דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך אז אפאר בילדער זאלן קענען רעפלעקטירן דעם מהות און התרוממות פון אזא געהויבענעם יום טוב שבועות העעל"ט בעיר עוז לנו קרית יואל בצל הקודש פון רבינו הגה"ק שליט"א. בלויז די וואס זענען געווען א טייל פון די היסטאריש-ריזן מספר פון אריבער א רבבה תלמידים וחסידים כ"י בליעה"ר דעם פייערליכן יום טוב, וועלן דאס קענען בכלל פארשטיין און משיג זיין.
זעלבסט פארשטענדליך אז דער טעם און התעוררות פון דעם געהויבענעם יום טוב וועט אויף לאנג געדענקט ווערן, און פארבלייבן איינגעקריצט פון די הערצער פון די מסתופפים בצל הקודש.
עכ"ז כדי להרוות צמאי אנשי שלומינו שיחיו די בכל אתר ואתר, וועלכע האבן נישט געהאט די זכי' להסתופף בצלא דמהימנותא, וועלן מיר ארויסשיקן אפאר בילדער וואס זענען אריינגעקומען צו די מערכת, מיט א גשמיות'דיגן בליק צו פראבירן זעטיגן דאס אויג פון אונזערע ברודער איבער דער גארער וועלט, והרבה יותר ממה שכתו"ב לפניכם קרה כאן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday5 Sivan 57835/25/2023
Report
דאנערשטאג נשא א' ערב יו"ט שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם וואלף מארקאוויטש הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יוסף בנציון רייך ע"ה.
אום 6 אזייגער נאכמיטאג האט רבינו שליט"א אויפגענומען א גרויסן טייל געסט מעבר לים וועלכע זענען געקומען צו פליען להסתופף בצל הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' חזקי' ראטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' משה יודא שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' ישעי' הערש שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך רבינו שליט"א אומגעקוקט אויף די גאלעריען וועלכע זענען צוגעלייגט געווארן צו קענען אקאמאדירן די מאקסימום מעגליך פון די טויזענטער הבאים להסתופף בצל הקודש אויף יו"ט שבועות.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק פישער הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק אז די ריכטיגע הכנה צו מתן תורה איז נאר דורך לימוד התורה, און מעורר געווען די בחורים זיך צו באטייליגן ביים מעמד עסק התורה פון לערנען צוויי שעה יום ב' דשבועות פארן דאווענען. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 3:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה פאר די בחורים פון אלע סניפי המתיבתא און איז געהערט געווארן דורך א לייוו הוקאפ לאלפי התלמידים דישיבותינו הקדושות די בכל אתר ואתר, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די קירבה יתירה וואס כלל ישראל האט זוכה געווען ביי מתן תורה איז נאר געווען וויבאלד די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע און נישט געפרעגט קיין קשיות, יעדע דור האט זיך זיין יצר הרע און זיינע נסיונות, די היינטיגע נסיון איז די נייע טעכנעלאגיע וואס ווערט אנגערופן "עי איי" דאס איז א טעלעפון ווי מען קען אריינרופן אין רעדן מיט א משיב, און געזאגט 'א איסור גמור אנצורופן דעם טעלעפאון, און צו רעדן צו דעם טעלעפאון נאמבער, חלילה נישט רעדן מיטן ס''מ אליינס', און מסיים געווען אז בזכות מצוות שב ועל תעשה וועט מען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה באנפין נהירין און כל טוב סלה. דער רבי האט פארלאזט די ישיבה ארום 3:30. ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מבצר האדיר ת"ת החדש 'בנין קליין' צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו לע"נ הר''ר עקיבא צבי גאנץ ז''ל מלמד במוסדותינו הק' רבות בשנים, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.
ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:15, און מעריב אום 11:40 און נאך מעריב געציילט די לעצטע ספירה ברשפי אש קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה''ג ר' וואלף לאנדא שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב מאיר נפתלי קאהן הי"ו. רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ"ל, וואס די היכל הישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, וע''ש נקרא דער היכל הביהמ''ד 'היכל בית אהרן' לע"נ חותנו הבעל הילולא זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק הכנה ליו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 11:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר מאיר ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר אנגעטוהן דעם קאפל און די ציצית און געוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארמירט שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגים און איבער הרה"ק בעל אהבת ישראל מ'וויזניץ זצ"ל וואס די יארצייט איז געווען ב' סיון, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכמיטאג ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו צום סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך בני וחתני הר"ר מאיר יוסף רובין ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים מבני המשפחה, און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.
ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג אום 8:30 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו בית מנחם צבי אויף וואלעבאוט צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אהרן ברד"ש עקשטיין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פאפולערע 'היימשטאט' אויסגאבע פונעם עיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל', ערב חג השבועות תשפ"ג לפ"ק.
