בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday7 Tammuz 57836/26/2023

Report
מעמדי התעוררות ובקשת רחמים וההדלקה רבתי באתרא קדישא מירון לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א לקהל אנשי שלומינו תושבי ארה''ק ת''ו

זונטאג נאכמיטאג ארום 1:45 איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד ההדלקה ע''פ רחבת תולדות אברהם יצחק באתרא קדישא מירון, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש פון גאנץ ארה''ק.

מען האט געזינגען א לענגערע צייט שטייטע ניגונים בבכיות ובהתעוררות רב, און דער רב שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה והתעוררות ודברי הכנה לעלי' לציון הק' פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

נאכן טרינקן לחיים איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הגה''ק שליט''א בן להרב אלעזר טייטלבוים שליט''א, דער רב האט אפגעשוירן די האר במקום הנחת התפילין כנהוג און אנגעטוהן א קאפל און ציצית, דערנאך איז פארגעקומען נאך 3 חאלאקעס פון אנ''ש, נאך שערן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד.

מען האט דערנאך ממשיך געווען בנגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטען האט מען צוגעטרעטן צום מעמד ההדלקה.

דער זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו פון ניו יארק.

דער רב שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל ווען מען האט געזינגען דערביי דעם לכבוד התנא האלוקי בהתעוררות, דאן האט דער רב שליט''א אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא אלוקי און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בעוז ותעצומות א לענגערע צייט, און דערנאך ממשיך געווען די ריקודין מיט די זמירות לכבוד התנא אלוקי, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען בשירה וזמרה ווען הונדערטער אנ"ש אחים לדעה תלמידי וחסידי מרן רבינו שליט"א מרחבי ארה"ק טאנצן אין רינגן לכבוד התנא האלוקי.
נאך א לענגערע צייט פון געהויבענע ריקודין האט מען מסיים געווען מיט א פייערדיגן טאנץ בתפילה ובקשה 'דער רבי זאל לעבן אונז פירן אנקעגן משיח צדקינו'.

נאך א פויזע פון ארום א האלבע שעה איז מען ארויף ברוב עם צום ציון התנא אלוקי ווי מען האט געזאגט פון אנהויב ספר תהילים ביז קאפיטל מ"א בהתעוררות רב, און דערנאך געדאווענט מנחה אין די מערה.

דער זכות מעמד התעוררות ואמירת תהלים ביים תנא אלוקי איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת מוסדותינו הק' אין וומסב"ג.

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע