בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגו' תשרי תשפ"ד9/21/2023

באריכט
מיטוואך האזינו ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברודא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל שרייבער הי"ו.
ב"ר חיים הערש כ"ץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט רבינו שליט''א מנחה אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש ע"ה, און ביי משפחת הרה"ח ר' דוד יושע גאלדבערגער ע"ה.

נאכמיטאג ארום 2:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א אסיפה נחוצה מיט די רבני וועד החינוך שע''י מוסדותינו הק', עס האבן זיך באטייליגט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, הגואה''צ רבני קהלתינו וומסב''ג און מאנסי שליט''א הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בב"פ, הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים ויו"ר וועד לעניני טעכנעלאגיע, און נאך דייני קהלתינו הק' און די חברי וועד החינוך, מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער פארשידענע מכשולות בעניני טעכנעלאגיע, ובפרט דן געווען איבער די פראבלעמען וואס קומען אויף פון טעקסט מעסעזשעס ביי משפחה טעלפאון'ס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 6:30 נאכמיטאג ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים לאנדא הי"ו - ר' אברהם מאיר מיללער הי"ו.
ר' ליפא האלפערט הי"ו - ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 10:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג האזינו ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ר"י שיעור ד'. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ברוך מרדכי מאיער הי"ו.
ב"ר פנחס גראס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמעון גלאנץ הי"ו בבית אביו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 4:30 ביז 10:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א ברית הינטן אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט לבן הנולד אצל ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20, און מעריב ארום 9:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג האזינו ב' צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יחיאל שלום גאלדשטיין הי"ו.
ב"ר חיים הערש שווארץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאך שחרית איז רבינו שליט''א אריבער בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן נכדתו היולדות אשת הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.

נאכמיטאג ארום 4:00 איז רבינו שליט''א אריבער פארענט פון ביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש ע"ה מלמד תשב''ר רבות בשנים.

ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר, און ביים זמן ר''ת ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךה' תשרי תשפ"ד9/20/2023

באריכט
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מערבית. בעל תפלה איז געווען הר''ר דוד לייב קרויס שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 9:15, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בכלליות.

ארום 11:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, מלובש מיט א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו. הגבהת הכוס: הרה''ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו.
אויפן טיש איז געווען אנגעגרייט די פירות. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א מילגרוים און טועם געווען פון די פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוים פארן גאנצן עולם.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר''ר שמואל מענדל באב''ד שליט''א (ב''פ).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז ווען עס געפאלט שבת ראש השנה ווערט גערעכנט ע''ב שעות כמנין חסד און מיט דעם כח איז מען זוכה צו חסד ורחמים משמים אינעם יום הדין.

ברכהמ"ז: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

ונתנה תוקף קדושת היום

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה, און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:15.

פסוקי דזמרה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק. שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו, מ'האט געענדיגט בערך 11:20

נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנע קאפל.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה''ג ר' חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט''א און הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א - מו''ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב''ד אוהעל ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש.
עליות. כהן: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א. לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה דעם ערשטע ספר: בעל ברית נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א. גלילה: ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו. הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט 12:20.

נאכן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
סנדק: רבינו שליט"א, מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק מעומד: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: נפתלי צבי נאכן זיידן האדמו''ר זידיטשוב זצ"ל.
אויך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אלעזר ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' כדאי צו ניצל ווערן פון די ד' חילוקי כפרה דארף מען האבן תשובה בצירוף תפילה אבער צוצוקומען צום פתיחת שערי הלב דארף עס זיין בצירוף תורה און אזוי באקומט מען צוריק דעם צלם אלוקים אויפן פנים, ובאור פני מלך חיים אז מען וועט מאכן דעם ריכטיגן חשבון הנפש וועט מען זוכה זיין צו השפעות טובות ויאר ה' פניו אלינו, און מסיים געווען בברכות לרוב. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון לעבאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויף די בימה, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה''ח ר' אהרן שפיצער הי"ו און הרה''ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי''ו.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן למנצח און דערנאך פארגעזאגט מן המצר, און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35, בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד הרה''ג ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית דוב.
שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפילה ותחנונים, ולהתחנן על עמך ישראל, כמעשהו בראשונה זענען די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, מיט בכיות מפעם לפעם און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטלעמאן הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, הרה''ח ר' בנציון יושע קרויס הי''ו.

הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו און הרה''ח ר' וואלף גליק הי''ו זענען מכובד געווען אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:30.

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר''ר שמואל אליעזר ט''ב שליט''א (ב"פ), דער רבי האט געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ. מען האט געענדיגט ארום 5:55.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די סעודת יו''ט וסעודת ברית מיט די בני המשפחה.

ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סיום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען נגוני ראש השנה וימים נוראים.
מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אתה נגלית: נכד רבינו בעל ברית הרב יושע לאבין, יום ליבשה: הר''ר אברהם אהרן לאבין שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט אז כביכול קוב"ה איז מחיוב מיט די חיובי בעל לאשה וואס איז פון די חיובי דרבנן, אזוי ווי כלל ישראל אין אזא יאר ווי היי יאר וואס די ערשטע טאג בלאזט מען נישט און די צווייטע טאג יא - ביידע איז א תקנות חז''ל איז מען זוכה צו השפעות טובות בגשמיות וברוחניות, און מסיים געווען בברכות לרוב בכל ענינים.

רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס נכדו הרב יחזקאל ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און ביים זיך אויפשטעלן געוואונטשן 'א גוטע וואך א גוט געבענטשט יאר', און זיך עקסטער באדאנקט פאר די קאפעליע. מען האט געענדיגט ארום 9:00.

מוצאי יו"ט בביתו נאוה קודש איז דער רבי געזעצן א לענגערע צייט און מסדר געווען זיינע פארשידנארטיגע צדקות און גרויסע סכומים וואס ווערט ארויסגעשיקט פאר ת"ח און נצרכים עניים הגונים בקרב אנ"ש שיחי' דאהי און אין ארה"ק אין די יעצטיגע עשרת ימי תשובה.

יהי''ר מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוט'ס להפקד בדבר ישועה ורחמים א שנה טובה ומוברכת לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום תרועה יהיה לכם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

דעם ערשטן טאג יו"ט שב''ק אינדערפרי ביי עטיפת הטלית איז געליגן אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אן ביי מוסף.

ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות שחרית בינו לבין קונו בלב קרוע ומרתח ובקש רחמים כעני בפתח, מיט בכיות נוראות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד, ובפרט ביי 'שיר המעלות ממעמקים' און ביים פיוט 'יראתי בפצותי', וואס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.

פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, מען האט געענדיגט שחרית ארום 11:15.

נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אהנגעטוהן מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו''ץ, און הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הר''ר אלי' גראס שליט''א מבערבעשט ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען דער בעל קורא, און געליינט בקול חינוק בדמעות בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק אליקים שווארץ הי''ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. שלישי: הרה''ג ר' וואלף בראווער שליט"א. רביעי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו. חמישי: הרה''ח ר' ליפא גראס הי''ו. שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל.
ר' יואל משה פארקאש הי''ו.
ר' יעקב יוסף האפמאן הי''ו.
ר' ליפא פארקאש הי''ו.
ר' שמואל יודא מאשקאוויטש הי''ו.
ר' אלטר הערש וויינגארטן הי''ו.
ר' משה ברד''ח ווייס הי''ו.

שביעי: הרה''ח ר' יודא ווייס הי''ו. הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו (מאנסי).
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו. גלילה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.

מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה און עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברא''נ גאטליעב הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

עס איז געווען פּאָזע, רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.

ארום 1:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און אינעם קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און אונטער דעם קיטל א ווייסן קאפטן.
רבינו שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע דרשה אויפן פסוק 'ובחודש השביעי באחד לחודש שבתון זכרון תרועה' און געטייטשט אז די תכלית פון תקיעת שופר איז לעורר לתשובה אבער שב''ק וואס יעדער איז זוכה צו א התעוררות תשובה פונעם בת קול וואס גייט ארויס יעדן טאג במילא קען מען צוקומען צו תשובה אויך אהן תקיעת שופר, ובדברי כבושין ווייטער מעורר געווען לתשובה ראש השנה איז מען נישט מזכיר קיין חטאים מיטן מויל אבער מחשבה מעג מען און דארף מען מאכן א חשבון הנפש ווי האלט מען אויפן עולם, און מעורר רחמים געווען מיט שטארקע בכיות אויף שמועות מבהילות פון קינדער פון ערליכע שטובער וואס זענען נעבעך פארפאלן פון אידישע דרך, קיינער איז נישט פארזיכערט!, יעצט איז די צייט איינצורייסן רחמי שמים מרובים, ה' יתברך יערה רוח טהרה ממרום ושבו בנים לגבולם און מסיים געווען ברוב ברכות. מען האט געענדיגט ארום 1:35. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש ארום 1:40.

רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה.

גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות זכרונות ושופרות, ובקול חוצב ובלב שופך כמים, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות

מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, הרה''ח ר' משה ארי' פריינד הי''ו.

הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו, און הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו זענען מכובד געווארן אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יודל באסול הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 4:50.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:05. מנחה: הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ), לוי: הרה"ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער הי"ו (מאנסי), שלישי: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי).

ביי לחיים האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר מען זאל האבן אלעס גוט'ס אויסגעבעהטן.
זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א (בני ברק), שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן נוסח התפילה 'עוד יזכור לנו אהבת איתן' און געטייטשט אז דער זכות פון די אבות הק' אברהם יצחק און יעקב איז הקב''ה מצרף פאר אידישע קינדער דעם טוב העתיד.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
נאכן זינגען האט רבינו שליט''א דערציילט דעם סיפור בשם הרה"ח ר' אהרן ט"ב ז"ל פון אוהעל ווען זקינו הרה''ק ר' שמואל גארליצער זיע''א האט געזינגען דעם ניגון ביי הגה''ק הישמח משה זיע''א האט דער ישמח משה געזאגט עס איז א גוטע ניגון זאלסט דאס אוועקלייגן פאר די הייליגע טעג. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און אריין בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
'תחל שנה וברכותיה'

יו"ט ראש השנה תשפ''ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו.


פרייטאג ערב יו"ט ארום 5:15 פארטאגס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' אין ביהמ''ד הגדול.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 7:35, און דער רבי איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברח''י ווידער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי''ו.
וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, און נאכן דאווענען האט מען מסיים געווען תהילים כנהוג בחודש אלול.
נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט''א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעות, און זיי באדאנקט און אנגעוואונשן א כתיבה וחתימה טובה.

דערנאך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בר''ח פארקאש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ליל יו"ט פארנאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צו קבלת שבת ומערבית, ביי לכה דודי האבן די משוררים געזינגען פון די נייע ניגונים, און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט כנהוג לדוד מזמור באש קודש.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכת הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' בהקדם פונעם ייטב לב זיע"א אז דורך דאנקן דעם אייבערשטן אויפן עתיד איז הקב''ה מצרף דעם טוב העתיד, אזוי אויך דורך דעם וואס מען פריידט זיך מיט א חסד ה' בעתיד איז מען מצרף די זכותים און מעשים טובים פונעם מענטש בעתיד, במילא האט מען זיך טאקע יעצט מיט וואס צו פרייען. דער אייבערשטער זאל העלפן דאס יאר תשפ''ד זאל זיין א גוט געבענטשט יאר און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור וואס איז דא אין ביהמ"ד ולכל בית ישראל בכל מקומות מושבותיהם, 'לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום' א שנה טובה ומבורכת, און מסיים געווען בברכות לרוב. ויענו כל העם בקול 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און דערנאך געוואנטשן 'א גוט שבת א גוט יו''ט'.
נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מודה אני.
אשת חיל און הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאך קידוש האט רבינו שליט"א אויפגעשניטן די חלה מיט א נייעם מעסער און איינגעטונקען די מוציא אין האניג - דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, און פארטיילט שריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, נאכן טועם זיין האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן 'לחיים א גוט געבענטשט יאר', נאך די פלייש האט מען אריינגעברענגט זיסע מייערן.

מיט די זמירות לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען. הרה''ח ר' משה ארי' פריינד הי''ו (לאנדאן).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט אז דורך שבת ווערט מען דבוק אינעם הייליגן באשעפער, מען קען צוקומען צו תשובה און מען איז זוכה צו ברכות פונעם אייבערשטען.

ברכהמ"ז: נכד רבינו בעל שמחה הרב יושע לאבין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און ביר לכבוד די שמחת השלם זכר ביי נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט''א מען האט געזינגען ניגוני שמחה און גער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אברהם מאסרי הי''ו.

אז ביום השביעי: הרב מענדל גראס הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט 1:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ט אלול תשפ"ג9/15/2023

באריכט
דאנערשטאג האזינו ה' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל ראטענבערג הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער בחורים תלמידי ישיבתינו הק' פון ארה"ק וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש, נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון נאכמיטאג ארום 6:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 9:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך האזינו ד' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ.
ב"ר שמואל מרדכי ישראל פיש הי"ו.
ב"ר זלמן לייב גאלדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס במנהגי הנחת תפילין בחצרות ראחמיסטריווקא וסקווירא, און סיפורים פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זיע''א וואס איז געווען די יארצייט בו ביום.

אויך זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי רבני וועד המקוואות שע''י בית הוראה דקרית יואל און האבן געצייגט פארן רבי'ן די נייע 'לוח טבילת כלים' וועלכע די רבנים האבן אהערגעשטעלט בעידודו פון רבינו שליט''א, דער רבי האט געגעבן פארשידענע הוראות און ארויסגעברענגט לשבח איבער די געוואלדיגע זיכוי הרבים וואס וועט ארויסקומען און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך שחרית איז רבינו שליט''א אריבער צום 'אשת חיל' קימפעטארין היים ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה פאר א פרישע אפטיילונג פון 16 נייע צימערן אינעם 'בנין פעסיל לאה' אינעם אשת חיל קאמפלעקס, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פרישן הערליכן שטאק און די רחבות'דיג צימערן און אלע איינריכטונגען וואס איז צוגעשטעלט מיט גרויס הרחבת הדעת, און באגלייטונג פון די אשת חיל אדמיניסטראציע און די הנהלת הקריה וועלכע שטייען בראש פונעם פראיעקט, דאן האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די נייע שטיבער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דערביי האט הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו ווילידזש אדמיניסטראטער פארגעשטעלט פאר'ן רבי'ן די געוואלדיגע דערגרייכונגען ביז אהער און געצייגט א פונקטליכע רשימה איבער די אקטיוויטעטן ביז אהער און די ציפערן וויפיל קימפעטארינס באניצן זיך מיט אשת חיל איבער'ן יאר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

אויפן וועג ארויס האט די הנהלת הקריה צוגעוויזן פארן רבי'ן די גרויסע שטח רעכטס פונעם בנין וואס ווערט געפלאנט אויפצובויען נאך א ריזיגע בנין אינעם 'אשת חיל' קאמפלעקס, צו קענען אקאמאדירן נאך טויזענטער רעזערוואציעס איבערן יאר.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון נאכמיטאג ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו.
הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו - הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א לברך ולהתברך בפו"פ לברכת השנים.