מעלדט מיט עקסטאז פריידיגע פלענער צו פארדאפלען דעם בנין האדיר תל תלפיות 'בית המדרש הגדול קרית יואל' צו א בנין ענקי פון 300,000 סקווער פוס.
עקזעסטירענדע בנין האדיר, צוגערישט צום געהויבענעם יום טוב שבועות בצל הקודש - בהיכל ביהמ"ד מיט די 4 צוגעלייגטע גאלעריען און אין די עזרת נשים - מיט 9400 זיצן בליעה"ר, גרייכט צום מאקסימום, און איז אויסגעוואקסן און צר מהכיל די רבבות אלפי אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל קדשו פון רבינו הגה"ק שליט"א.
אינהאלטסרייכע מעמד 'שלום העיר סעמינאר' פארגעקומען דעם זונטאג נשא א' פאר אברכי אנ''ש בקרב קהלתינו הק' בלאנדאן יצ"ו, וועלכע ווילן זיך ארויסציען קיין קענווי איילענד צוליב דעם שווערן דירות קריזיס אין לאנדאן. צוגעשטעלט דורכ'ן 'וועד לעניני דיור' שע''י התאחדות אברכים דקהלתינו הק' בקענווי איילענד יצ''ו.
צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א, און הרה''ח ר' יושע לייב לעווי הי''ו ממייסדי קהלתינו ומוסדותינו הק' אינעם נייעם בליענדן שטאט לינדען ניו דזשערסי, בנושא: דער סוד פון הצלחה אינעם נייעם ישוב לינדען.
אין אן איבערראשענדען שריט האט הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו הי''ו געמאלדן אז ער איז מנדב דעם נייעם בנין ביהמ''ד דקהלתינו הק' וואס וועט בקרוב געבויעט ווערן אין קענווי איילענד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה בר"מ פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יצחק טאבאק הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, אוו נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט א בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אזוי אויך זענען אריין די גבאי קופת חתנים מקבל זיין ברכת קדשו לקראת די בעפארשטייענדע 'מצוה טאנץ' ראפעל קאמפיין לטובת הקופה נאך יו"ט שבועות הבעל"ט, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גבאים.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
שפעט נאכמיטאג איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א מיט הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל אינאיינעם מיט די חברי וועד העירובין שע"י בית הוראה בקר"י, איבער די פארענדיגטע עירוב און די תחומין פון עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו אין אירע אלע ווינקלען. דער רבי איז איבערגעגאנגען די פריש פארענדיגטע עירוב מאפע, און מען האט אויסגעשמועסט די פילע דעטאלן וואס די עירובי תחומין און עירובי חצרות נעמט אריין, און פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך יעדע שטיק צייט, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו שלא יצא מכשול מתחת ידינו, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות בהלכות בשר וחלב אוו איבער בעטי-קראקערס, וואס זענען לעצטענס אויפגעברענגט געווארן אינעם בית הוראה, און דער רבי מיטן הגה''צ הדומ''ץ שליט"א האבן אינאיינעם אויסגעארבעט די מהלכים לכאן ולכאן. נאך די אסיפה אום 8:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי מפאר זיין ביים דינער השנתי 'עלי עשור' און חגיגת יובל העשור פון התייסדות מוסדותינו הק' אין מאנסי, וועלכע שטייט שוין היינט מיט אריבער 2,000 קינדער בליעה''ר לשם ולתפארת, די דינער איז פארגעקומען אויף א רייכע פארנעם אין די זאלן פון וואלי טעררעס. ביים אנקומען האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין א זייטיגע שטיבל, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ"ל.
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם זאל און זיך באגריסט מיט רבני קהלתינו הק', דער יו"ר הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און האט אויסגערופן די נדיבים בעם וואס האבן זיך משתתף מיט גרעסערע סכומים פארן דינער, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יעקב יצחק אבערלענדער הי"ו וועלכע האט איבערגעגעבן די פינאנציעלע מצב פון מוסדותינו הק' און ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה ווען מען האט נארוואס באנייט דעם בנין הבית רחל המפואר 'בנין ניישטאדט' און מען האפט בקרוב צו פארענדיגן דעם גיגאנטישער בנין התלמוד תורה 'בנין גאלדשטיין' און צו די זעלבע צייט גרייט מען זיך שוין צו בויען נאך צוויי בנינים אדירים פאר די בית רחל. דערנאך זענען געווארן פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד דורך ילדי מוסדותינו הק', א שפאציר אין די צען יאר פון קיום המוסדות, דערנאך האט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א אויפגעטרעטן מיטן דבר המעמד.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון מחזיקי תורה און ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי זאגענדיג אז יעדע מאל מען קומט קיין מאנסי דערקענט מען נישט דאס פלאץ וואס ס'ווערט בעסער און גרעסער בכמות ובאיכות. און דערנאך ארומגערעדט איבער דעם סדר הלימוד פון צוויי שעה פארן דאווענען דעם צווייטן טאג שבועות פארגאנגענעם יאר בבתי מדרשינו איבער די וועלט, און מען זאל עס ממשיך זיין ביתר שאת ועוז, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון אנ''ש וואס פאלגן אויס די תקנות וואס מען האט מתקן געווען איבער די כלים הטמאים, און מעורר געווען איבער די מלבושים פון די קינדער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 11:00.
נאכן דינער איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור גומלין ביי מחותנו הגה"צ רבי משה ראזנער שליט"א אבד"ק טערצאל, לרגל די שמחת הכנס"ת וואס ער האט נעכטן אריינגעגעבן בבית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער מנהגים פון הכנס"ת און איבער הרה''ק הקרן לדוד זצ"ל וואס איז נעכטן געווען די יארצייט, דער טערצאל'ע רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
זונטאג פרשת נשא א' ר"ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר משה ברוך בענדיט ליכטענשטיין הי"ו. ב"ר עמרם הכהן קאהן הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגן צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארמיטאג איז פארגעקומען די רייכע גראנדיעזן מעמד 'פת שחרית וסעודת ראש חודש' פאר די 1,500 בוני הבית וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך צו אהנשליסן מיטן סכום פון 1,800 דאלער, בהקמת מבצר האדיר תלמוד תורה החדש 'בנין קליין' במוסדות קרית יואל. אום 10:00 אינדערפרי האט זיך געעפענט די טויערן פונעם בנין המפואר ווי עס איז פארגעקומען אויף א רייכע פארנעם די סעודת ראש חודש אין די פראכטפול 'גינת קליין' זאלן, אויך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע נדבנים בוני הבנין ארומצוגיין באזוכן דעם גאנצן בנין האדיר.
ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מבצר האדיר צום 'מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים', ביים אנקומען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, און איז דערנאך אריין אין די הערליכע שמחה זאלן 'גני קליין' אויפן ערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים, ביים מעמד זענען אויך געווען די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א וואס זענען פלאצירט אינעם בנין. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו חבר הנהלת המוסדות האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים. דער מנהל הר"ר בנימין בער שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבי'ן א מתנה פון אריבער 2,500 טויזענט שעות רציפות, וואס די בחורים האבן זיך צוגעגרייט במשך די לעצטע וואך צום חנוכת הבית. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארים אנגעוואונטשן פארן בונה ומקים הבנין הרבני הנגיד מוה''ר עקיבא הערש קליין הי"ו און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון מחזיקי התורה ובפרט פון בעלי בתים און אברכים וואס האבן זיך אנגעשטרענגט מיטן געבן די סכום פון 1,800 דאלער און מיט דעם איז מען אנגעקומען צו ריזיגע סכומים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים הקטנים עם הגדולים.
נאך די מסיבת לחיים איז דער רבי אראפ אויפן אינטערשטן שטאק צו די פראכטפולע חתונה זאל 'גינת קליין', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן זאל אין באגלייטונג פונעם חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו אדמיניסטראטער פון די מוסדות, מ'איז ארום געגאנגן אין די גרויסע קאך און אין אלע שטיבער. מען האט געענדיגט ארום 2:15.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש, ראשי והנהלת הקהילה בק''ק קר"י אינאיינעם מיטן מייסטער ארכיטעקט הרה''ח ר' אהרן עסטרייכער הי''ו פון ירושלים עיה''ק, זיי האבן אריבערגעברענגט די פלענער וואס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן פון מאסיוו אויסברייטערן און פארדאפלן דעם ביהמ''ד הגדול בקר''י, וועלכע איז שוין אויסגעוואקסן און קען שוין נישט אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים הבאים להסתופף בצל הקודש, דער רבי האט איבערגעקוקט די פלענער פאר א לענגערע צייט און איז איבערגעגאנגן די פילצאליגע דעטאלן וואס די פלענער נעמען אריין, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו אז חפץ ה' בידכם יצליח.
פארנאכטס ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר'''ר יוסף משה גלאנץ שליט''א - ר' אלעזר מערמלשטיין הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול בקר''י קומענדיגן אסרו חג השבועות, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday1 Sivan 57835/21/2023
Report
שב''ק פרשת במדבר מברכים חודש סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג
פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט''א דומ''ץ בבית מדרשינו בנין בראך, מען האט געענדיגט ארום , דער ציבור איז אריבער א לענגערע צייט זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל תהילות יהוסף אינאיינעם מיט די קרוב צו 200 תלמידי שיעור ג' פון די אלע סניפי ישיבות קטנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל ט''ב בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, הגבהת הכוס: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנה''ר בישבתינו הק' בלאנדאן.
