בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Simchas Rabbeinu

← Show all

Wednesday15 Menachem Av 57838/2/2023

Report
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן געטרייען משמש הביהמ"ד הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הלכות מזוזה.

ארום 1:00 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י, דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:00, און איז אפגעווארט געווארן דורך א שיינעם ציבור מתלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה און אריבער שלום נעמען.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:50, און מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש, נאך מעריב איז מען אריבער שלום נעמען און וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים זאגענדיג אז מ'שטייט היינט אין חמשה עשר באב וואס עס איז מסוגל פאר שידוכים.

ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, עב''ג בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל
מבארדיוב - דאמבראוו, וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם הערליכן יחוס און פון די גרויסע זיידעס פון אלע צדדים, מען האט מקבל קנין געווען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday21 Tammuz 57837/10/2023

Report
שב"ק פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל, און סניף עצי חיים שיעור ג'.

ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויפ'ן רבי'נס קשיא:
הב' שלמה יצחק ב"ר יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי).
הב' משה ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי''ו (קר"י).
הב' יושע בן הר"ר יואל בערגער שליט"א (קר"י).
הב' שמעון בן הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א (קר''י).

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ"ד עטרת חכמים, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מנהל סניף עצי חיים.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם האיש ישראל זמרי בן סלוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז דא א מודעה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א ר"מ בישיבה, ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' יהושע'לע טאמאשוב'ער זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"ט תמוז.

קה רבון עלם: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א ר"מ בישיבה, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.

דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יואל מייזליש שליט"א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און ביר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
אז ביום השביעי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (לאנדאן), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג).

בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א. לוי: הרה''ג אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. רביעי: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א. חמישי: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו (מאנטרעאל), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. שביעי: הב' החתן ב"ר יצחק יודא שאלאמאן הי"ו (ב"פ). הוספות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו (קר"י) - דער רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט. הרב יואל מייזליש שליט"א. הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו. הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג). הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג). הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א. ר' שמעון יואל ראזענבערג הי"ו (קר"י). הבה"ח ב"ר יואל ווייס הי"ו (וומסב''ג). ר' בערל באב"ד הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' משה יודא ברד"ש גאלדבערגער הי"ו. הרה"ח ר' משה בראך הי"ו (קר"י). הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו. אחרון: הב' ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א. הגבה: הב' ב"ר משה סעגעדין הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הב' ב"ר מאיר פייערשטיין הי"ו (קר"י).

צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע געפאלט דעם מיטוואך כ"ג תמוז, פתיחה לאנעים זמירות: ר' מנחם שטויבער הי''ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 2:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו (קר"י), ברוך קל עליון: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרש'נט את.

ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:55. מנחה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם יצחק כאירה הי''ו (קר''י), כהן: הבה"ח ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), לוי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו (קר"י).

פאר די פיש האט רבינו שליט''א טועם געווען מאכלי חלב און געטרינקען א קאווע כנהוג פון הרה''ק הדברי חיים זיע''א איין שבת בימי בין המצרים.

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און געטייטשט אז פנחס האט אריינגעברענגט אין אידן אז כח התפילה גייט צוזאמען מיט תורה, תורה איז חיים, און דורך דעם קען מען גרינג צוקומען צו ויכפר את בני ישראל אן קיין יסורים אדער מיתה ח''ו.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (ב"פ), קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצש''ק איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון די אמה של מלכות די וואך. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

אויך האבן איבערגעגעבן תירוצים אויפן רבי'נס קשיא, תלמידי הישיבה.
הב' מנשה בן הר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א (וומסב''ג).
הב' מאיר ב"ר יחזקאל מקובעצקי הי"ו (לאנדאן).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday7 Tammuz 57836/26/2023

Report
מעמדי התעוררות ובקשת רחמים וההדלקה רבתי באתרא קדישא מירון לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א לקהל אנשי שלומינו תושבי ארה''ק ת''ו

זונטאג נאכמיטאג ארום 1:45 איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד ההדלקה ע''פ רחבת תולדות אברהם יצחק באתרא קדישא מירון, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש פון גאנץ ארה''ק.