אויך איז אריין בקו''פ לברך ולהתברך בברכת השנים הרה''צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א ר''י וויזניץ בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון חודש תשרי בחצר וויזניץ, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 11:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ז אלול תשפ"ג9/13/2023

באריכט
חבורה מצוינים פון תלמידי ישיבה גדולה מהרי"ט אין בני ברק אינאיינעם מיט'ן מנה"ר הרה"ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א באזוכן במעונו פון כ''ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט''א, ווי דער רב שליט''א האט געענטפערט טיפע קשיות וואס די בחורים האבן צוגעגרייט פון שווערע סוגיות נאכ'ן מסיים זיין מסכת בבא מציעא. דאן האבן די בחורים געהאט די זכיה צו דאווענען תפילת מעריב מיטן רב שליט"א, און נאך מעריב האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות לכבוד די ימים הנוראים. דערנאך זענען די בחורים אריבער זיך וואונטשן ביים רב שליט"א וואס האט פאר יעדעם מאציל געווען מברכות קדשו במאור פניו הקדושים א גוט געבענטשט יאר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ו אלול תשפ"ג9/12/2023

באריכט
דינסטאג האזינו ג' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר נתן יואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר יעקב חיים לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א על פטירת אחותו ע"ה אשת הר"ר אהרן דוד ניישטאדט שליט"א.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. אין וומסב"ג איז דער רבי קודם אריבער מנחם אבל זיין בבית המנוח הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן ע"ה מנכבדי ק"ק פאפא אין וומסב"ג.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 4:20 נאכמיטאג ביז 10:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50, און מעריב ארום 9:00 אזייגער, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג האזינו - ב' סליחות

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ד כהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ברוך משה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן ליינען האט דער רבי געמאכט א מי שברך ליולדות פאר נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו - ר' אלי' פארקאש הי"ו.
ר' משה הערש האלפערט הי"ו - ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו בית שמואל אין שכונת דברי חיים אין קר''י צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א, עב''ג הכלה ב"ק תחי' בת הגה''צ רבי יואל האלבערשטאם שליט''א רב שכונת דברי חיים בקר''י, חתן הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט''א.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:45 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א און די זיידעס הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א און הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א.
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א צו ליינען די תנאים, אלץ עדות האבן געדינט הרה''ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו און הרה''ח ר' מאיר הכהן גראס הי"ו. העומד מצד החתן: הרה"ח ר' אליעזר רובינשטיין הי"ו. העומד מצד הכלה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק לכבוד השמחה, דער רבי האט נאכגעזאגט פון מרן הגה"ק מצאנז זי"ע אז א חתונה אין חודש אלול איז א גוטע הכנה צו די הייליגע טעג, און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז זיך משדך מיט א אייניקל פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב. מען האט געענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן פאר די כלה כנהוג.

דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת האזינו א' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל.
דער ביהמ"ד הגדול מיט אלע אירע היכלים און קארידארן זענען געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו מיט שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב, מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, און פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
ב"ר יעקב אליקים פישער הי"ו.
ב"ר ליפא טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר.

נאכמיטאג ארום 3:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד ווי עס איז פארגעקומען א 'סיום סדר בראשית' דורך די נייע אפטיילונג פון כתה ג' במסגרת מוסדות קר"י, עס האבן זיך אויך משתתף געווען די עלטערן און זיידעס פון די קינדער, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל עקשטיין שליט"א און הר"ר יואל אפענהיים שליט"א, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך איז פארגעקומען א פארהער אויף גאנץ סדר בראשית א לענגערע צייט אנגעפירט דורך הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א פון ארה"ק.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק וברכה מען זאל זוכה זיין צו מסיים זיין חמשה חומשי תורה און קענען ווייטער ממשיך זיין מיט כל התורה כולה. מען האט געענדיגט ארום 3:50.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 5:45 נאכמיטאג ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יעקב יואל גאלדענבערג הי"ו - ר' נפתלי צבי חיים לאנדא הי"ו (טאהש).