פאר די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה פאר די בחורים אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב''ה תורה לישראל נתקנאו בהן אומת העולם' בחיזוק ללימוד התורה בהתמדה ווען מען לערנט תורה שפירט מען א געוואלדיגע תענוג במילא איז נישטא קיין טענות מודעה, און דערמאנט די סדר הלימוד שבועות אינדערפרי צוויי שעה פארן דאווענען, און געלאדענט די בחורים וסעדו לבכם קומט'ס ענק דערכאפן דאס הארץ בלימוד התורה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען די מנהלי הישיבות: כל מקדש: הגה''צ ר' הערשל אשכנזי שליט''א מנה''ר ישיבה סניף באר התורה, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנה''ר בישבתינו הק' בלאנדאן.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די סמיכות פון סוף סדר ויקרא צו התחלת סדר במדבר און געטייטשט מיט א לענגערע דרוש גג על גג, און מפעם לפעם דערמאנט די בחורים מ'זאל צולייגן קאפ כדי צו קענען מיטהאלטן.
קה אכסוף: הרה''ג ר' נתן נטע מאשקאוויטש שליט''א מנה''ר ישיבה סניף מבצר התורה, ברכהמ''ז: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' מאיר מפרעמישלאן זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב''ק כ''ט אייר.
קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל ראזענבערג שליט''א מנה''ר ישיבה סניף נזר התורה, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב''ר דוד פליישמאן הי''ו. אז ביום השביעי: הרה''ג ר' משה אשר צאהלער שליט''א מנה''ר סניף חכמת התורה. מען האט געענדיגט ארום 1:50.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יעקב גליק הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א.
עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה הכהן גליק הי''ו. לוי: הרה''ח בצלאל משה שווארץ הי''ו. שלישי: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. רביעי: ר' שלמה זלמן ברא''ה הורוויץ הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: ר' שמעון עוזר ווייס הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' שמואל בר''מ שטערן הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: הרה''ח ר' זושא הכהן רובין הי''ו. מפטיר: הר''ר יעקב הכהן גליק הי''ו. הגבה: הרה''ח ר' אברהם הערש הורוויץ הי''ו. גלילה: הרה''ח משולם שרגא יאקאבאוויטש הי''ו (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ"ל וואס פאלט אויס די וואך דינסטאג ג' סיון. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל ראטטער הי"ו (ירושלים עיה"ק ת"ו). מען האט געענדיגט ארום 12:40.
נאכמיטאג ארום 7:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום פרק פארלערנען אין ביהמ''ד הגדול וואס איז געווען איבערגעפילט מיט א ריזן ציבור פון אלפי אנ''ש. רבינו שליט''א האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ג' 'הלומד מחבירו אפילו אות אחת' און געטייטשט בדברי דרוש ואגדה און אנגעהויבן מיט א טייטש אז אידישע קינדער זענען זוכה אז זייער תורה איז פרו ורבו איין אות קען מען דרש'ענען אויף אסאך אופנים, ווען די אות איז בקדושה וטהרה, און געטייטשט די משנה אויך די סדר הא' ב' פון א' ביז י' מיט 16 אופנים, וואס עס מיינט אין פארשידענע ענינים בהכנה לקבלת התורה, און ממשיך געווען בדברי מוסר איבער קדש עצמך במותר לך, זיין יו''ט שבועות מיט חסיד'ישע אידן, שמירת עינים זיין אפגעהיטן אין די ימי הקיץ, און דערמאנט די סדר הלימוד פאריאר די צווייטע טאג שבועות פארן דאווענען וואס מען זאל ממשיך זיין אויך די יאר. מען האט געענדיגט ארום 8:15. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:40. מנחה הרה''ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי''ו. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. כהן: הרה''ג ר' יואל הערש קאהן שליט''א, מו''ץ בקהלתינו. לוי: הר"ר ראובן יוסף לעווי שליט''א, שלישי: הרה''ג ר' יואל שטערן שליט''א מנה''ר בת''ת. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' דוד ישעי' ווייסמאן הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' יודא ראזענבערג הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב''ה תורה לישראל נתקנאו בהן אומת העולם אמרו מה ראו אלו מה ראו להתקרב יותר מן הכל' און געטייטשט אז די אידן זענען זוכה צו אהבה פון הקב''ה און אפילו מען טיט נאר תשובה מיראה מיט די גאנצע הארץ, איז אים הקב''ה משפיע אהבה במתנה, וויבאלד זיי זענען עוסק בצדקה וחסד, און ממשיך געווען בדברי הכנה ליו''ט שבועות.
ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק האט דער רבי געדאווענט פארן עמוד לקראת די הילולא וואס פאלט די וואך פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ"ל, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:05.
