בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday19 Iyar 57835/10/2023

Report
דינסטאג פרשת בה"ב ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' ליפא פארגעס הי''ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' הערשל בר"י מיטטעלמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב פיש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
רבינו שליט''א האט תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א ר"מ במתיבתא.

ארום 12:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום פייערליכן מסיבת לחיים לכבוד ל''ג בעומר אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און מכבד געווען מיט די זמירות היום. בר יוחאי: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ במתיבתא, ואמרתם כה לחי: הרה''ג ר' מענדל פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ב''פ שליט''א ור"מ במתיבתא, אמר רבי עקיבא: הר''ר שמואל קרויס שליט"א ר"מ במתיבתא.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, א לענגערע דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, און מסיים געווען בברכות לרוב.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה בשעת דער רבי איז מעודד די ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן בעוז ותעצומות פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

נאכמיטאג ארום 6:20 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום שלחן הטהור לכבוד היום.

ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אין חדר א' בקומת ריספלער בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד התנא האלוקי.
ארום 8:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום בביהמ''ד הגדול במקהלות אלפי אנ''ש זקנים עם נערים, ביים אנקומען האט רבינו שליט''א געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט בשמחה ודביקות, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודה לכבוד היום.
בשעתן טיש איז מכובד געווארן מיטן זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלוקי, הרה''ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ), און הרה''ח ר' אברהם בראך הי"ו.

פאר די פיש האט רבינו שליט"א געזאגט קורצע דב''ק און דערציילט א מעשה פון הרה''ק הדברי חיים זיע''א וואס אמאל ראש השנה פאר תקיעות שופר האט ער גלייך געמאכט די ברכה און נישט געזאגט די מזמורים כנהוג, האט דער זוהן דער שינאווער רב זיע''א געזאגט אז מ'זאל נישט מיינען אז אזוי איז דער מנהג, נאר דער טאטע דער דברי חיים איז געווען אזוי פארקאכט אז ער האט פשוט פארגעסן און גלייך געמאכט די ברכה, דער רבי האט ממשיך געווען אז פאריגע וואך ביי די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן אור אייניקל האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר געציילטע מינוטן וואס פון גרויס התרגשות האט מען פשוט פארזעהן אז ס'איז בימי הספירה.

נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות ונגוני שמחה בשירה ובזמרה, מיט די זמירות היום האט דער רבי מכבד געווען כ"ק האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען צוויי מאל דברות קודש במשנתו פונעם תנא אלוקי בנגלת התורה ובנסתר.
די ערשטע תורה תיכף נאך די זמירות פון בר יוחאי, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף בראשית איז ר"ת אור תורת רבי שמעון בר יוחאי, דורך רבי שמעון וואס איז משפיע מ'זאל טוהן מצוות מיט א חיות און א שמנינות גייט אריין די קדושה פונעם נשמה אינעם גוף, און דאס איז די גאנצע קיום אין גלות און דורכדעם האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה, וקרבתנו איז בגי' רבי שמעון בן יוחאי, אין זכות פונעם הייליגן תנא זענען אידן זוכה נתקרב צו ווערן צו א עבודתו ית' און צו זיין חלק ה' עמו'.
נאכדעם האט מען ממשיך געווען מיט 'אמר רבי עקיבא' און נאך ניגוני שמחה א לענגערע צייט, דערנאך איז געווען די צווייטע תורה בדרך רמז אויפן פסוק פקודי ה' ישרים משמחי לב וואס איז בגי' תנא רבי שמעון בן יוחאי, און געטייטשט אז עניני גשמיות האבן א י-ה, ווי אכילה שתיה לינה, און עניני רוחניות האבן א ו-ה, ווי תורה, עבודה, מצוה, די שם הוי''ה האט קודם א י-ה און נאכדעם א ו-ה, און דער אייבערשטער דארף קודם משפיע זיין גשמיות און נאכדעם רוחניות, און מסיים געווען בברכות לרוב בזכות התנא האלוקי.

נאך די דברות קודש האט מען ווייטער געזינגען ניגוני שמחה לכבוד היום, און רבינו שליט"א האט מעודד געווען די גאנצע ציבור לריקודים ברשפי אש, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן אין א פלאם פייערדיגן ריקוד קודש פאר א לענגערע צייט.

רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, נאכן בענטשן האט רבינו שליט"א געגעבן כוס של ברכה פאר האדמו"ר מזידיטשויב חרדים שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 10:45.

נאכן טיש איז האדמו"ר מזידיטשויב חרדים שליט"א אריין בקו"פ בחדרו הפרטי פון רבינו שליט"א אין ביהמ"ד, און נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מעריב בהיכל תהילות יהוסף, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מ'רימנוב זיע''א.

נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביי הגאון רבי שמעי' גרינבוים שליט''א מח''ס סייתא דשמיא, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הוראות פון רביה"ק זיע"א ביי די סדרי הלימודים אין מיידל שולע, און נאך פארשידענע ענינים בצל רביה"ק זיע"א, הגאון רבי שמעי' שליט"א האט געצייגט פאר רבי'ן ספרו סייעתא דשמיא', און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו, פאר א רפואה שלימה וגמורה, און ער זאל קענען גומר זיין מיט זיין מפורסם'דיגע פירוש אויף אלע 60 מסכת פון די ששה סדרי משנה מיט הרחבת הדעת.
אזוי אויך איז רבינו שליט"א געווען אויף א קורצע ביקור חולים ביי הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו, און בערך 12:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️