בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגט"ו אלול תשפ"ג9/1/2023

באריכט
מיטוואך פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה שמואל שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' אברהם בערגער הי"ו.
ב"ר משה ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג אום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם דריטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:20 נאכמיטאג ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"י ראזענפעלד הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יואל ברמ"י ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יודא שלמה פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג) - ר' אברהם ווייסמאן הי"ו.
ר' שלמה יקותיאל הערשקאוויטש הי"ו - ר' מנחם ישעי' לעווי הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א קורצע באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10, און מעריב ארום 12:15.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם לאקאל פון שלומי'ס גראסערי אין שכונת ברוך טעם אין קרית יואל, אינטער די אייגנטומער-שאפט פון הרה"ח ר' שלמה ניישטאדט הי"ו חבר הנהלת מבצר הכוללים, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 730