מען האט געזינגען א לענגערע צייט שטייטע ניגונים בבכיות ובהתעוררות רב, און דער רב שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה והתעוררות ודברי הכנה לעלי' לציון הק' פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

נאכן טרינקן לחיים איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הגה''ק שליט''א בן להרב אלעזר טייטלבוים שליט''א, דער רב האט אפגעשוירן די האר במקום הנחת התפילין כנהוג און אנגעטוהן א קאפל און ציצית, דערנאך איז פארגעקומען נאך 3 חאלאקעס פון אנ''ש, נאך שערן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד.

מען האט דערנאך ממשיך געווען בנגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטען האט מען צוגעטרעטן צום מעמד ההדלקה.

דער זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו פון ניו יארק.

דער רב שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל ווען מען האט געזינגען דערביי דעם לכבוד התנא האלוקי בהתעוררות, דאן האט דער רב שליט''א אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא אלוקי און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בעוז ותעצומות א לענגערע צייט, און דערנאך ממשיך געווען די ריקודין מיט די זמירות לכבוד התנא אלוקי, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען בשירה וזמרה ווען הונדערטער אנ"ש אחים לדעה תלמידי וחסידי מרן רבינו שליט"א מרחבי ארה"ק טאנצן אין רינגן לכבוד התנא האלוקי.
נאך א לענגערע צייט פון געהויבענע ריקודין האט מען מסיים געווען מיט א פייערדיגן טאנץ בתפילה ובקשה 'דער רבי זאל לעבן אונז פירן אנקעגן משיח צדקינו'.

נאך א פויזע פון ארום א האלבע שעה איז מען ארויף ברוב עם צום ציון התנא אלוקי ווי מען האט געזאגט פון אנהויב ספר תהילים ביז קאפיטל מ"א בהתעוררות רב, און דערנאך געדאווענט מנחה אין די מערה.

דער זכות מעמד התעוררות ואמירת תהלים ביים תנא אלוקי איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת מוסדותינו הק' אין וומסב"ג.

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Tuesday1 Tammuz 57836/20/2023

Photos · 11
שמחת ברית מילה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל נכדו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א בן הגה''צ אבד''ק וואלאווע שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Monday16 Sivan 57836/5/2023

Report
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.
בר יואל דוד דרעזדנער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א בן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות, סנדק מעומד: הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א.
ברכות: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'אלעזר' נאכן זיידן הגה"צ מקיוויאשד זצ"ל.

נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, די זיידעס הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א, און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
ברכהמ''ז: האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות, אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך נאכגעפרעגט און אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אין די שכונה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם עזריאל גוטמאן הי"ו (מאנסי) - ר' יואל ברח''י רובין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו - ר' דוד יודא פריעדמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:10 ביז 10:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:10.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת התנאים בחצרות קדשינו, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב אלחנן חיים שליט"א בן הרה"ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א וחתן הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ קרית ויואל משה.
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
מען האט געמאכט קבלת קנין, און דער רבי האט מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א מיט קריאת התנאים, עדי תנאים: הרה"ח ר' שלמה דוד גרינפעלד הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, ערב קבלן מצד הכלה: הר"ר מרדכי הורוויץ שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אז דורכ'ן אויפשטעלן א אידישע שטוב ווי מ'איז מצרף דער אלופו של עולם איז מען מהפך פון 'וי צו טוב', און ארומגערעדט איבער די חשיבות פונעם שידוך ווי די חתן כלה זענען ביידע אייניקלעך פון מר אביו רביה"ק זיע''א, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן חתן, די מחותנים, די זיידעס, און גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר די שוועסטער הרבנית מ'מאנטרעאל תליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט דער רבי געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday15 Sivan 57836/4/2023

Photos · 14
שמחת הברית מילה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בן הנולד אצל הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דקהל עצי חיים סיגוט שליט"א.
בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
שב''ק פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
הבה"ח אברהם בן הרה''ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל.
הבה"ח וואלף ב''ר בערל שטיין הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אשר מענדל כהנא הי''ו, מען האט געענדיגט ארום 10:30.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר ישיבה גדולה אין בית שאהן עטה''ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הרה''ח ר' יעקב פוקס הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם קרויזער שליט''א (בית שמש).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'מהיכן זכו ישראל לברכת כהנים מהר המוריה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז שייך נדרים ביי א גוי.

קה אכסוף: הרה''ח ר' יעקב משה שטערן (ירושלים), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב יהושע לאבין חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ט''ז סיון.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר אברהם יושע גוטמאן הי''ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

ליל שב''ק איז פארגעקומען די שמחת הוואכנאכט ביי נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, נאכ'ן טיש איז דער בעל שמחה אריבער געקומען בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געטרינקן לחיים אויף ביר און מאציל געווען מברכות קדשו.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' איתמר טובי' קויפמאן שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' חיים משה ווייסמאן שליט"א (וומסב''ג).

עליות. כהן: החתן ב''ר שמואל שעהנברוין הי"ו. לוי: הרה''ג ר' יואל בר''ש ווערצבערגער שליט''א. שלישי: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. רביעי: הרה''ח ר' פישל פארקאש הי''ו. חמישי: נכד רבינו בעל ברית הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי:
ר' יודא ברנ''ש שווארץ הי''ו.
ר' אביעזר מרדכי שווארץ הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר משה יצחק ראזענפעלד הי''ו - באווארפן. הוספות: החתן ב''ר בערל שטיין הי''ו - באווארפן. החתן ב''ר יואל קויפמאן הי''ו - באווארפן. החתן ב''ר משה סימאן הי''ו. אחרון: החתן ב''ר שמעון עוזר ווייס הי''ו. מפטיר: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יודא ראזענפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה קאהן הי"ו.

מוסף: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א.
קוואטער: הרב יוסף מייזליש בן הגה''צ אב''ד לימנוב שליט''א.
סנדק: רבינו שליט''א, מוהל: אבי הבן הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א.סנדק מעומד: הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מיט די איבעריגע כיבודים זענען נתכבד געווארן: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א. חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו. נכדי רבינו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב, הרב זושא ראזנבוים שליט''א, הרב מאיר יודא אשכנזי. הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א.
דער רבי האט געזאגט די ברכות ויקרא שמו בישראל צבי נאכן זיידן דער ווייצענער רב זצ''ל.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די קידושא רבא לכבוד השמחה, דער רבי האט געמאכט קידוש, און דער בעל שמחה האט אויפגעטרעטן בדברי תורה.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן בעל שמחה די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכת כהנים אז כדאי צו קענען זוכה זיין צו ברכת כהנים עס זאל זיין שכינה מדברת מתוך גרונם פון די כהנים איז נאר דורך מצוות מילה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
די סעודת ברית מילה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש, מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב יוסף מייזליש שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די פסוקים פון ברכת כהנים און געטייטשט אז דורך מצוות מילה קען מען דינען דעם אייבערשטן אויך בעניני גשמיות און מען ווערט נישט נתגשם.

ברכהמ''ז: הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, מיט די הרחמנ'ס: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט''א.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:50. מנחה הרה''ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' עזריאל שווארץ הי''ו (בני ברק), כהן: הרה"ח ר' שמואל שעהנברוין הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ג ר' יואל וויינבערגער שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, שלישי: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגל שליט''א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלושין מאנסי, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יושע הערש בר''י גליק הי"ו (ב''פ).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט אויף די פסוקים פון 'ברכת כהנים' און געטייטשט אז דורך די כח פון די אבות הקדושים און מתן תורה האבן די אידן זוכן געווען צו א כח פון מסירת נפש קעגן דעם יצר הרע, עד היום הזה אפילו מיט די שיפלות פונעם דור היינטיגע צייטן איז מען זוכה צו א שמירה אויף די זון און טעכטער.

ידיד נפש: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי, קל מסתתר: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגל שליט''א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday10 Sivan 57835/30/2023

Photos · 8
שמחת קישור החיתון פון הכלה נכדת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בת חדב''נ הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 12
שמחת הברית מילה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, פארגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Tuesday18 Iyar 57835/9/2023

Report
מאנטאג פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אוריאל שלמה מאסרי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', בענין השתטחות על קברי צדיקים ובאתרא קדישא מירון ת"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

שפעטער ארום 7:45 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה מתיבתא פון באסטאן וועלכע זענען געקומען צו פארן א וועג פון 4 שעה צו די הילולא דרשב"י אין קר"י אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
*
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי

בהרגש קודש איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' וואס עיני כל ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר הגדולה 'קרית יואל' איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' ווי עס זענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגע טויזענטער אידן אנשים נשים וטף זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף די ריזן שטחים ארום דעם בנין ביהמ"ד הגדול, בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום.

ביים זמן ר"ת איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מעריב ברוב עם אין ביהמ''ד הגדול, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 אויל ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און נאך מעריב צוגעגאנגען צו ספירה בהתלהבות אש, נאך מעריב האבן שלום גענומען פארשידענע געסט ואישי הציבור וועלכע זענען געקומען צו פארן צו דעם מעמד נשגב.

גלייך נאך מעריב אום 9:40 איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ און דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות.

נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, און האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון איז צוגעגליכן צו שבת, דער כח פון שבת האט איך זיך אזא זאך אז וואס ס'איז עומד להיות איז אזויוי ס'איז שוין יעצט, די תורה פון רבי שמעון איז אונז מחזק און דאס העלפט אונז אדורכגיין די שווערע זמנים ווייל אונז ווייס מיר אז 'עוד ישבו זקנים וזקינות' ס'גייט נאך קומען גוטע צייטן, און דאס געט חיזוק אדורכצוגיין די שווערע זמנים, דער חתם סופר זאגט אז ל"ג בעומר איז בגימטריא אש להבה, מען צינדט אהן מאורות ל"ג בעומר על שם העתיד פונעם פייער וואס וועט זיין לעתיד לבוא, כי באש אתה עתיד לבנותה, ל"ג בעומר איז דער הייליגער תנא רבי שמעון משפיע א פייער פאר אלע אידישע קינדער זיי זאלן קענען טוהן מצוות מיט א פייער, און דורכדעם ווערט אויפגעבויט די ביהמ"ק השלישי.
רבינו שליט''א האט ממשיך געווען מיט בכיות און געבעטן 'בעט מיר דעם הייליגן תנא 'אנא' ער זאל משפיע זיין שמחה און דערפרייען אידישע הערצער, אידישע קינדער', עס איז דא אסאך לבבות נשברות אסאך צובראכענע הערצער אין אידישע הייזער דברים קשים כגידין, ער זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם די מחסורו אשר יחסר לו, עס איז בכח פונעם הייליגן תנא משפיע צו זיין פאר יעדעם איינעם א ישועה בכלליות און א ישועה בפרטיות, ברוחניות ובגשמיות, אונז צינד מיר אהן א מהדורת אש לכבוד התנא האלוקי, זאל עס זיין א בחינה פון אש אוכלה אש און עס זאל מכלה זיין די פייער פון דינים, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט, 'מדת הרחמים עלינו התגלגלו' ברגשי הלב ובבכיות מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.

דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם "ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
בערך 11:00 האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין אין פייערדיגע ריקודים, בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים.

נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא.

במשך די ריקודין איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד בן הרב הערשל מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און אפגעשוירן אריבער 70 חאלאקע אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און זיי געגעבן ממתקים כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.

נאך די חאלאקעס האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און מעודד געווען די ריקודי אויפן פלאץ, ביז אים 12:10 ווען דער רבי האט פארלאזט דאס פלאץ און איז אהיים לביתו נאוה קודש.

טראץ דעם וואונדערבארן סדר הטראנספארטאציע אהיים פונעם מעמד וואס איז אראנזשירט געווארן סיי אינערהאלב דעם עיר הגדולה קרית יואל, און סיי צו אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דזשורזי און קאנאדא, האט דאך געדויערט א לענגערע צייט ביז די פובליק סעפטי פון קר"י, מיט די הילף פון די סטעיט פאליציי האבן געקענט קאנטראלירן דעם ריזן ציבור - וואס איז געשאצט געווארן דורך די סטעיט פאליציי צום מספר רב פון בערך 72 טויזענט נפשות באטייליגטע בליעה"ר כ"י - זאלן זיך קענען ארויסלאזן אויפן וועג און אהיים פארן בשלום.

נאכן מעמד הדלקה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת 'אור ישראל' פון באסטאן אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה ורמ''י הישיבה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday13 Iyar 57835/4/2023

Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ברגשי גילה וחדוה גרייטן זיך אנ''ש צו די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטער דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה"ק שליט"א, הב' הרב יקותיאל יהודא בן הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק וומסב"ג שליט"א, וואס וועט פארקומען היינט אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג.

מארגן פרייטאג וועט פארקומען דער מעמד הנחת תפילין אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב"ג, רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות און תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה, פארן דאווענען וועט דער רבי לייגן תפילין פאר נכדו היקר ני''ו, און נאכן דאווענען וועט אי"ה געפראוועט ווערן א מסיבת לחיים לכבוד המאורע.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Tuesday20 Nissan 57834/11/2023

Report
ימי חוה''מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

זונטאג ב' דחוה"מ

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יערמיאש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), און הרה"ח ר' מנלי שעהר הי"ו, כהן: הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א, לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו, שלישי: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק מאנסי, הגבה: הר"ר שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' גבריאל ווייס הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאלדבערגער הי"ו (מאנסי).
מוסף: הר"ר מאיר פאנעט שליט''א, בן האדמו"ר מדעעש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

פארנאכטס איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א וועלכע האט שפעטער אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין ביהמ"ד הגדול, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ארום 9:00 אריינגעקומען צו מעריב, און צוגעגאנגן צו ספירה ציילן.

מאנטאג ג' דחוה"מ

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00. בעל תפילה: הר''ר אלחנן טויב הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.
פתיחה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו, און הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א, כהן: בעל ברית ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: בעל ברית ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט אום 11:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

פארנאכטס זענען געווען אויף א באזוך בקו''פ די דיינים הרה"ג ר' ישראל מאיר עקשטיין שליט"א דומ''ץ לעניני ממונות וחבר בבדי''צ קר''י, הרה"ג ר' שמואל יודא בריסק שליט"א דומ''ץ טאשנאד און הרה"ג ר' יושע העשיל פריעדמאן שליט"א ראה''כ לבושי חושן, וועלכע האבן אנגעפירט דעם 'מעמד משפט צדק' אין ביהמ''ד הגדול, עס האט זיך פארמירט א הערליכע תורה'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך ביי דין תורות און איבער די צייטן ווען רביה"ק בעל ברך משה זיע''א האט געפירט דין תורות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און אום 8:50 אריינגעקומען צו מעריב.

שפעטער איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך אום יו"ט און בפרט אום פסח, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי ומח"ס אוצר הזמנים על המועדים אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע הלכה שאלות בכמה ענינים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

דינסטאג ד' דחוה"מ, ערב יו"ט

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל רייך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יעקב נפתלי פנחס גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00. בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.
פתיחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו און ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו, כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, לוי: בעל ברית ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד מהרש"א, הגבה: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו (וומסב''ג).
רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:00.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Show older news