מוצש''ק בביתו נאוה קודש איז אריין בקו''פ הרבני הנגיד ר' וואלף נוסענצווייג הי''ו מו''ל פון די ספרי חתם סופר מהודרת וואלף נוסענצווייג, ער האט געברענגט פארן רבי'ן א נייעם כתב יד מדברי תורתו פונעם הייליגן חתם סופר, און האט אויך געברענגט פארן רבי'ן די נייע סעט ספרים חתם סופר ליקוטים על המועדים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 12:15 איז רבינו שליט''א ארויף אויף א באזוך בבית הרבני הנגיד הנכבד מוה''ר ר' יואל לאנדא הי''ו לרגל שמחת ארוסי בתו למז''ט, ווי ער האט אויך באשטייערט א סכום נכבד לטובת דעם בנין החדש 'הכנסת אורחים' אינעם שוהל-הויף, בעיר האבות סיגוט יצ"ו. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון רבותינו הק' עצי התמרים זיע"א, און פון די צדיקים וקדושים נבג"מ פון וועם דער חתן ציעט זיין שיינעם יחוס, און פארשידענע זכרונות בימי רביה''ק זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' יואל פאר'ן חתן און די מחותנים.
פרייטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף פארקאש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יונה גוטמאן הי"ו. ב"ר יואל שמואל פאזנער הי"ו. ב"ר יעקב טעללער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:15 האט זיך רבינו האט ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג ווי דער רבי וועט וויילן אויף שבת בקרב קהלתינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל הלוי העללער הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ד', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך ר' אברהם מאיר הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול בקר''י, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:40 בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' אביגדור שלום מייזעלס ע"ה, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד אהל פיגא בקר''י, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך הגה"צ רבי משה אהרן רייך שליט"א גאב"ד פשעווארסק וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו - ר' זלמן לייב שרייבער הי"ו. ר' שמעון אלעזר ניישטיין הי"ו - ר' יואל מאיער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:20.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' בעריש לעבאוויטש הי"ו (מאנסי), און ווערט אריינגעגעבן בבית מדרשינו הגדול במאנסי, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו - ר' משה אלי' פריעד הי"ו. ר' משה יודא יואל ווייס הי"ו - ר' יואל ברא"ד קארנבלי הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש.
התעוררות'דיג מעמדים פארגעקומען אין די פראכטפולע זאלן 'גינת קליין' אינעם מבצר האדיר, געאייגענט פאר די טויזענטער ילדי תשב''ר פון כתה ג' און ארויף פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל, צוטיילט אין צוויי באזונדערע מאורעות צוליב די ריבוי התלמידים בליעה''ר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday26 Iyar 57835/17/2023
Report
דינסטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי פאלאטשעק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אין ביהמ"ד ראדאשיץ. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור בן הר''ר ישעי' סאקס הי"ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון דודו הגה"צ ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד ק''ק סיגוט, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
אינטערוועגנס אריין קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה, האט דער רבי אפגעשטאט א קורצע באזוך בהיכל ישיבה קטנה 'דרך התורה' דסאטמאר אין נייעק בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א, דער רבי איז אריין בהיכל הביהמ''ד ווי די בחורים האבן געלערנט בהתמדה, און איז ארום צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים מיט א קורת רוח, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה און פאר די מרביצי תורה וכלי קודש, און דערביי משמיע געווען קורצע דב"ק הכנה ליו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 7:40.
פון דארט האט רבינו שליט''א ממשיך געווען די וועג קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף הויז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן בן הר''ר דוד שלמה עקשטיין הי"ו וואס וועט אריינגעגעבן ווערן בבית מדרשינו בית מנחם צבי אין וומסב"ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל ברכת קדשו. אזוי אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה יצחק פרייזלער הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אשר מענדל כהנא הי"ו. ב"ר יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג). ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג' 'וחרפה לא נשא על קרובו' בדברים קילורין לעינים איבער דעם פארגאנגענעם ל''ג בעומר באתרא קדישא מירון, ווען די גאנצע ארבייט גייט ליידער מיט א פראפעגאנדע פאר די מדינה הטמאה, און מען קומט בשם סאטמאר משבח צו זיין די מדינה און אירע חברי כנסת המינים, דער רבי האט ארויסגעברענגט שיטתו הבהירה פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, און עקסטער שארף ארויסגעטרעטן קעגן די מהרסי כח הבדי''צ וואס האבן מיטגעארבעט מיט די חברי כנסת המינים אויף די אייגענע דעה, אן דעם בי''ד, וואס ווייזט א הירוס אינעם כח פונעם בי"ד הגדול בירושלים.
נאכן שיעור איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל השיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:35 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אפרים ווייס הי"ו - ר' יוסף יואל כהן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:35 בביתו נאוה קודש, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לכבוד די יארצייט פון דודו הגה"צ ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצוק''ל הי"ד אב"ד ק''ק סיגוט יצ''ו.
ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט, האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן בחצר ביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday24 Iyar 57835/15/2023
Report
זונטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם מרדכי וועבער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל יעקב פיש הי"ו. ב"ר הערש פנחס מאשקאוויטש הי"ו. נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט''ו פסוק ג', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה צבי שעהר הי''ו - הר"ר אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו. ר' שלמה דוד יקותיאל גרינפעלד הי''ו - ר' שמואל עקשטיין הי''ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר''ר שמואל שלמה טעללער הי"ו מנהל בית רחל קר''י ווי ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן די שטרות קבלות טובות פון די תלמידות מוסדותינו הק' פון ענגלאנד בעניני טעכנעלאגיע.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday23 Iyar 57835/14/2023
Report
שב''ק פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' יואל בר''א שטיין שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 10:10, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הרה''ח ר' משה רוזנאי הי''ו (בית שמש). מנוחה ושמחה: הר''ר יואל יוסף טייטלבוים שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא.
קה אכסוף: הרה''ח ר' יואל בר''א ראטה הי''ו (לאנדאן), ברכהמ''ז: הרה''ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי''ו (וומסב''ג).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק התורת חיים מקאסוב זצוק"ל וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ''ה אייר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הר''ר קלמן גפן שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א, מו''ץ.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה ברוך שטערן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הערשל פריעדמאן שליט''א דומ''ץ שארמאש וומסב''ג.
עליות. כהן: החתן ב''ר אברהם מתתי' קאהן הי''ו. לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). שלישי: החתן ב''ר נחמן פיש הי''ו. רביעי: החתן בן הרב יואל פריעדמאן שליט"א. חמישי: הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' יואל בר''א היילברוין הי''ו. ר' עוזר יצחק אויבערלענדער הי''ו.
שביעי: הרה''ח ר' אברהם פילאפף. הוספה: ר' יעקב ברש''ז ווייס הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו. מפטיר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי''ו. הגבה: הרה"ח ר' פייוויש מענדלאוויטש הי''ו (ב''פ). גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ''ב שטערן הי"ו.
מוסף: הרה''ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' יואל בר''ה פריעדמאן שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:30. ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן געהאט די זכיה מיטצועסן תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' און די תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי. במשך די סעודה האבן די בחורים געפרעגט שאלות בהשקפה, במנהגי רבותינו און היסטאריע אויף וואס דער רבי האט משיב געווען און מסביר געווען בטוב טעם ודעת א לענגערע צייט. רבינו שליט''א האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די זמירות. מיט'ן שיר היחוד פון פסח ביז שבועות האט דער רבי מכבד געווען הב' נח הכהן לאנדא ני''ו, מיט ברכהמ''ז הב' בנש''ק שמואל צבי בן הרה''ג ר' אלעזר אונגאר שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 2:40.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:30. מנחה הרה''ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' בנציון קליין הי"ו. כהן: הרה"ח הר''ר יעקב ברז''ל גליק הי''ו (וומסב''ג). לוי: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט''א. שלישי: הרה"ח ר' אברהם יושע ניימאן הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה''ג ר' הערשל פרידמאן שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכו' און געטייטשט אז די כלל איז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער אז מען לערנט און מען איז עוסק בתורה אין א געוויסע מקצוע וואס ווערט נחשב כאילו מען האט עס מקיים געווען, אויף אזא סארט קיום המצוות באקומט מען יא שכר בהאי עלמא.
ידיד נפש: הרה''ח ר' משה ווערצבערגער הי''ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי''ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
דאנערשטאג פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ברז''ל הכהן גליק הי"ו. תאומים בני ר' עמרם אקער הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' משה יצחק איצקאוויטש הי''ו - ר' יושע ביקעל הי"ו. ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו - ר' יואל ברש''ח מענדלאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday20 Iyar 57835/11/2023
Report
מיטוואך פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם יואל משה יאקאבאוויטש הי"ו. ב"ר ארי' בר"י הערשקאוויטש הי"ו. רבינו שליט"א געצינדן 5 ליכט לרגל יומדהל''ק פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זיע''א, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מיטאג צייט ארום 1:30 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד פון ווי רבינו שליט"א איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטע פליגער קיין ראוד איילענד א וועג פון א האלבע שעה אויף א ביקור חולים באזוך צו הרבנית הצדיקת תליט"א וואס געפונט זיך דארט אויף א קורצע זמן פאר א רפואה באהאנדלונג, ארום 5:25 האט די פריוואטע פליגער געלאנדעט צוריק אין סטוארט לופטפעלד ווי רבינו שליט"א האט זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר ישעי' סאקס הי"ו (וומסב''ג) - הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א דומ"ץ בבדי''צ שערי הוראה בבני ברק, אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ קרית יואל, ס'האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי הלכה אין פארשידענע מקצועות פון שו"ע, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday19 Iyar 57835/10/2023
Report
דינסטאג פרשת בה"ב ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' ליפא פארגעס הי''ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' הערשל בר"י מיטטעלמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב פיש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. רבינו שליט''א האט תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א ר"מ במתיבתא.