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 10:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ד אלול תשפ"ג9/10/2023

באריכט
שב''ק פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי שיעור ג' פון די ישיבות קטנות אין קר''י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א (בני ברק).

פאר די פיש האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אתם נצבים היום - אם אתם רוצים לעמוד בעולם עסקו בתורה' מען זאל מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג בלימוד התורה בהתמדה.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א, מנוחה ושמחה: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מדעעש ב"ב שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא.

קה אכסוף: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מיכל מ'זלאטשוב זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ה אלול.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו (לאנדאן), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יצחק מיטטעלמאן שליט"א, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.

עליות. כהן: ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו, - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: החתן ב"ר אברהם בערגער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר אביש אקער הי"ו. רביעי: החתן ב"ר חנני' גאלדבערגער הי"ו. חמישי: החתן ב"ר יואל זילבערשטיין הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' פישל ברמ"ב לאנדא הי"ו.
ר' דוד בר"י פאלקאוויטש הי"ו.
ר' פישל ברי"צ סופר הי"ו.
ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו.
ר' יעקב משה פריעדמאן הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' הערשל בראדער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אשר וויזעל הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברוך בר"מ טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.

נאכמיטאג פאר מנחה איז רבינו שליט''א אראפגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען די 6 נייע ניגונים פון די ימים נוראים הבעל"ט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו עס זאל זיין מיט הצלחה און סייעתא דשמיא.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 7:45. מנחה: ר' ישראל שפיטצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל קרישעווסקי הי"ו (לאנדאן), כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו, שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז משה רבינו האט מחזק געווען אידישע קינדער אז הקב''ה ווארט אז אידן זאלן עפענען א פתח כחודו של מחט, אבער א פתח מוז זיין און דעמאלטס וועט הקב''ה עפענען א פתח כפתחו של אולם מקבל זיין די תשובה לרצון און משפיע זיין רב טוב לבית ישראל.

ידיד נפש: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף זאב מויזקאפף הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' חלק א' בהנהלת הר"ר יואל שפיטצער שליט"א בבנין התלמוד תורה בנין הירש ג"ב לאנדא.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק והכנה לימי הרחמים והרצון הבעל"ט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא יואל וויינשטאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים וואלף פריעדמאן הי"ו.
ב"ר צבי אביגדור פעקעטע הי"ו.
ב"ר אברהם שמואל מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר שמחה קלאגסברוין הי"ו.
ב"ר מנחם נחום קרויס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והכנה לימי הרחמים והרצון, די איינציגסטע וועג ארויסצוגיין זכאי בדין איז דורך לימוד התורה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען דער 'מעמד סיום הזמן', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, און דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט דעם לעצטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכמיטאג ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צו די תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת כתובות פאר די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל וואס האבן זיך פארהערט די גאנצע מס', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ''י הישיבה און די תלמידים, און משמיע געווען קורצע דב"ק והדרכה לבין הזמנים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 6:30.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:30 נאכמיטאג ביז 1:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10, און מעריב ארום 12:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"א אלול תשפ"ג9/7/2023

באריכט
מיטוואך פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף חכמת התורה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר יואל שטיינמעטץ הי"ו.
ב''ר יקותיאל אפרים פישל האלפערט הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר. פאר תפילין דר"ת איז אריין בקו"פ הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א לרגל שמחת בר מצוה של בנו ני"ו, דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א לומדיש'ן שמועס אין די סוגיא פון מתנה על מנת להחזיר, און איבער מנהגי ישראל בימי הרחמים והסליחות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בביתו נאוה קודש.

נאכמיטאג האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מבקר חולה געווען מריחוק מקום הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ב"פ שליט"א וועלכע איז אריבער א שווערע הארץ פראצעדור און מאציל געווען מברכת קדשו לבריאות השלימות ולכוח"ט.
ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין בארא פארק, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון ביז אום 1:30 אויפדערנאכט, און איז גלייכצייטיג פארגעקומען צוזאמען מיט די יערליכע מסיבה לטובת קופת רבינו - אבני חסד, ווי די חשוב'ע נדבנים און אנ"ש תושבי ב"פ האבן געהאט די זכי' אריין צו גיין אל הקודש פנימה איבער געבן זייער נדבה.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה און ארום 12:40 געדאווענט מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

עס האט זיך געשלענגלט א רייע אינטער א ספעציעל אויסגעשטעלטן סדר אראנדזשירט דורך עסקני הקהלה ווי שווערע הונדערטער מאנ"ש תושבי בארא פארק זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, האבן זיך אנגעזען, רבני ודייני קהילתינו און צענדליגער רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה, צווישן אנדערע: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן און דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך די זמני כניסה אום 1:40 איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
באריכט
דינסטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל זאב טאבאק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בביתו נאוה קודש.

מיטאג צייט אום 1:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בקומת מאיר זעליג' ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם זיבעטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה, פאר די הונדערטער אברכי הכולל וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן דעם שעה של תענוג און נאכן שיעור האט זיך דער רבי כדרכו בקודש מפלפל געווען א לענגערע צייט מיט די רבני הכולל בעומק הסוגיא. אזוי אויך האט מען אריבערגעפירט א לייוו הוקאפ בהיכל המתיבתא אין קר''י ווי די תלמידי הישיבה האבן מיטגעהאלטן דעם טעגליכן סוגיא שיעור. מען האט געענדיגט ארום 2:10.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 4:30 נאכמיטאג ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 9:10, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור משולב בדברי חיזוק והדרכה לימי הרחמים והרצון הבעל"ט, דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריין בקו''פ בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ח' סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א פון וומסב''ג נאכן זיך אויסצייכענען במשך די יאר מיט קבלת טובות בעניני תפילה, דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה און פארטיילט מטבעות קודש פאר די תלמידים.

מיטאג צייט אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם זעקסטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו זמני כניסה פאר אנ''ש צוליב די ריבוי העם לקראת הימי הרחמים והרצון.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 4:30 נאכמיטאג ביז 9:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב''פ צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א, עב''ג בת הרב יחיאל גרינפעלד שליט''א בן הרה"ג רבי משה שליט"א אב"ד סעמיהאלי בארא פארק יצ"ו וחתן הגה"צ רבי זושא בעער שליט"א אדמו"ר מראצפערט, וואס איז פארגעקומען אין די ספינקא זאלן אין ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:00 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן דער מחותן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אב"ד סעמיהאלי שליט"א צו ליינען די תנאים.

דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן כלה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חשובע זיידעס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' פנחס צבי דוב פריינד ע"ה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין וומסב''ג ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יצחק נפתלי מאנן הי"ו.
ב"ר ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר אהרן יודא לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכi תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיטן מנהל שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די בחורים און מאציל געווען מברכת קדשו.

מיטאג צייט אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם פינפטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:10 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו - ר' יצחק אייזיק קראוס הי"ו.
ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו - ר' מיכאל משה ברילל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:00, און מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ז אלול תשפ"ג9/3/2023

באריכט
שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש'פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' חנני' גאלדבערגער שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פארן חסידישן סעמינאר אין ירושלים עטה"ק. מען האט געענדיגט ארום 9:35, דער עולם איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו (ירושלים).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' שלמה הערש בר"א עקשטיין שליט"א מו"ץ, מנוחה ושמחה: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא מן התורה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' ליפא ברייער הי"ו (מאנסי), ברכהמ''ז: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' מרדכי דוב מ'האראנסטייפל זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ב אלול.

קה רבון עלם: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:45.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף זאב מויקאפף הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר יואל זילבערשטיין הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר חנני' גאלדבערגער הי"ו - באווארפען. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל.
ר' אפרים אליעזר שטערן הי"ו.
ר' נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
ר' יואל ברמ"צ גאלדמאן הי"ו.
ר' משה ברח"א יאקאב הי"ו.
דערנאך האט עולה געווען: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו. אחרון: החתן ב"ר יוסף לעווי הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו. גלילה: ר' בנימין יחזקאל שרגא ווייס הי"ו.

מוסף: הר"ר ישראל מאיר טייטלבוים שליט"א רב קאלבאסוב מאנסי, פתיחה לאנעים זמירות: ר' אשר זעליג גרינבערג הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:35.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער צום ביהמ"ד ציעשנוב צו די שמחת הקידושא רבא פון נכד גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, בת הנולד אצל הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות אין פיש און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פארן זיידן אב"ד ציעשנוב ק"י און פארן עלטער זיידן הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב, און דערנאך פארן גאנצן ציבור. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים מיט די חשובע רבנים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 8:00. מנחה: ר' יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו, כהן: הר''ר יעקב ברז"ל גליק שליט''א (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש גאלדבערגער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז חודש אלול ווען מען איז עוסק בתשובה בלאזט מען מיט א שופר מען דארף כאטש האבן א קליינע פתח, מרמז צו זיין פתחו לי פתח כחודו של מחט, מען דארף צו מאכן א אתערותא דלתתא און התחלה איז חצי הכל.

ידיד נפש: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א, קל מסתתר: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מנחם זאב מאקעבעצקי הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

נאך הבדלה האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יוסף יאקאב ע"ה.
ארום 12:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די סיום מסכת קידושין דורך די הונדערטער תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, עס האבן זיך אויך משתתף געווען די עלטערן און זיידעס פון די בחורים, מען האט פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש און מיט התרגשות ארויסגעברענגט דאס חשיבות אז אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים גאנץ מסכת קידושין, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט"ו אלול תשפ"ג9/1/2023

באריכט
פרייטאג כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר''י ומנהל הישיבה.
ב"ר יונתן בלייער הי"ו.

דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הגה"ק ר' ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל שליט"א און פאר די בר מצוה בחורים און די תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג אז מען דארף לערנען תורה מתוך שמחה, און מעורר געווען אויסצוניצן די וואך וואס איז נאך געבליבן אין חודש אלול, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה ברז"ל גליק הי"ו.
ב"ר דוד בר"מ עקשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען און מספיד געווען ביי די לויה פון הרה"ח ר' יוסף יאקאב ע"ה, פון דארט איז דער רבי אריבער געגאנגן מנחם אבל זיין הרה"ח ר' אברהם מרדכי וועבער הי"ו ומשפ' ע"פ בנו ע"ה.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בביתו נאוה קודש.

מיטאג צייט אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם פערטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:35.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 6:20 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף חביב באסול הי"ו - ר' רחמים אברהם דאנא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מרדכי ווידער הי"ו -ר' משה הערש בראך הי"ו.
הר"ר משולם פייבוש יואל מעכעלאוויטש שליט"א - הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מנאדבורנה ביתר שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מזלאטשוב נתני' שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15, און מעריב ארום 12:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הגה"ק ר' ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה שמואל שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' אברהם בערגער הי"ו.
ב"ר משה ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג אום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם דריטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:20 נאכמיטאג ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"י ראזענפעלד הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יואל ברמ"י ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יודא שלמה פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג) - ר' אברהם ווייסמאן הי"ו.
ר' שלמה יקותיאל הערשקאוויטש הי"ו - ר' מנחם ישעי' לעווי הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א קורצע באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10, און מעריב ארום 12:15.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם לאקאל פון שלומי'ס גראסערי אין שכונת ברוך טעם אין קרית יואל, אינטער די אייגנטומער-שאפט פון הרה"ח ר' שלמה ניישטאדט הי"ו חבר הנהלת מבצר הכוללים, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווייז פריערדיגע טעג