריקע. דער רבי האט געפרעגט איבער די סדרי הלימודים בבית מדרש גבוה, און איז אריין אין א שמועס במסכת בבא מציעא וואס מ'לערנט יעצט דארט און אויך בהיכל המתיבתא אין קרית יואל. דער ראש ישיבה האט דערנאך מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ דבית מדרשינו און לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין אייראפע צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, און די מצב פון אחינו בני ישראל אין ארה"ק יעצט בעת צרה, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א רב ודומ"ץ קהלתינו לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון חסידות אין לעיקוואד, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך ארום 9:00 איז דער רבי צוריק לבית האכסניא ווי עס איז אריין בקו"פ הגה"צ ר' שאול שמחה פריעדמאן שליט"א רב דקהל שמן למנחה דנאדיפאל אין לעיקוואד. עס האט זיך פארמירט א לענגערע הלכה'דיגע שמועס בעניני סת"ם אינאיינעם מיט הגה"צ דומ"ץ בית מדרשינו שליט"א וועלכער איז אויך אנוועזנד געווען, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארענט פון די אכסניא.

ארום 9:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול צום מעמד חנוכת הבית איינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
במשך די סעודה האבן זיך אנגעזען פילצאליגע רבני ודייני העיר צווישן אנדערע, הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ראש ישיבה בית מדרש גבוה, הגאון ר' דוד שוסטאל שליט"א מראשי בית מדרש גבוה, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט''א, כ''ק אדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, הגה''צ ר' אברהם שפיטצער שליט''א דומ''ץ סקווירא, און נאך פילע רבנים און דיינים.

עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש המעמד הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו און האט אויפגערופן דעם ראה''ק הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו וועלכע האט משמיע געווען דעם דבר הקהילה, דערנאך האט דער יו''ר מקדם געווען בברכה הגאון רבי מלכיאל שליט"א וועלכע האט דערנאך משמיע געווען דברי תורה וברכה לכבוד המעמד, דערנאך האט דער יושב ראש מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו מנהל מוסדותינו הק' ב"פ, אפצונעמען א מתנה פון רבינו שליט"א אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות פאר קהלתינו הק' אין לעיקוואד.
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' אין לעיקוואד, הרה"ח ר' יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו, הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די שמחה פון קהלתינו הק' מיט די באזוך פון רבינו שליט"א, און די הכרת הטוב פון אנ"ש פארן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' משה זושא הי"ו, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פארן חשובן נדבן א מתנה א פראכטפולע געשטעל פונעם ביהמ"ד, און דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן לכבוד המעמד.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור אנ"ש, און משמיע געווען לענגערע דברות קודש, צום ערשט ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז מחנך אזא שיין ביהמ"ד אין לעיקוואד, און משמיע געווען א לענגערע דרוש אויף די פרשה, און ממשיך געווען בשבח הביהמ"ד, און געזאגט דאס איז א התחלה און צעביסלעך וועט מען בויען נאך בנינים פאר קהלתינו הק' און פאר מוסדות הק' וואס מען וועט מייסד זיין בקרוב, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הנדבן, און פונעם ראה"ק הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו ואתו עמו אלע עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן סיי מיטן בויען דעם ביהמ"ד און פאר אלע אנדערע פעולות פאר קהלתינו הק', און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

נאך די דב"ק האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, און מכבד געווען מיט ברכת המזון דער נדבן הביהמ"ד הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו.

נאכן בענטשן איז געווען א געלעגענהייט פאר אנ"ש אריבערצוגיין שלום נעמען פון רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️