ארום 12:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום פייערליכן מסיבת לחיים לכבוד ל''ג בעומר אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און מכבד געווען מיט די זמירות היום. בר יוחאי: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ במתיבתא, ואמרתם כה לחי: הרה''ג ר' מענדל פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ב''פ שליט''א ור"מ במתיבתא, אמר רבי עקיבא: הר''ר שמואל קרויס שליט"א ר"מ במתיבתא.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, א לענגערע דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, און מסיים געווען בברכות לרוב.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה בשעת דער רבי איז מעודד די ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן בעוז ותעצומות פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
נאכמיטאג ארום 6:20 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום שלחן הטהור לכבוד היום.
ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אין חדר א' בקומת ריספלער בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד התנא האלוקי. ארום 8:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום בביהמ''ד הגדול במקהלות אלפי אנ''ש זקנים עם נערים, ביים אנקומען האט רבינו שליט''א געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט בשמחה ודביקות, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. בשעתן טיש איז מכובד געווארן מיטן זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלוקי, הרה''ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ), און הרה''ח ר' אברהם בראך הי"ו.
פאר די פיש האט רבינו שליט"א געזאגט קורצע דב''ק און דערציילט א מעשה פון הרה''ק הדברי חיים זיע''א וואס אמאל ראש השנה פאר תקיעות שופר האט ער גלייך געמאכט די ברכה און נישט געזאגט די מזמורים כנהוג, האט דער זוהן דער שינאווער רב זיע''א געזאגט אז מ'זאל נישט מיינען אז אזוי איז דער מנהג, נאר דער טאטע דער דברי חיים איז געווען אזוי פארקאכט אז ער האט פשוט פארגעסן און גלייך געמאכט די ברכה, דער רבי האט ממשיך געווען אז פאריגע וואך ביי די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן אור אייניקל האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר געציילטע מינוטן וואס פון גרויס התרגשות האט מען פשוט פארזעהן אז ס'איז בימי הספירה.
נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות ונגוני שמחה בשירה ובזמרה, מיט די זמירות היום האט דער רבי מכבד געווען כ"ק האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען צוויי מאל דברות קודש במשנתו פונעם תנא אלוקי בנגלת התורה ובנסתר. די ערשטע תורה תיכף נאך די זמירות פון בר יוחאי, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף בראשית איז ר"ת אור תורת רבי שמעון בר יוחאי, דורך רבי שמעון וואס איז משפיע מ'זאל טוהן מצוות מיט א חיות און א שמנינות גייט אריין די קדושה פונעם נשמה אינעם גוף, און דאס איז די גאנצע קיום אין גלות און דורכדעם האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה, וקרבתנו איז בגי' רבי שמעון בן יוחאי, אין זכות פונעם הייליגן תנא זענען אידן זוכה נתקרב צו ווערן צו א עבודתו ית' און צו זיין חלק ה' עמו'. נאכדעם האט מען ממשיך געווען מיט 'אמר רבי עקיבא' און נאך ניגוני שמחה א לענגערע צייט, דערנאך איז געווען די צווייטע תורה בדרך רמז אויפן פסוק פקודי ה' ישרים משמחי לב וואס איז בגי' תנא רבי שמעון בן יוחאי, און געטייטשט אז עניני גשמיות האבן א י-ה, ווי אכילה שתיה לינה, און עניני רוחניות האבן א ו-ה, ווי תורה, עבודה, מצוה, די שם הוי''ה האט קודם א י-ה און נאכדעם א ו-ה, און דער אייבערשטער דארף קודם משפיע זיין גשמיות און נאכדעם רוחניות, און מסיים געווען בברכות לרוב בזכות התנא האלוקי.
נאך די דברות קודש האט מען ווייטער געזינגען ניגוני שמחה לכבוד היום, און רבינו שליט"א האט מעודד געווען די גאנצע ציבור לריקודים ברשפי אש, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן אין א פלאם פייערדיגן ריקוד קודש פאר א לענגערע צייט.
נאכן טיש איז האדמו"ר מזידיטשויב חרדים שליט"א אריין בקו"פ בחדרו הפרטי פון רבינו שליט"א אין ביהמ"ד, און נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מעריב בהיכל תהילות יהוסף, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מ'רימנוב זיע''א.
נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביי הגאון רבי שמעי' גרינבוים שליט''א מח''ס סייתא דשמיא, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הוראות פון רביה"ק זיע"א ביי די סדרי הלימודים אין מיידל שולע, און נאך פארשידענע ענינים בצל רביה"ק זיע"א, הגאון רבי שמעי' שליט"א האט געצייגט פאר רבי'ן ספרו סייעתא דשמיא', און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו, פאר א רפואה שלימה וגמורה, און ער זאל קענען גומר זיין מיט זיין מפורסם'דיגע פירוש אויף אלע 60 מסכת פון די ששה סדרי משנה מיט הרחבת הדעת. אזוי אויך איז רבינו שליט"א געווען אויף א קורצע ביקור חולים ביי הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו, און בערך 12:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש בקר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday18 Iyar 57835/9/2023
Report
מאנטאג פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אוריאל שלמה מאסרי הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', בענין השתטחות על קברי צדיקים ובאתרא קדישא מירון ת"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
שפעטער ארום 7:45 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה מתיבתא פון באסטאן וועלכע זענען געקומען צו פארן א וועג פון 4 שעה צו די הילולא דרשב"י אין קר"י אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש. * אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי
בהרגש קודש איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' וואס עיני כל ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר הגדולה 'קרית יואל' איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' ווי עס זענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגע טויזענטער אידן אנשים נשים וטף זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף די ריזן שטחים ארום דעם בנין ביהמ"ד הגדול, בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום.
ביים זמן ר"ת איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מעריב ברוב עם אין ביהמ''ד הגדול, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 אויל ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און נאך מעריב צוגעגאנגען צו ספירה בהתלהבות אש, נאך מעריב האבן שלום גענומען פארשידענע געסט ואישי הציבור וועלכע זענען געקומען צו פארן צו דעם מעמד נשגב.
גלייך נאך מעריב אום 9:40 איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ און דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות.
נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, און האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון איז צוגעגליכן צו שבת, דער כח פון שבת האט איך זיך אזא זאך אז וואס ס'איז עומד להיות איז אזויוי ס'איז שוין יעצט, די תורה פון רבי שמעון איז אונז מחזק און דאס העלפט אונז אדורכגיין די שווערע זמנים ווייל אונז ווייס מיר אז 'עוד ישבו זקנים וזקינות' ס'גייט נאך קומען גוטע צייטן, און דאס געט חיזוק אדורכצוגיין די שווערע זמנים, דער חתם סופר זאגט אז ל"ג בעומר איז בגימטריא אש להבה, מען צינדט אהן מאורות ל"ג בעומר על שם העתיד פונעם פייער וואס וועט זיין לעתיד לבוא, כי באש אתה עתיד לבנותה, ל"ג בעומר איז דער הייליגער תנא רבי שמעון משפיע א פייער פאר אלע אידישע קינדער זיי זאלן קענען טוהן מצוות מיט א פייער, און דורכדעם ווערט אויפגעבויט די ביהמ"ק השלישי. רבינו שליט''א האט ממשיך געווען מיט בכיות און געבעטן 'בעט מיר דעם הייליגן תנא 'אנא' ער זאל משפיע זיין שמחה און דערפרייען אידישע הערצער, אידישע קינדער', עס איז דא אסאך לבבות נשברות אסאך צובראכענע הערצער אין אידישע הייזער דברים קשים כגידין, ער זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם די מחסורו אשר יחסר לו, עס איז בכח פונעם הייליגן תנא משפיע צו זיין פאר יעדעם איינעם א ישועה בכלליות און א ישועה בפרטיות, ברוחניות ובגשמיות, אונז צינד מיר אהן א מהדורת אש לכבוד התנא האלוקי, זאל עס זיין א בחינה פון אש אוכלה אש און עס זאל מכלה זיין די פייער פון דינים, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור. נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט, 'מדת הרחמים עלינו התגלגלו' ברגשי הלב ובבכיות מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.
דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם "ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'. בערך 11:00 האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין אין פייערדיגע ריקודים, בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים.
נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא.
במשך די ריקודין איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד בן הרב הערשל מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און אפגעשוירן אריבער 70 חאלאקע אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און זיי געגעבן ממתקים כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.
נאך די חאלאקעס האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און מעודד געווען די ריקודי אויפן פלאץ, ביז אים 12:10 ווען דער רבי האט פארלאזט דאס פלאץ און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
טראץ דעם וואונדערבארן סדר הטראנספארטאציע אהיים פונעם מעמד וואס איז אראנזשירט געווארן סיי אינערהאלב דעם עיר הגדולה קרית יואל, און סיי צו אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דזשורזי און קאנאדא, האט דאך געדויערט א לענגערע צייט ביז די פובליק סעפטי פון קר"י, מיט די הילף פון די סטעיט פאליציי האבן געקענט קאנטראלירן דעם ריזן ציבור - וואס איז געשאצט געווארן דורך די סטעיט פאליציי צום מספר רב פון בערך 72 טויזענט נפשות באטייליגטע בליעה"ר כ"י - זאלן זיך קענען ארויסלאזן אויפן וועג און אהיים פארן בשלום.
נאכן מעמד הדלקה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת 'אור ישראל' פון באסטאן אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה ורמ''י הישיבה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי